דער עולם רעדט דא ווי כאילו ס'איז ברור 100% אז ער האט עס טאקע געטוהן. איז געווען עני עווידענס אויף דעם? זי האט אים געקלאגט אויף עפעס וואס ער האט (לויט איר) געטוהן פינף זעקס יאר פארדעם.
ס'איז נישטא קיין שום עווידענס, אויסער איר עדות, און געווענליך אין די קאורט סיסטעם איז איר עדות גענוג יענעם מחייב צו זיין,
דא קומט א גרויסער אבער, אז געווענליך איז מען דן צווישן די באשולדיגטער און די עדות, און די דשורי איז מחליט לויט דעם צי מ'זאל גלייבן די עדות, און געווענליך לאזט מען דעם באשולדיגטער ברענגען עדות צו זיין זייט וואס האבן א שייכות צו די פרשה, כדי די דזשורי זאל האבן פולע קלארקייט אין די מעשה.
דא איז ביידע זאכן נישט געווען. נחמי' וועבערמאן איז נישט געזיצן אויפן באשולדיגונגס באנק, נאר סאטמאר וויליאמסבורג איז געזעצן. די גאנצע געריכט מיט אלע עדות האט זיך געדרייט איבער די קאמיוניטי, ווי דיפערענט מ'איז פון אלגעמיינע באפעלקערונג לגבי די סקולס און די טיטשערס, ווי אנלייסענסד וכדומה, און בעיקר די פארנאכלעסיגטקייט אין די קאמיוניטי לגבי ס"ס אביוז, יעדער שמויגער וואס האט שוין לאנג א חשבון מיט די קאמיוניטי האט געקענט באקומען א סטענד ביים געריכט זאל, אבער פרשת שאלאמאן, וואס האט געהאט א דירעקטע חלק אין די פרשה, האט נישט געטארט דערמאנט ווערן, דאס שוין אויסער וואס דאס איז געווען די גרעסטע נייעס אין ניו יארק אין יענע צייט, און די מידיא האט טעגליך באשמוצט די קאמיונטי מיט די ארגסטע.
נו אוודאי, ווען 12 דזשורארס הערן פון וואו דער מענטש קומט, איז ביי זיי נישט קיין ספק אז ער איז חייב, פונקט ווי דו גייסט גלייבן יעדע מעשה וואס א לב טהור סערווייווער גייטעך דערציילן אויף די הנהלה דארט.
צו עכט וויסן אויב ער איז חייב וואלט געדארפט זיין א געריכט אינדרויסן פון ניו יארק, מיט א יושר'דיגע ריכטער וואס פאקוסירט נאר אויף עצם מעשה, און לאזט נישט קיין פראסעקיוטערס פארקריכן צו זייטיגע זאכן, און אזוי אויך לאזט ער ברענגען אלע רעלעוואנטע עדות.
אין אמעריקע זאגט דער געזעץ און קאמאן סענס innocent until proven guilty, לפי זה איז נחמי' וועבערמאן אומשילדיג און ער זיצט אומזיסט אין תפיסה, נישט ווייל ער האט נישט אביוזט, ווייל דאס ווייסט מען נאך נישט כהיום, נאר ווייל ער האט נישט געהאט קיין יושר'דיגע משפט און innocent until proven guilty.
און צו די אלע וואס שרייען אז ביי דעי זאכן איז guilty until proven innocent, זאלן זיי קודם זיך אליינס איינזעצן אין תפיסה, ווייל איך קען יעצט האבן א פאק מיט מעשיות אויף זיי און guilty until proven innocent, קודם ווייז אויף אז דו ביסט אימשילדיג, און דערנאך עסטו רעדן פון א צווייטן.