אויס סומעטאכע? פרשת וועבערמאן

1749236187721.png
 
די אקט פון רציחה איז הארבער פון די אקט פון סעקס אביוז. אבער מ'האט שוין נישט היינט קיין טויט שטראף. טאקע וועגן דעם ווייל מ'זעהט איין ווי שוידערליך טויט איז.

אבער די קאנסעקווענצן פון ''סעקס אביוז'' איז פונקט ווי רציחה ווייל רוב ''וויקטימס'' גייען מילא ''סועסייד'' נאך א שטיק צייט אפשר איז היינט שוין בעסער אבער אמאל איז דאס געווען די מציאות.

מיר דארפן פארשטיין אז די פראבלעם פון סעקס אביוז איז נישט די פעולה עס איז בעיקר די קאנסקווענצן דערפון אויף שפעטער. א קליין בחור'ל אדער אפי' א ווייבל וואס דארף זיך ספראווען וואס יענער טראכט איבער מיר וכדו' טוהט מער וויי פון הארגענען ווייל על פי רוב אין אינזער געזעלשאפט על כל פנים ווערן די קרבנות אוי.טי.די. און באגייען סועסייד אסך פון זיי נאך א שטיק צייט.

בנוגע שטראף האלט איך אז נחמי' וועבערמאן האט שוין אפגעליטן גענוג. אמת ער האט קיינמאל נישט איבערגעבעטן קיינעם. אדרבה, ער שפילט גאר קדוש פאר די זאליס אין קרית יוא' וואכנשריפט וועכנטליך. דערמיט שטעכט ער ווייטער זיינע באשולדיגער.

עס איז אויך דא זייער א וואלידער קאנצעפט אז טאמער די קרבנות זעהן ווי די זאליס מאכן נחמי' פאר א קדוש ווערן זיי נאכמער באלעסטיגט. אבער די קאנטינעטעל מסיבה איז געווען א פאנד-רעיזינג און די צוהיצטע לאזונגען פאר די מידיע מיט די צעטליך מיט די השגחה פרשה איז נישט פשט אז מ'קוקט ארויף נחמי' אדער מ'קוקט אראפ זיין באשולדיגער דאס איז פשוט געווען אים צו העלפן אין זיין קארט קעיס.

אבער מיר אידן זענען רחמנים בני רחמנים. דאס איז נישט נארמאל אזויפיל יארן צו זיצן. ער האט שוין חתונה געמאכט אלע זיינע קינדער. ער איז שוין גוט באשמוצט אפי' די זאליס וועלן אים נישט מער טראסטן זיך איינצושפארן מיט קינדער און ווייבלעך! מיר דארפן געדענקן אז נחמי' האט געשפילט עסקן ביי ביידע סיי אין קרית יוא' ביי די אהרונים און סיי אין וויליאמסבורג ביי די זאליס. ער איז געווען אן ענערגעטישער עסקן אינערהאלב יו.זשעי.אוי. פאר האוזינג מיט אנדערע רעגירונג אנגעלעגנהייטן. ער איז אריין אין חינוך ושלום בית טעראפיע ווי אסאך אינגעלייט ווייל ער איז א פיינער מענטש נישט ווייל ער איז א פעדאפייל. ער האט פשוט געקענט בעסער ענגליש ווי רוב פון אונז ווייל זיי זענען אן אמעריקאנע משפחה פאר'ן מלחמה דאהי. און ער איז אויך געווען א שטוב מענטש ביים ברך משה.

יא די זאליס שטיצן אים מאראליש מער ווי די אהרונים, אבער נישט ווייל ער איז זייער'ס א מענטש. די אהרונים העלפן נישט קיינעם נאר זייערע שווענץ. די זאליס זענען בעלי חסד און העלפן יעדן איד און ר' יעקב בער מיט לאנדאוי העלפן אים איצט בלויז אלץ רחמנות נישט ווייל ער איז א צדיק אין זייערע אויגן. אדרבה נחמי' איז מער גענויגט צו די אהרונים אין ריעל לייף זייענדיג א שטוב מענטש פון ברך משה פאר ער איז אריין אין תפיסה. הגם ער איז פון די מלאכים מער דהיינו ער איז נישט קיין סאטמערע בכלל נאר א חב''ד'סקער אויסגעבויעטער אייגענער מענטש פאר זיך.

דער אהרוני האט מער געפייט פאר אים ווילד ווי פון זאלי וואס איז אייביג געווען שטיהל נישט צו טשעפן זיינע קרבנות ח''ו. זאלי איז אים סך הכול געגאנגען באזוכן אין תפיסה איינמאל די לעצטע 12 יאר, ווען ער איז געווען דא נעבן וויליאמסבורג אין רייקערס איילענד ביי א אפיעלס פארהער וואס מ'דארף זיין לאקאל פאר טראנספארט צום קארט טעגליך. אבער דער אהרוני דארפן מיר געדענקן האט געהאלטן די ווילדע צעהיצטע 'הכזונה' דרשה אין ארמארי קעגן זיין באשולדיגער די מיידל.

דער גאנצער אשכול שטאמט פון וואצעפ קאפי פעיסטס, אבער עס איז זייער גערעכט אז מ'זאל אים באפרייען איצט. אוואדי דארף מען צאלן זיינע וויקטימס גרויס געלט אז זיי זאלן מסכים זיין דערצו פארשטייט זיך אן זייער הסכמה טאר ער נישט באפרייט ווערן.

נחמי' איז א הארטער ניסל ער וועט קיינמאל נישט מודה זיין אין זיינע חטאים און דעריבער וועט ער נישט איבערבעטן קיינעם נישט. אבער אז זיינע וויקטימס באקומען געלט פון יואלי לאנדא וועלן זיי מסכים זיין ער זאל באפרייט ווערן אפי' ער טוהט נישט תשובה.

קיינער וועט נישט מאכן קיין קבלת פנים פאר נחמי' ווי ביי רובאשקין. די זאליס האבן מער שכל ווי דעם. איי די קאלום אין קרית יוא' וואכנשריפט דאס ווערט געשריבן דורך ר' אברהם יושע פריינד פון קרית יוא' א פדיון שבוים עסקן, ער איז אן אהרוני נישט קיין זאלי בכלל, ער באזוכט הונדערטע אידן אין אלע תפיסות איבעראל.

ר' אברהם יושע פריינד איז א כמו ''טשאפלען'' זיי מחזק זיין. ער נעמט די פריוואטע אי-מיעלס וואס נחמי' שרייבט פאר זיין משפחה און ידידים און בארבייט דאס פאר'ן ציבור. ער רעדאקטירט זייער אסאך פון ענגליש צו אידיש און פאר קינדער און בחורים זאלן נישט אלעס זעהן וואס נחמי' שרייבט. דאס איז נישט נחמי' אליינס ס'שטייט קלאר אז אברהם יושע טוהט דאס אלץ מצות פדיון שבוים סיי פאר נחמי' אליינס זאל נישט זיין געבראכן ביי זיך נישט צו באגיין סועסייד אין זיין צעל. און סיי פאר די וועלט אז מיר זאלן ווייטער מתפלל זיין פאר זיין פדיון שבוים.

סיגוטער רב ר' יעקב בער טייטלבוים שליט''א איז נישט קיין שוואנץ ער פארשטייט זייער גוט די פראבלעמען פון זכרי' מיט ברוך מרדכי ער וואלט קיינמאל נישט געטאן אזא זאך צו באפרייען א מנובל וואס איז א סכנה פאר אונזערע קינדער. ער האט שוין באפרייט אסאך מער אהרונים ווי זאליס. ער העלפט יעדן איינעם וואס קומט צו אים וויינען.

יעדער פארשטייט אז נחמי' איז געווען א פובליק פיגור עסקן נמרץ ער האט געבויט ניי וויליאמסבורג, און דערנאך א חינוך ושלום בית טעראפיסט, נישט קיין משוגענער נואף וואס איז געלאפן אין מקוה סתם אזוי באבערן בחורים אדער געבן היטשעס א גאנצן טאג צו פאנגן סתם פרעמדע קרבנות. נאר נחמי' האט געהאט א פעסטער ניסיון וואס קיינער פון אונז קען נישט משיג זיין. 'אין אפטרופס לעריות' איז געזאגט פאר יעדן פון אונז נישט נאר פאר נחמי' - מה שאין כן ברוך מרדכי און זכרי' זענען גייסטיש קראנק דורך דאקטוירים וואס האבן זיי אונטערזיכט אז זיי ליידן ערענסט אויף א מחלה 'פעדאפיליע' וואס רוב מענטשן האבן נישט.

עס איז איצט פאליטישע וואלן סיי פאר מעיאר און סיי קומעדיגע יאר פאר גאווערנער ר' יעקב בער ווייסט וויאזוי אויסצוניצן די געזעץ צוזאמען מיט פאליטישע דרוק. איצט לויפט פאר מעיאר ענדרו קואמא וואס ער האט 13 פרויען וואס שרייען אז ער האט זיי באלעסטיגט. ער איז דער פראנט ראננער. פארוואס זאל ער נישט באפרייען נחמי' וואס איז זיכער בעסער פון אים?

לעניות דעתי, דארף מען באפרייען נחמי' דורכ'ן גאווערנער מיט א געהעריגער פארדאן בנוסף אויף ר' יעקב בער'ס לעגאלע ארגומענטן און יואלי לאנדאויס מיליאנען פאר די קרבנות (ס'איז אנדערש פון אברומי רובין'ס שוחד ווייל עס איז שוין לאנגע יארן נאכ'ן סענטעסינג ס'איז נישט קיין וויטנעס אינטימידעישן נאר פארגיטיגונג פון צער ריפו שבת ובושת פאר זיי צו בארואיגן זיי זאלן מוחל זיין נחמי') יעדער איינער פון זיי און אונז די גאנצע קאמיוניטי די אהרונים אין זייער בלאט/נייעס באריכט און די זאליס און זייער וואכנשריפט/איד זאלן נישט לייגן קיין העד-ליינס איבער פדיון שבוים אזוי ווי ביי שלום מרדכי רובאשקין נאר זיין גענצליך שטיל ווי ביי שלום ווייס מרדכי יצחק סאמעט אין יעדן אנדערן אידישן חסידישן קרימינאל וואס ווערט באפרייט.
 
לעצט רעדאגירט:
וועגן די סכום פון יארן קען מען טאקע דן זיין, אבער זיין טענה פון נאך וויקטעם'ס איז גאר נאריש, ווער דארף די היץ וואס די איינע האט באקומען? ווער וויל ווערן אויסגעשלאסן פון די קאמיוניטי?
 
וועגן די סכום פון יארן קען מען טאקע דן זיין, אבער זיין טענה פון נאך וויקטעם'ס איז גאר נאריש, ווער דארף די היץ וואס די איינע האט באקומען? ווער וויל ווערן אויסגעשלאסן פון די קאמיוניטי?
איך ווייס נישט צי ער איז פלעין נאיוו, צי פארגלייכן אינזער טאלאנטפולע קאמיאנעטי צי די גויאישע גאס... אדער נעמט ער דעם עולם אויף א ספין
 
באמת איז אזוי
אויב איז עס אמת אז ער האט עס געטוהן
זאל ער זיצן ביז ער שטארבט
אויב נישט בין איך העפי אז ער גייט ארויס
מיין שאלה איז צי די אלע עסקנים וואס העלפן עם, ווייסן ענק 100% אז ער איז אומשילדיג?
און אויב ווייסן ענק אז ער איז יא שילדיג, וואלטן ענק עם געהאלפן אפילע ער וואלט עס געטוהן פאר "דיין" קינד ?
 
באמת איז אזוי
אויב איז עס אמת אז ער האט עס געטוהן
זאל ער זיצן ביז ער שטארבט
אויב נישט בין איך העפי אז ער גייט ארויס
מיין שאלה איז צי די אלע עסקנים וואס העלפן עם, ווייסן ענק 100% אז ער איז אומשילדיג?
און אויב ווייסן ענק אז ער איז יא שילדיג, וואלטן ענק עם געהאלפן אפילע ער וואלט עס געטוהן פאר "דיין" קינד ?
קיינער גלייבט נישט אז די מעשה איז געווען אזוי גלאטיג. ער האט זיכער עפעס געטאן ראנג. עס איז ניט געווען אינגאנצן ווי די מיידל פארציילט. אבער זי מעג אויפבלאזן. די עסקנים גלויבן מסתם גארנישט. זיי טוען נאר העלפן יעדן ווי ליבעראלע לויערס. ווען עס וואלט געווען מיין קינד וואלט איך געטאן וואס יודי גאלדבערגער און אייזיק לעפקאוויטש האבן געטאן.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס האט יודי געטוהן?
אנגעמקלט א פרייוועט רבי פון זיין זוהן יענעם אפגשניטן די פיאות און צומזיקט דעם שמאק אין ווייסן שוהל אין קרית יוא' יענער וואונט היינט אין ירושלים אנטלאפן אפגעגט דאס ווייב ליידער א שטוב מיט קינדער לעבעדיגע יתומים פון יודי'ס ווילדער אקט.
 
לעצט רעדאגירט:
1749248149258.png



שאהנקאנג סטעיט פריזן אין וואלקיל ניו יארק ווי נחמי' וועבערמאן זיצט און ווי איך האב אים דארטן באזוכט


דא אויבן אין דעם שנירל האבן מאנכע ארויפגעברענגט די נקודה אז אין די ליבעראלע ניו יארק באהאנדעלט מען סעקס אביוזערס ארגער פון מערדעריי פארברעכער.

ראשית כל איז דאס שקר.

דא ביי וועבערמאן איז דאס געווען די גאנצע קהילה וואס איז מיטגעשטאנען מיט אים ווי דער שופט האט קלאר געשריבן אז דעריבער האט ער אים געגעבן אזא הארבער אורטייל.

והשנית, איז דאס נישט קיין אפגעפרעגטער הנחה אז ביי אונז חסידים איז סעקס אביוז ווי רציחה ובזה החלי בעזר צורי וקוני דאס צו מסביר זיין.

איך וויל דא קלאר שטעלן אז איך קען נישט נחמי' וועבערמאן פערזענליך ער איז אבער א פובליק פיגור וואס איך האב זיך אסאך געשריבן מיט אים אין תפיסה פאר 35 סענט קענט איר אויך שרייבן א אימעיל צו אים און אים צאלן נאך 35 סענט ער זאל אייך ענטפערן. איך האב אים שוין באזוכט אויכט דאס איז בחינם אבער עס איז זייער שווער אנצוקומען צו אים ווייל זיינע קינדער היטן אויף זיין כבוד מילא לאזן זיי נישט אריין פרעמדע מענטשן צו אים. אבער איך האב פארדינט זייער טראסט. האבן זיי מיך געלאזט אים באזוכן אין שאהנקאנג סטעיט פריזן אין וואלקיל ניו יארק נישט ווייט פון די קעמפס און קאנטריס אין די קעטסקיללס - פון וואדרידש בערך א 20 מינוט וועג.

איך מוז אייך למען כבוד נחמי' וועבערמאן ומשפחתו קלאר זאגן, אז איך פערזענליך גלויב נישט אז נחמי' וועבערמאן האט באלעסטיגט זיינע קרבנות, כאטש א געריכט און א קלא דלא פסיק האבן אים יא גטראפן שולדיג. אבער ווי געזאגט, איך קען אים נישט פערזענליך נאר פון די גאס מילא רעדט איך נישט וועגן זיין ספעציפישן קעיס נאר בכללית אזוי ווי זיין קעיס פון אזא מענטש ווי אים. איך וויל זיך באציען צו אנדערע אידן וואס זענען פונקט ווי נחמי' דהיינו האבן א געהעריגע ווייב זשאב און זענען ארויפגעקוקט אין געזעלשאפט אלץ חסידישע אידן יראים ושלימים.

אויב זיי חלילה וחס טשעפן א בחור אדער א ווייבל מיט יענעם באלעסטיגן דהיינו מאכן יענעם פילן ווי א ''דעזייערד אביעקט סעקסואלי'' צו מיט ווערטער אדער דורך פעולות -- איז דאס פונקט ווי מ'הארגעט יענעם!

ווייל די ''אביוזער'' איז ארויפגעקוקט דורך די ''וויקטים'' - יעדער בחור און יעדער ווייבל - אפגערעדט פון מיידלעך קוקן ארויף אויף אידן ווי נחמי' וועבערמאן - אסך מער פון זיי, מילא טראכטן די קרבנות אז עפעס איז גאר שטארק ''ראנג'' מיט זיי זעלבסט, אז אזאלכע ''רעספעקטעט'' מענטשן ווי נחמי' האט זיך באנארישט און זיך ארויסגעוויזן צו זיי אזוי נידעריג געפאלן רחמנא ליצלן אז זיי גלוסטן צו זינדיגן מיט זיי. יעדעס בחור'ל ווייבל אדער מיידל באשולדיגט זיך אז זיי אליינס מוזן זיין זייער שלעכט זונדיג און פראבלעמאטיש אז אזאלכע רעספעקטעט מענטשן ווי וועבערמאן האבן זיך פארשעמט פאר די וועלט און פאר זיי. סקען דאך נישט זיין אז וועבערמאן איז אזוי נידעריג כשלעצמו אז די וועלט האלט דאך מער פון אים ווי פון מיר.

נאכאמאל, נחמי' וועבערמאן איז נאר די משל דא. איך נעם נישט אן די לשון הרע אויף אים חלילה וחס. אבער איך טריי אייך מסביר זיין וואס זיינע באשולדיגער טענה'ן. עס קען זיין זיי זאגן ליגענט. אבער לי יהא זיי זאגן אמת וויל איך מיטייילן מיט אייך וואס זיי שפירן!

זיי שפירן ווי דרעק זיי שפירן ווי חוטאים ומחטאים זיי שפירן ווי זונות זיי שפירן ווי שטויב זיי שפירן ווערטלאז זיי שפירן ווי די ערגסטע שמוציגסטע גמיינסטע געפאלנסטע ביי זיך! ס'איז נישט מעגליך צו לערנען ס'איז נישט מעגליך צו ארבייטן און ווער רעדט נאך ס'איז נישט מעגליך צו האבן פריינט!

אזא מין מענטש וואס באשולדיגט אזא איינעם ווי נחמי' קען נישט חתונה האבן קען נישט האבן קינדער קען נישט לעבן צו לאנג.

רוב פון זיי באגייען סועסייד רוב פון זיי ווערן אוי.טי.די.

סאיז נישט קיין ספק אז ביי אונז חסידים איז באלעסטיגן סעקסואל מיידלעך ווייבלעך אדער בחורים פונקט ווי רציחה.

אמת מ'קען גיין פאר העלפ אבער טעארפיע איז סתם צו שטופן דאס לעבן עס נעמט נישט אוועק די פעולה די מחשבות וואס איך האב אייך אויסגערעכנט גייען קיינמאל נישט אוועק. קיין איין מעדעצין קיין איין דראג מאכט אייך נישט פארגעסן גארנישט. עס קען אייך פארטייבן פאר א שטיק צייט. אדער מאכן דילען דערמיט אביסל אפצושטיפן די יסורי איוב די פלאגענישן פונעם נפש אבער עס איז לייוו עס איז מיט'ן קרבן ביז מ'שטארבט!
 
לעצט רעדאגירט:
1749354055798.png


נחמי' וועבערמאן די מאמענט וואס ער הערט די שולדיג אורטייל פונעם זשורי אדער די 150 יאריגער אורטייל פונעם דזשאדזש פארמאכנדיג זיינע אויגן בצער צו הקב''ה.


אלץ א מאמין בהשם יתברך אז גארנישט געשענט נישט סתם אזוי פון זיך אליינס האלט איך אז דער ארעסט פון נחמי' וועבערמאן פאר אזויפיל יארן שוין דארף צו דינען אלץ מוסר השכל פאר אונז יעדן פערזענליך ווייל אנדערשט פון יענקי דאסקאל סתם א באם דער אנפירער פון בארא פארק שומרים איז נחמי' וועבערמאן'ס פרשה געווען א דירעקטער אנגרייף דורך די מידיע די זשורי און די דזשאדזש אויף אונזער גאנצער קאמיוניטי.

אמת מיר האבן אים געוואלט העלפן האבן מיר געמאכט דעם קאנטינענטעל מסיבה און די אברומי רובין מיט די מישקאלצער השגחה אינטימידעישן אויף די עדות און באשולדיגער וואס זענען געווארן אפגעפארן און מאדערן.

אבער נישט קיין חילוק דע פארוואס, איז כלל ישרא' געווארן אריינגעדרייט אין דעם נחמי' וועבערמאן סומאטוכע. עס איז מער נישט קיין פריוואטער פייט צווישן נחמי'ן און זיינע באשולדיגער. דעריבער מוזן מיר אלע טאן עפעס צו דעם ענין.

איך רעדט נישט פון די חילול השם, דאס קען מען לייגן דעם קאפ ווי א בת היענה אין די ערד צו זאגן אז זיי אלע זענען אנטיסעמיטן ווי מ'האט דאן געשריגן אויף די וועלט. איך רעדט פשוט פון אונזער אייגענע לעבן ווי די וואך נשא שטייט אין די תורה די פרשה פון נזיר פרעגט די גמרא למה נסמכה פרשת סוטה לנזיר? אז פארוואס שטייט די 2 סוגיות צוזאמען איינס נעבן צווייטן אין די תורה הקדושה? והלא דבר הוא? אז איינס האט א שייכות מיט'ן צווייטן! ענטפערט די גמרא אז 'הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין' דאס הייסט אויב מ'זעהט זיך צו צו אזעלכע שרעקליכע זאכן ווי א סוטה - איך ווייס ניט צו נחמי' איז די סוטה דא אדער זיין באשולדיגער - אבער איינער פון זיי איז זיכער א סוטה!... דאן מיזן מיר אליינס זעלבסט תשובה טאן צו זיך אויסארבייטן די לעבן צו ווערן מער אפגעהיטן אפי' פון מותר'דיגע זאכן ווי וויין.

פארוואס? ווייל דאס איז עפעס ראנג אין אונז אליינס אז מיר לעבן אין אזא דור אזא שפל המצב ווי מענשטן צווישן אונז אזוי ווי נחמי' ווערן באשולדיגט אין דעם אדער די מיידל וואס איז א בת קדושים וטהורים אירע עלטערן זענען די סאמע עליטע אויבערשטע שטעסל פון אונזער געזעלשאפט תורה וגדולה און רבישע מיט רבנישע שרייבער בעלי השפעה רייכע עשירים זענען אירע עלטערן זיידעס ארויפגעקוקט ביז גאר! אז מיר לעבן אין דעם געזעלשאפט איז דאס א צייכן א סכנה א ''טריגער'' א השפעה אויף אונז אליינס אויכט מילא מוזן מיר זיך אליינס נעמען אין די האנט אריין תשובה צו טאן און לעבן הייליגער בעסער און מער געטליכער. צו ווערן א נזיר היינט צוטאגס אויכט נישט דורך לאזן וואקסן די האר נאר דורך נישט טרונקן וויין פרעסן סטעיקס מיט אייזקריעמס און לעבן אין שוואלטאג חלילה וחס. נאר זיין פרומער און מער אידישלעך!

אז דאס זאל נישט פאסירן צו אונז און נישט צו קיינעם מער נישט. איבערהויפט אז נחמי' וועבערמאן איז געוען א פירער פון אונזער געזעלשאפט דארפן מיר פארעכטן געזעלשאפט. יעדער פון אונז טראגט אן אחריות אויף גאנצן סביבה ארום אונז! קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען.

ביטע שרייבט אלע אימעילס דורך די Securus eMessaging® - Securus Technologies וועב-זייט צו נחמי' וועבערמאן - זיי נעמען אן אייער קרעדיט קארד - און גייט אים באזוכן!

נחמי' איז זייער א קלוגער וואולער מענטש ער איז ליידער אריין געפאלן אין זייער שרעקליכע מעשים אדער בילבולים דאס מאכט אים נאך נישט אז ער זאל פארדינען טויט שטראף!

ובזכות זה אז מיר אלע וועלן תשובה טאן דורך שרייבן צו אים חיזוק אז ער זאל נישט זיך מייאש זיין וועט ער ווערן אויסגעלייזט היינט דורך דעם ברוך מתיר אסורים בב''א!

Weberman, Nechemya
DIN number 13A0438
shawangunk correctional facility
200 quick rd
po box 750
Walkill NY 12589


אוודאי זאל מען שרייבן בדרך כבוד מיט רחמנות ווייל די באהערדע קוקן איבער אלע אייערע אי-מעילס מיך האט מען שוין געבלאקט אסאך אי-מעילס און אסאך האט נחמי' איגנארירט אבער בדרך כלל ענטפערט ער מיט הכנעה און הכרת הטוב דאנק פאר רוב אי-מעילס. ס'איז קריטיש וויכטיג ער זאל וויסן די דעת הקהל וואס די וועלט האלט פון אים און איבער זיינע באשולדיגער - ער ווערט געמאניטערט דורך מענטל העלט פראפעשענעלס דארטן כסדר.​
 
לעצט רעדאגירט:
סארי פאר די אימוויסענשאפט
וואס איז אפיציעל געווען זיינע חטאים?
 
ער איז געווארן אנגעקלאגט נאך א באשולדיגונג פון א פאציענט זיינער אז ער האט איר גערעיפט. דער פראסעקיוטער האט גע'טענה'ט זיי האבן נאך פאציעטן זיינע וואס טענה'ן ער האט זיי באלעסטיגט סעקסואל. די מידיע האט דאן באריכטעט אז די קאמיוניטי טעראריזירט יעדן איינעם וואס גייט ארויס אפן אים באשולדיגן. ער איז געווען א שלום בית און א חינוך טעראפיסט ספעציעל פאר מיידלעך פון ביידע סאטמערע פראקציעס, די אהרונים מיט די זאלונים.

די דזשורי האט אים געטראפן שולדיג און א דזשאדזש האט אים ארעסטירט קודם פאר 103 יאר, ווי ער האט געשריבן, אז ער גיט אזא הארבע עונש בעיקר ווייל די קאמיוניטי האט אים געהאלפן און נישט זיינע באשולדיגער, און נישט נאר דאס, נאר האבן אויך טעראריזירט די באשולדיגער. דערנאך האט א צווייטער דזשאדזש אראפגעדרייט זיין אורטייל צו בלויז 50 יאר ווייל 103 יאר איז געווען ארויס פון אנושית פאר אזא באשולדיגונג.

איך פערזענליך גלויב נישט אז נחמי' וועבערמאן איז געווען סתם א רעיפיסט. ער איז געווען יארן לאנג א באקאנטער עסקן ציבורי אין יו.זשעי.אוי. העלפנדיג זייער אסאך מענטשן פריוואט און אויך אלץ פובליק פיגור. ער איז א חסידישער איד, א תלמיד חכם, באקאנט פון די מלאכים נטורי קרתא פרומער עולם, זיין משפחה איז געווען דאהי אין אמעריקע פאר סאטמאר און זיך געהאלטן זייער ערליך מיט מסירת נפש, בעיקר פון תורת חב"ד, גארנישט מיט סאטמאר וואס אונז האלטן אז נשתכח תורת הבעל שם טוב. ער איז טאקע געווען א שטוב מענטש פון ברך משה, אזא גאבע דרייווער וויידל, געגאנגען אין פייער פאר'ן מיטעלן סאטמאר רבי'ן.

אבער מחמת זיין עסקנות, בעיקר פאר משמרת הצניעות אין וויליאמסבורג, האט ער אויך געטאן ווילדע שטיק ווי אראפטעיפן שאלאמאן דעם קאפ אין וואדרידזש וואס איז היינט אויך געווארן ארעסטירט פאר די זעלבע מעשים וואס וועבערמאן איז געווארן באשולדיגט - ווי די משנה זאגט אין אבות: על דאטפת אטפוך - האט וועבערמאן באקומען אסאך שונאים אין די קהילה, קען איך זעהן אז מ'זאל אים מאכן א בלבול. איך בין אבער נישט געווען אזוי אויסגעקאכט אין די ענינים דאן, עס גייט דאך צוריק 15 יאר זינט'ן באשולדיגונג.

ממילא קען איך זעהן אז דאס קען זיין א בלבול, אבער וועבערמאן איז נישט קיין צדיק, ער איז א פיינער חסידישער עסקן, אבער נישט קיין מלאך אדער עובד השם יתברך, און אפילו אויף די גרעסטע פרומסטער איד קען מען הערן אז יענער זאל דורכפאלן.

איך נעם אן אז די אמת איז אינדערמיט ערגעץ, ווייל וועבערמאן האט זיך געקאכט אין שמוץ, ווי דאס פאלקס ווארט גייט: א בעזעם וואס קערט שמוץ ווערט שמוציג. ער איז נישט אזוי אומשודליג און נישט אזוי שולדיג. עפטער אלל האט ער מודה געווען אין קאורט אז ער האט עובר געווען אויף איסור יחוד. איך קען זעהן אז פאר זיין טעראפיע פרנסה האט ער דאס געמוזט טאהן. אבער איך גלויב אז דאס געווען א טאקטיק פון זיין לויער פארקאש צו צייגן עפעס שולד, דאס מוז אויך נישט זיין תורת אמת אז ער האט טאקע עובר געווען אויף יחוד. ער איז דאך געווען א שומר תורה ומצוות על כל פנים פאר די גאס, נישט געווען סתם א שומרים באם ווי יענקי דאסקאל פון בארא פארק נאר ווי געזאגט אן ארויפגעקוקטער חסידישער עסקן.

למעשה, זיצט ער שוין 13 יאר כמעט 15 יאר זינט זיין ארעסט. ווי אויבן געשריבן איז שוין העכסט צייט אים צו באפרייען. אז מיר וועלן שרייבן בריוו צו אים און צום גאווערנערקע וועט הקב"ה טאהן דאס זייניגע, אמן כן יהי רצון!
 
103 אויב געדענק איך ריכטיג

(150 איז געווען פאר בערני מעידאף)
אויקיי פאראכטן צו 103 א דאנק.

אבער דאס איז געווען אומענטשליך דאן האט דער שופט קלאר געשריבן אין זיין פסק אז ער נעמט נקמה אין די גאנצע קהילה נישט נאר אין וועבערמאן "אונז צו לערנען א לעסאן אז מ'נעמט זיך נישט אן פאר די אביוזער און באשמוצן די באשולדיגער, אזוי בלינד".

איך האלט נישט אז די קאמיוניטי האט זיך בלינד אנגענומען פאר וועבערמאן, מ'האט אים געקענט אלץ עסקן אלץ וואוילער מענטש, אלץ חסידישע איד, טאקע נישט קיין צדיק אבער נישט אלץ רעיפיסט.

עס איז שוין העכסט צייט מ'זאל אים באפרייען ווי געשריבן אויבן. נישט נאר ווייל וועבערמאן איז נישט געווען קיין באם ווי יענקי דאסקאל פון בארא פארק שומרים נאר די גאנצע קאמיוניטי איז געקומען א לאנג וועי זינט דאן.

ווי למשל היינט האבן שוין אלע טעראפיסטן לייסענס, דאן איז דאס געווען א ווילד פרעמדע זאך אז מיר זאלן גיין אין קאלעדזש. הקיצור אלץ כל ישרא' ערבים זה לזה, איבערהויפט אז די סומע יארן פון זיין ארעסט איז צוליב אונז, מוזן מיר אלעס טאן איצט אים צו באפרייען.
 
Back
Top