שאהנקאנג סטעיט פריזן אין וואלקיל ניו יארק ווי נחמי' וועבערמאן זיצט און ווי איך האב אים דארטן באזוכט
דא אויבן אין דעם שנירל האבן מאנכע ארויפגעברענגט די נקודה אז אין די ליבעראלע ניו יארק באהאנדעלט מען סעקס אביוזערס ארגער פון מערדעריי פארברעכער.
ראשית כל איז דאס שקר.
דא ביי וועבערמאן איז דאס געווען די גאנצע קהילה וואס איז מיטגעשטאנען מיט אים ווי דער שופט האט קלאר געשריבן אז דעריבער האט ער אים געגעבן אזא הארבער אורטייל.
והשנית, איז דאס נישט קיין אפגעפרעגטער הנחה אז ביי אונז חסידים איז סעקס אביוז ווי רציחה ובזה החלי בעזר צורי וקוני דאס צו מסביר זיין.
איך וויל דא קלאר שטעלן אז איך קען נישט נחמי' וועבערמאן פערזענליך ער איז אבער א פובליק פיגור וואס איך האב זיך אסאך געשריבן מיט אים אין תפיסה פאר 35 סענט קענט איר אויך שרייבן א אימעיל צו אים און אים צאלן נאך 35 סענט ער זאל אייך ענטפערן. איך האב אים שוין באזוכט אויכט דאס איז בחינם אבער עס איז זייער שווער אנצוקומען צו אים ווייל זיינע קינדער היטן אויף זיין כבוד מילא לאזן זיי נישט אריין פרעמדע מענטשן צו אים. אבער איך האב פארדינט זייער טראסט. האבן זיי מיך געלאזט אים באזוכן אין שאהנקאנג סטעיט פריזן אין וואלקיל ניו יארק נישט ווייט פון די קעמפס און קאנטריס אין די קעטסקיללס - פון וואדרידש בערך א 20 מינוט וועג.
איך מוז אייך למען כבוד נחמי' וועבערמאן ומשפחתו קלאר זאגן, אז איך פערזענליך גלויב נישט אז נחמי' וועבערמאן האט באלעסטיגט זיינע קרבנות, כאטש א געריכט און א קלא דלא פסיק האבן אים יא גטראפן שולדיג. אבער ווי געזאגט, איך קען אים נישט פערזענליך נאר פון די גאס מילא רעדט איך נישט וועגן זיין ספעציפישן קעיס נאר בכללית אזוי ווי זיין קעיס פון אזא מענטש ווי אים. איך וויל זיך באציען צו אנדערע אידן וואס זענען פונקט ווי נחמי' דהיינו האבן א געהעריגע ווייב זשאב און זענען ארויפגעקוקט אין געזעלשאפט אלץ חסידישע אידן יראים ושלימים.
אויב זיי חלילה וחס טשעפן א בחור אדער א ווייבל מיט יענעם באלעסטיגן דהיינו מאכן יענעם פילן ווי א ''דעזייערד אביעקט סעקסואלי'' צו מיט ווערטער אדער דורך פעולות -- איז דאס פונקט ווי מ'הארגעט יענעם!
ווייל די ''אביוזער'' איז ארויפגעקוקט דורך די ''וויקטים'' - יעדער בחור און יעדער ווייבל - אפגערעדט פון מיידלעך קוקן ארויף אויף אידן ווי נחמי' וועבערמאן - אסך מער פון זיי, מילא טראכטן די קרבנות אז עפעס איז גאר שטארק ''ראנג'' מיט זיי זעלבסט, אז אזאלכע ''רעספעקטעט'' מענטשן ווי נחמי' האט זיך באנארישט און זיך ארויסגעוויזן צו זיי אזוי נידעריג געפאלן רחמנא ליצלן אז זיי גלוסטן צו זינדיגן מיט זיי. יעדעס בחור'ל ווייבל אדער מיידל באשולדיגט זיך אז זיי אליינס מוזן זיין זייער שלעכט זונדיג און פראבלעמאטיש אז אזאלכע רעספעקטעט מענטשן ווי וועבערמאן האבן זיך פארשעמט פאר די וועלט און פאר זיי. סקען דאך נישט זיין אז וועבערמאן איז אזוי נידעריג כשלעצמו אז די וועלט האלט דאך מער פון אים ווי פון מיר.
נאכאמאל, נחמי' וועבערמאן איז נאר די משל דא. איך נעם נישט אן די לשון הרע אויף אים חלילה וחס. אבער איך טריי אייך מסביר זיין וואס זיינע באשולדיגער טענה'ן. עס קען זיין זיי זאגן ליגענט. אבער לי יהא זיי זאגן אמת וויל איך מיטייילן מיט אייך וואס זיי שפירן!
זיי שפירן ווי דרעק זיי שפירן ווי חוטאים ומחטאים זיי שפירן ווי זונות זיי שפירן ווי שטויב זיי שפירן ווערטלאז זיי שפירן ווי די ערגסטע שמוציגסטע גמיינסטע געפאלנסטע ביי זיך! ס'איז נישט מעגליך צו לערנען ס'איז נישט מעגליך צו ארבייטן און ווער רעדט נאך ס'איז נישט מעגליך צו האבן פריינט!
אזא מין מענטש וואס באשולדיגט אזא איינעם ווי נחמי' קען נישט חתונה האבן קען נישט האבן קינדער קען נישט לעבן צו לאנג.
רוב פון זיי באגייען סועסייד רוב פון זיי ווערן אוי.טי.די.
סאיז נישט קיין ספק אז ביי אונז חסידים איז באלעסטיגן סעקסואל מיידלעך ווייבלעך אדער בחורים פונקט ווי רציחה.
אמת מ'קען גיין פאר העלפ אבער טעארפיע איז סתם צו שטופן דאס לעבן עס נעמט נישט אוועק די פעולה די מחשבות וואס איך האב אייך אויסגערעכנט גייען קיינמאל נישט אוועק. קיין איין מעדעצין קיין איין דראג מאכט אייך נישט פארגעסן גארנישט. עס קען אייך פארטייבן פאר א שטיק צייט. אדער מאכן דילען דערמיט אביסל אפצושטיפן די יסורי איוב די פלאגענישן פונעם נפש אבער עס איז לייוו עס איז מיט'ן קרבן ביז מ'שטארבט!