צבי, א טאטע פון דריי קינדער, 40 יאר אלט, איז געבוירן צו א משפחה פון א גאר באקאנטע חסידות. ער האט חתונה געהאט דורך א שידוך און איז נעבעך "אפגעפארן" אין יאר 2014. היינט וואוינט ער אין אייראפע, אין א שטאט וואו ער דינט אלס א "רב" ביי די נישט-ארטאדאקסן. פון זיין ווייב האט ער זיך גע'גט ווען ער האט אנגעהויבן דעם פראצעס פון איבערלאזן דעם חרד'ישן לעבנסשטייגער.
"שוין גלייך ביים אנהייב, ווען איך האב אנגעהויבן אראפגיין פונעם דרך, האבן זיך רבנים און בני משפחה אריינגעמישט און אנגעהעצט מיין ווייב און קינדער קעגן מיר. זיי האבן זיי פארקויפט אז איך בין א 'שרעקליכער מענטש', אז ס'לוינט נישט צו רעדן מיט מיר אדער האבן מיט מיר קיין שום קשר, מער ווי די מינימאלסטע וואס מ'מוז. איינער פון די גאר חשוב'ע און באקאנטע דיינים ביים חרדישן ציבור האט זיך געוואנדן צום בית הדין הרבני, און זיי געזאגט אז איך בין 'אראפ צו די מיסיון' ר"ל, און אז מען מוז מסדר זיין א גט וואס שנעלער, דער עיקר מיך ארויסצושטעלן אלס א 'עוכר ישראל'. די טאכטער פון יענעם רב פירט עד היום די מלחמה קעגן מיר, און קומט צו אלע דיונים אין געריכט.
"מיין טאכטער, וואס איז שוין היינט ערוואקסן, האט דערציילט אז יעדעס מאל וואס איך בין געקומען קיין ארץ ישראל אויף א באזוך, האט איר מאמע געזארגט זיי צו באהאלטן און אנטלויפן מיט איר און איר ברודער פון שטוב, כדי זיי זאלן חלילה נישט טרעפן זייער טאטן 'דער פארברעכער'. מיין טאכטער איז מודה אז איך בין שטענדיג געווען א גוטער טאטע, ליבליך, פארברענגט, זארגנדיג, און געווען אנוועזנד – און איבערנאכט האט מען זיי איינגערעדט אז דער טאטע איז א רשע און א סכנה, איינער פון וועמען מען דארף זיך היטן און אנטלויפן ער זאל נישט חלילה שלעכטס טון. אויב איך וואלט זיי גענומען עסן שווארמע אין גאס, למשל, וואלטן זיי גע'טענה'ט אז איך 'פיטער די קינדער מיט טריפות'.
"פון די אנדערע זייט, דער מצב ביי די קינדער אינדערהיים, ביי דער מאמען, איז געווען געפערליך. זי פלעגט זיי איבערלאזן אליין גאנצע נעכט און גיין צו שיעורי תורה אדער פארברענגען מיט חברות. איך האב כסדר געמאלדן פאר די רווחה אז די קינדער זענען אין א סכנה. זיי האבן אויך מיטגעמאכט פיזישע קלעפ און טעראר, און איינמאל האט מיין טאכטער מיר געשיקט בילדער וואס זענען מעיד דערויף. איך האב עס איבערגעגעבן פאר די רווחה און פארלאנגט מען זאל זיך תיכף ומיד אריינמישן, אבער עד היום האב איך נישט באקומען קיין ענטפער."
צבי טענה'ט אז די מערכה קעגן אים גייט ווייטער אן, אפילו ער וואוינט שוין נישט אין לאנד. "די טאכטער פון יענעם חשוב'ן רב גייט ווייטער ארום און פארשפרייט אויף מיר שרעקליכע זאכן, זי רופט אן יעדן מענטש וואס זי קען נאר, אריינגערעכנט עלטערן פון תלמידים אין מיין ישיבה. אפילו נאכדעם וואס איך האב זיך אוועקגעצויגן צו א צווייט לאנד, קענען זיי מיר נישט אפלאזן.
"ווען מיין עלטסטער זון איז געווארן אן ערוואקסענער, האט ער געוואלט קומען וואוינען מיט מיר אין דייטשלאנד, האבן מיינע בני משפחה געזארגט אים ארויסצופירן בסוד קיין ניו יארק. זיי האבן שנעל געלאפן אין קאורט דארט ארויסצוציען א צו-הרחקה קעגן מיר, כדי איך זאל נישט קענען רעדן מיט אים. מיר איז געזאגט געווארן בפירוש אז די מלחמה קעגן מיר איז בלויז ווייל איך בין אראפ פונעם דרך. מיין משפחה האט צוזאמגעשטעלט 120 טויזנט דאלער צו פינאנצירן פאר מיין גרושה די געריכטליכע פראצעדורן קעגן מיר, וואס ציען זיך נאך ביזן היינטיגן טאג. זי ווערט היינט פארטרעטן דורך נישט ווייניגער ווי פינף לאיערס!
אזוי אויך, בשעת איך האב איבערגעלאזט די רעליגיע, האבן די עסקנים אראנזשירט א קאמפיין און א מגבית פאר מיין גרושה, כדי צו ראטעווען די קינדער פון 'גיין לתרבות רעה/לשמד'. איינער פון די הויפט תורמים וואס זענען געשטאנען אונטער דעם פראיעקט איז א גאר באקאנטער נגיד ביים חרדישן ציבור.
צבי'ס ערוואקסענע טאכטער, וואס לערנט היינט געזעץ ("מיטן ציל צו העלפן קינדער אין מיין מצב"), זאגט עדות אז זי איז טאקע אויפגעוואקסן אין א סביבה וואס איז בכלל נישט געווען באשיצט און זיכער, וואו עס האט געפעלט פאר איר און איר ברודער די געשטאלט פונעם טאטן וואס מען האט דערווייטערט פון זיי. "פון די מינוט וואס מען האט אונזער טאטן געמאכט 'פארשוואונדן', האבן מיר געגעסן מרורים. מיט אלע וועגן האבן זיי פרובירט צו שטערן דעם קשר מיט אים, אפילו דורך א קאמפיוטער. אלע עסקנים האבן פרובירט צו 'האלטן אן אויג' און פיקוח'ן אויף אונזערע באגעגענישן. מען האט אונז געצוואונגען זיך צו טרעפן אין א 'מרכז קשר', כאילו דער טאטע איז א חולי נפש וואס איז מזיק פאר אונז. ביזן היינטיגן טאג זאגט די מאמע אויף אים נאר שלעכטע זאכן.
"ביי א געוויסע שטאפל האבן זיי שוין נישט געהאט קיין 'קארטן' צו שפילן קעגן טאטן, האבן זיי אויסגעטראכט עלילות און בלבולים אז ער האט מיר געשעדיגט (מאלעסטעד) ווען איך בין געווען קליין – זאכן וואס זענען קיינמאל נישט געשען. די אבסורד איז, אז איך און מיין שוועסטער האבן יא ל"ע מיטגעמאכט הטרדות און מעשים מגונים במשך יארן דוקא מצד א צווייטן מענטש וואס איז געווען נאנט צו אונז, און יענער איז טאקע געשיקט געווארן אין תפיסה דערויף פאר עטליכע יאר. אבער אפילו ווען מען האט אונז אריבערגעפירט צו פאסטער קעיר און אנשטאלטן, האט מען אפילו פאר איין רגע נישט געקלערט אונז איבערצוגעבן צו די רשות פון אונזער טאטן. עס איז אפילו נישט געווען אויפן טיש.
"נאר נאכדעם וואס איך האב געפירט א מלחמה אין געריכט קעגן די רווחה און קעגן מיין מאמע – איז מיר געלונגען אריבערצוגיין צו מיין טאטן. איך בין אזוי ברוגז אויף די אלע פארלוירענע יארן, אויף דעם וואס פאר קיינעם איז נישט באמת אנגעגאנגען וואס איך גיי דורך אינדערהיים. מען האט דערווייטערט פון מיר דוקא די פון די עלטערן וואס איז געווען דער מיטיב, דער וואס שטיצט און האט ליב.