הפך_בה האט געשריבן:
אבער ווען איך זעה ווי מען באשמוצט איר מיט איר גאנצע משפחה בו בשעה וואס עס קוקט אויס ערנסטע רגלים לדבר אז עס איז נעבעך געשען וואס עס איז געשען. דארט שריי איך געוואלד.
דארט פרעג איך, איז דיר ר' יעקב האראוויץ וואס שרייבט
דא אז ער ווייסט פין פיר קעיסעס פין ערשט-האנטיגע אינפא פין די קרבנות אדער נאנטע משפחה מיטגלידער, נישט גענוג פאר א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות?
איז מרת ענגעלמאן וואס
דערציילט בפרטיות א פאון קאלל פון א מאמע פון א קרבן נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות? אדער ווען זי פארציילט בפרטיות ווי א פרוי איז צוגעקומען צו איר אויפן גאס און געזאגט אז ליידער בדידי הוה עובדא און אז זי וויינט נעבעך א גאנצן טאג אויף דעם אז מען שאפט נאך געלט פאר אים, איז דאס נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות? אדער אז זי שרייבט אז זי האט א טאטעל פון אכט וויקטימס וואס זענען צו איר געקומען, איז דאס נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות?
מען האט דאך דא אליינס גערעדט פון איינעם מיט'ן נאמען פ. וואס שרייט אז מען האט מאלעסטעט זיין טאכטער (איינער פין די גרויסע עסקנים ביים עלילות 75 קאמפיין האט מיר פערזענליך געזאגט אז עס איז אמת אז די טאטע טענה'ט דאס, נאר מען רעכנט זיך נישט דערמיט ווייל ר' ע. זאגט אז עס איז נישט אמת).
ר' פרידלענדער טענה'ט אז איינער איז אים געקומען זאגן אז צו זיין טאכטערס פרענד איז דאס געשעהן.
די פראסעקיוטער זאגט אז אפאר קעיסעס זענען געקומען צו אים.
עס איז דא א פארפאלק אינעם בנין וואו ער וואוינט וואס די פרוי טענה'ט אז זי איז געגאנגען צו קאונסלינג און ער האט געטוהן מיט איר מעשים אשר לא יעשו. ועוד רבות.