- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 413
- רעאקציע ראטע
- 1,850
- פונקטן
- 213
אינעם דערנעבנדן שנירל איבער עוואלוציע און נאטורליכע סעלעקציע האט בלענדער אנגעווארפן א הויפן באווייז דערויף, טייל אמת'ע און ווערדפול, אנדערע אריינגעפאלן בטעות צי בשוגג… האב איך דעריבער געפינען פאר וויכטיג אויסצוקלארן עטליכע יסודות איבער וויאזוי מען מעסט א היפאטעזע אין דער וועלט פון לאגיק, וואס ווערט אלס פאררעכנט אלס באווייז, און אלס ארום.
דער ערשטער שטאפל אין היפאטעזע טעסטינג איז דאס ארויסשטעלן צוויי היפאטעזעס. געווענליך וועט איינס פון זיי זיין דער סטאטוס קווא אנגענומענע שטעלונג וועמען מיר פראבירן צו טשאלענזשן, און דער צווייטער וועט זיין דער פרישער היפאטעזע וואס מיר ווילן פאראויס שטופן.
אין אונזער פאל זענען די צוויי ווי פאלגנד:
היפאטעזע איינס: די קאמפלעקסיטעט וואס מיר אבזערווירן אין דער בריאה איז דער רעזולטאט פון אן אינטעליגענטע דיזיינער וואס האט אויסגעשטעלט די באשעפענישן יעדער אויף זייער אופן.
היפאטעזע צוויי: נישטא קיין שום דיזיינער. אלעס וואס מיר זעען איז א רעזולטאט פון בלינדע צופעלער און טעותים אין די ען עי במשך די דורות, און נאטורליכע סעלעקציע האט אויסגעקליבן די בעסטע פון יעדן דור.
דער צווייטער שטאפל אינעם פראצעדור איז צו אידענטיפיצירן און פרעדיקטן ביי יעדן היפאטעזע באזונדער פארשידענע תוצאות וואס מיר וואלטן ערווארטעט צו טרעפן אין א וועלט וואו דער היפאטעזע וואלט געווען אמת. פארשטייט זיך אז אויב מיר אידענטיפיצירן א געוויסע תוצאה וואס איז ערווארטעט לויט ביידע היפאטעזעס, ווערט דאס נישט פאררעכנט אלס באווייז פאר קיינעם פון זיי.
אלזא, לעניננו. ביידע, סיי עוואלוציע און סיי דיזיין פראבירן אנצוגעבן א הסבר אויף די סטרוקטרירטע אייגנשאפטן וואס מיר געפינען אין בעלי חיים. און וויבאלד זייער ענד ציל - דאס ערלויבן אז לעבן זאל קענען צושטאנד קומען - איז דאס זעלבע ביי ביידע פון זיי, וועלן רוב אבזערוואציעס, צ.ב. וויאזוי יעדע גליד ארבעט, וויאזוי די איברים זענען צאמגעשטעלט, נישט דינען דעם צוועק פון שענקען צוטיילטע פרעדיקציעס און ווארשיינליכקייטן.
וואס מיר דארפן יא טוהן, איז פארשטיין וואו פונקטליך זייערע וועגן צושיידן זיך, אידענטיפיצירן די גענויע חילוקים צווישן ביידע זייטן וועלכע זאלן דאן פרעדיקטן צוויי אנדערע תוצאות.
די ערשטע חילוק וואס קומט אויפ'ן געדאנק איז דאס וואס בעת דיזיין איז א פון-פאראויס באשטימטע סטראטעגיע וואו דער דיזיינער קען צו יעדע צייט מבטל זיין אלעס וואס ער האט שוין אנגעמאכט ביז אהער און פלאנירן עפעס פון פריש וואס זאל דינען זיין צוועק מיט שלימות, ארבעט עוואלוציע אויף א בלינדע לייטער פון פראגרעס, און ער קען בלויז בויען אויף וואס עס איז שוין עוועילעבל בעבר, וואס יענץ קען ער שוין נישט טוישן. דאס קומט וויבאלד איינס פון די
עיקר טייטשן פון עוואלוציע איז 'שטאפלווייזע פארבעסערונגען.' און נישט א מעכטיגע דיזיין וואס איז פארגעקומען בבת אחת.
וואספארא פרעדיקציעס קענען מיר ארויסנעמען דערפון? פשוט, אז אין א וועלט פון עוואלוציע וואלטן מיר ערווארטעט צו טרעפן גלידער און פונקציעס וועלכע זענען געבויעט קאמפליצירט, אויף פאריגע ווערסיעס ארויף. בעת אין א וועלט מיט א דיזיינער וואלט יעדע פונקציע געשטאנען פולקאם פאר זיך, גלאט, פשוט און צום פינטל.
צו די באווייזן: פארשער האבן פעסטגעשטעלט אז געוויסע גלידער אפערירן אויף א קאמפליצירטע וועג, אזוינס וואס א דיזיינער וואלט קיינמאל נישט אויסגעשטעלט לכתחילה חוץ אויב ער זוכט זיך אומזיסטע ארבעט. בעת לויט עוואלוציע איז ממש ערווארטעט אז געוויסע גלידער זאלן אננעמען אזא פארעם, וויבאלד זיי האבן זיך געבויעט אויף א פאריגע ווערסיע אן די מעגליכקייט אנצוהייבן פלאנירן פון פריש.
ענליך דערצו איז אונזער צווייטע פרעדיקציע: אין א וועלט מיט א דיזיינער וואלטן מיר ערווארטעט אז די קאודס וועלכע פארעמען די יסודות פון לעבן זאלן זיין ציכטיג און סטרוקטרירט, בעת אין א וועלט מיט עוואלוציע וואלטן מיר ערווארטעט אז קאוד וועלכע איז פול מיט אומקלארע, צומאל אפילו שעדליכע טייפאס, וויבאד קיינער האט דאך נישט געהאט קיין אויפזיכט דערויף איבער וואס ער זאל יא אדער נישט שרייבן.
דער מציאות? אונזער די ען עי איז פול מיט זשאנק און פסעוודא גענעס וועלכע זענען אומפארשטענדליך פארוואס איינער זאל זיי אהינשטעלן בכוונה תחילה.
דריטנס, אין א וועלט פון עוואלוציע וואלטן מיר ערווארטעט צו טרעפן געמיינזאמע נוצלאזע קאוד און גלידער וואס די קרובים באשעפענישן האבן גע'ירשנ'ט פון א קאמאן זיידע וועמען עס איז געווען נוצליך. אונטער'ן דיזיין היפאטעזע וואלטן מיר ווי פארשטענדליך בלויז ערווארטעט צו טרעפן דעם סאמע לעצטן ווערסיע דערפון, אן קיין זכר פון גלידער גע'ירש'נט פון אנדערע סארט בעלי חיים.
מיר געפינען אבער יא גענעטישע טעותים און נוצלאזע איברים וועלכע זענען די זעלבע סיי ביי מענטשן און סיי ביי שימפאנזעס, וואס דאס איז א קלארע אנדייטונג אז זיי שטאמען ביידע פון איין מקור.
די פערטע פרעדיקציע פון עוואלוציע וואלט געווען אז מיר זאלן טרעפן מער ווייניגער די זעלבע משפחה פון חיות אין נאנטע געגנטער פון דער וועלט, וויבאלד זיי שטאמען פון די זעלבע זיידעס וואס האבן זיך דארט געדרייט. אנדערש איז אבער מיט דיזיין וועלכע וואלט פרעדיקטעד א מער באלאנסירטע פארשפרייטונג. פארשטייט זיך אז מיר וואלטן נישט געדארפט ערווארטן קיין פאלער בערן אין מדבר סאהארא אדער טיגערס אין אנטארקטיקע, אבער עפעס באלאנס וואלטן מיר יא געדארפט זען.
די מציאות איז פארשטייט זיך ווייטער ווי דאס וואס עוואלוציע פרעדיקט. אין אסטראליע געפינען מיר באשעפענישן וואס מיר טרעפן נישט אין ערגעץ, און ווידער טרעפן מיר נישט דארט אנדערע באשעפענישן וואס געפינען זיך יא אין אנדערע טיילן פון דער וועלט.
די פינפטע פרעדיקציע אויפ'ן ליסטע איז, אז אין א וועלט פון עוואלוציע וואלטן מיר ערווארטעט אז דער פאסיל רעקארד זאל צייגן ווי די חיות האבן זיך געטוישט ביסלעכווייז, איין שטאפל אויפאמאל, בעת אונטער דיזיין וואלטן מיר דאס בכלל נישט ערווארטעט.
דא צייגט שוין די באווייז יא אביסל לטובת א דיזיינער, היות מיר געפינען עטליכע גאר דראסטישע שפרינגען אויפ'ן לייטער פונעם פאסיל רעקארד, וועלכע זענען נישט ממש איינשטימיג מיט דער מהלך וואס מיר וואלטן עווארטעט פון עוואלוציע.
א פינפטער פרעדיקציע שטעלט אזא שאלה: אונטער וועלכע היפאטעזע וואלטן מיר ערווארטעט צו טרעפן ביינער פון באשעפענישן אין א מיטעלע שטאנד, צווישן צוויי סארט היינטיגע באקאנטע משפחות? דא איז ווייטער קלאר אז דאס איז בלויז ערווארטעט אונטער דעם עוואלוציע היפאטעזע און נישט אונטער דעם דיזיין היפאטעזע.
נאך א שאלה: אונטער וועלכע פון די תוצאות וואלטן מיר ערווארטעט צו טרעפן הערך די זעלבע סטרוקטור פון די ען עי אין יעדע סארט בעל חי?
אונטער עוואלוציע איז פשוט אז דאס וואלט געווען דער קעיס, אבער ס'איז אויך נישט אפגעפרעגט אז א דיזיינער זאל נוצן בערך די זעלבע קאודינג שפראך פאר אלע סארט בעלי חיים. פארוואס זאל ער דען מאכן זאכן קאמפליצירטע אן קיין שום בענעפיט? סך הכל - א שוואכע פרעדיקציע, און וואלט נישט געווען קיין באווייז אויף קיין שום זייט.
אונטער וועלכע היפאטעזע וואלטן מיר ערווארטעט א געשעעניש ווי דער באקאנטער פאל אין וועלכע די פאפולאציע פון טונקעלע פלאטערלעך האבן זיך דראסטיש געהויבן זינט דעם אינדוסטריעלן רעוואלוציע ווען ביימער זענען טונקעלער געווארן און בעסער געדינט די קאמופלאזש צוועקן פאר די טונקעלע? מיט'ן ערשטן בליק, איז דאס גענצליך ערווארטעט לויט עוואלוציע, אין וועלכע עס לויטעט אז נאטורליכע דרוק איז גורם אז די בעסערע סארט זאל איבערלעבן בעת די אנדערע זאלן אויסשטארבן. דא איז אבער וויכטיג צו באטאנען אז אינעם דערמאנטן ביישפיל זענען נישט אפירגעקומען קיין שום פרישע סארט פלאטערל. אלעס וואס איז געשען איז געווען אז דער צאל פון טונקעלע קעגן ליכטיגע זענען געשטיגן. אלזא, אזא פענאמען האט גארנישט איינגעלייגט מיט עוואלוציע, און איז פולשטענדיג ערווארטעט לויט ביידע היפאטעזעס אייניג.
***
אצינד לאמיר רעדן פון איינס פון די גרעסטע פראבלעמען וואס די טעאריע פון עוואלוציע פארמאגט, לויט דער לאגיק פון הרב דוד גאטליעב פון אור שמח.
ער טענה'ט אז מיר קענען בלויז נעמען א טעאריע אין באטראכט אויב עס שטעלט אהער א קלארע פראבעביליטי איבער ווי שטארק ווארשיינליך עס איז.
צו אראפשטעלן זיין טענה, ערקלערט ער ווי פאלגנד: למשל איך בין אייך מגלה אז איך האב גענומען אן אביעקט און געפארבט א רויטע עקס אויף איינס פון זיינע זייטן. דאן האב איך עס געווארפן אין דער לופטן זעקס מאל, און עס איז יעדעס מאל געפאלן אויפ'ן עקס. איז עס שכל'דיג אויסגעהאלטן מיר צו גלייבן, אדער נישט?
פארשטייט זיך אז דער ערשטער קשיא דארף זיין: וויפיל זייטן פארמאגט דער אביעקט? וואס זענען די ווארשיינליכקייטן אז עס זאל פאלן יעדעס מאל אויף איינס פון זיינע זייטן?
אויב איך דריי זיך ארויס פון ענטפערן דעם שאלה, זענט איר פולשטענדיג בארעכטיגט נישט צו נעמען א שטעלונג בנוגע יא אדער נישט אננעמען מיינע ווערטער. ס'טייטש, איך האב אייך נישט געגעבן קיין שום פראבעביליטי מיט וואס צו ארבעטן.
עוואלוציע, טענה'ט הרב געטליעב, פארמאגט אקוראט די זעלבע פראבלעם! מיר אלע ווייסן אז עוואלוציע פאסירט וויבאלד עס מאכן זיך כסדר רענדאם מיוטאציעס, און געוויסע פון זיי זענען בעסער פאר'ן בעל חי ווי אנדערע, און אזוי ווערן קאמפליצירטע באשעפענישן געפארעמט.
אלזא, וואס זענען די ווארשיינליכקייטן? וויפיל מיוטאציעס פעלן זיך אויס אז פון א מויז זאל ווערן אן עלעפאנט? וואס זענען די פראבעביליטיס אז א חיה מיט א וויידל זאל לעבן לענגער ווי א חיה אן א וויידל? די נומערן זענען נישטא צו באקומען אין ערגעץ!
דעריבער האלט ער אז עס האט נישט קיין שום זין אנצונעמען אזא טעאריע, כל זמן עס קומען נישט אפיר קיין קלארע פראבעביליטיס דערויף.
***
הרב גאטליעב גייט אויך אריין אין א טעאלאגישע שמועס וואו ער ערווענט עטליכע תירוצים וואס גלויביגע אינעם דיזיין היפאטעזע וואלטן געקענט ענטפערן. פארשטייט זיך אז דאס גייט נישט אין איינקלאנג מיט וויאזוי מען מעסט געווענליך א היפאטעזע, אבער איז פארט גענוג אז איינער וואס קומט שוין מיט א הנחה אז אז עס איז פארהאן א דיזיינער, מחמת איזה סיבה, קען זיך אן עצה געבן מיט די אלע ראיות דערקעגן.
בעצם איז דאס אזוי מיט אלע פון די דעבאטעס, אריינגערעכנט ביקורת המקרא, יום'ס ארגומענטן קעגן ניסים, דער פראבלעם פון שלעכטס, וואו מיט א נייטראלע בליק זענען די באווייזן קלאר אויף דער זייט פון די קעגנער, אבער וויבאלד די גלויביגע קומען שוין מיט א הנחה אז גאט עקזיסטירט און ער האט באשאפן די וועלט, אפגעזען צי זיי זענען בארעכטיגט מיט דעם הנחה צי נישט, איז נישט ממש אויסגעהאלטן צו ברענגען באווייז וואס לויט זיי פרעגט גארנישט אפ.
פאלגנד זענען די שיעורים פון הרב גאטליעב וואו ער רעדט דערפון:
View: https://m.youtube.com/watch?v=R5KocK8tTgY&t=616s&pp=ygUYZXZvbHV0aW9uIGRhdmlkIGdvdHRsaWVi
View: https://m.youtube.com/watch?v=smGjvB9Egbc&pp=ygUYZXZvbHV0aW9uIGRhdmlkIGdvdHRsaWVi
View: https://m.youtube.com/watch?v=Glk1Oix0wxQ&t=1331s&pp=ygUYZXZvbHV0aW9uIGRhdmlkIGdvdHRsaWVi
View: https://m.youtube.com/watch?v=cwZ27yFrkkw&t=125s&pp=ygUYZXZvbHV0aW9uIGRhdmlkIGdvdHRsaWVi