ירידה לצורך
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אפר. 30, 2026
- מעסעדזשעס
- 9
- רעאקציע ראטע
- 65
- פונקטן
- 13
די מעשה וואס האט פאסירט דעם פרייטאג צו נאכטס אין כתה ו' אין מיין הדמיון איז אזוי באלערנד אז כ'געדענק עס נאך ביז היינט.
ויהי היום די רבי קומט נישט אהן צופרי אונז שפילן אין קלאס, ס'שוין לאנג נאכן בעלל אבער קיינער טראכט נישט קיין סאך, ריסעס איז אויך גוט. ביז דער מנהל עפענט דעם טיר און ס'ווערט שטיל, ער ווארט מיט א ראוגקייט ביז יעדער זיצט אויפן פלאץ און ער איז אונז מודיע פון א גוטער סובסעטוד וואס וועט היינט פארלערנען, אויב וועט עטץ זיך אויפפירן וואויל וועט מען אים צוריק רופן מארגן אויך.
קומט אריין דער ממלא מקום מיט זיין קראך היט און לאנגער רעקל ער קוקט נישט אויס אנגעצויגן ווייל ער ווייסט נישט וואס אונזער כיתה איז. "אונזער" כיתה איז א שרעק, מיט וואס א יאר ווערן מיר מער אגרעסיוו, אפי' כיתה ז' האט מורא פון אונז.
דער סובסעטוד וואס כ'ווייס נאך היינט נישט זיין נאמען הייבט אהן גלייך מיט א מעשה וואס הערט זיך גראדע גאנץ אינטרעסאנט אבער גיימער אים דען לאזן רעדן מער ווי אפאר סעקונדעס אהן אויסצאפן זיין בלוט, ווי נאר ס'האט זיך אים געדאכט אז ער האט געמאכט דאס ערשטע ווערטל האט ער אנגעהויבן באקומען 'פידבעק' איבריגע געלעכטער ווי אונז לאכן אים צו טון א טובה.
דער ממלא מקום פראבירט צו נישט באמערקן און ממשיך זיין, אבער ער ווערט געשטערט מיטן געלעכטער ביז ער האט שטיל געווארן, א שתיקה שיש בה ממש. די קינדער ווילן אפלערנן זיין פנים אויב עס דערציילט ווי שטארק ער איז אויפגערעגט צו פארשעמט, איז ער שוין פארלוירן און האט חרטה פארן אריינטרעטן אין אונזער קלאס? אבער עפעס שפירט זיך גאר אנדערש, ער קוקט אויס ערענסט אבער קאללעקטיוו, ער איז אין קאנטראל און אפי' ווייעך אבער עפעס א פייער ברענט אין אים. וואס איז דאס? פליצלינג זענען מיר מער אינטרעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן, אבער ער איז שטיל.
כ'געדענק נישט פונקטליך ווי אזוי ער האט אנגעהויבן אבער ער האט געצויגן סטרינעס פון צער און שפלות טונקלקייטן וואס איך שפיר אמאל אין די ווינטער נעכט ווען ס'שוין געווען טינקל ביי ענגליש און כ'האב נישט געהאט קיין נערווען צו בטלן נאך צוויי שעה ענגליש און כ'שפיר א ליידיגקייט, די בויך דרייעט זיך נאך פונעם קנישעס פון לאנטש און מ'זיצט אויפן טאנצעדיגן באס אויפן וועג אהיים, אמאל דאן שפיר איך עפעס אן אומהיימליכקייט. כ'בין נישט פונקטליך זיכער וואס איך שפיר אבער ס'נישט גוט.
ס'האט זיך קיינעם נישט פארגלוסט צו לאכן הויעך, די ווייטאג און נעפל האט זיך געשפירט אזוי אמת'דיג אז עס האט נישט קיין זין צו זיך נעריש מאכן, ס'וועט נישט באסטן דעם געדעכטן געפיהל.
און דאן האט זיך זיין קול געהערט מער דין און איידל און אפשר מער ווי זיין נשמה רעדט ארויס פון אים ווען ער פרעגט ווער רויבט צו ענקערע קינדער יארן? ווער האלט ענק צוריק פון זיין כיתה ו' קינדער וואס זענען זיך מחיה מיט די מעשיות וואס איך פארצייל מיט מיין גאנצער חיות? ווער שטופט ענק זיך אויפצופירן אן די מענטשליכער רעספעקט וואס יעדער מענטש האלט אן א גאנץ לעבן? אויב וואלטן ענק געווען ווילד און צולאזט און געוואלט מער ריסעס וואלט איך געווען צופרידן ווייל אזוי זענען כיתה ו' קינדער, טראבל פארן סובסעטוד איז א שיינער זאך, אבער איך שפיר דא איז אנדערש פון סתם טראבל! ווער בוליעט ענק?! פארוואס לאזן ענק זיך?! פארוואס נעמען זיך נישט כאטש צוויי דריי קינדער צאם צו מוחה זיין ווען דער בולי עפענט זיין מויל אויף א אינגל אין קלאס?! כ'רעד נישט פון צוריק פייטן, כ'רעד פון פשוט מוחה זיין!
די בולי פונעם קלאס איז געווען רויט, ער האט פראבירט צו האלטן זיינע פויסטן פארמאכט און פארשטייפט ווי כאילו ער האט נישט מורא און נישט אים מיינט מען, אבער זיין שנעלער הארץ טעמפא ווערט געשפירט, ס'איז קלאר אז ער שפירט זיך ווי א קליינער קאץ אין א כיתה פון לייבן וואס וועקן זיך הערשט יעצט אויף.
עטץ מיינטס אז דער בולי איז שטערקער ווייל ער ניצט זיין פיסק אזוי ווי א שווערד? ער ליידט נאך אסאך מער! ער האט זיך נעבעך אליין נישט ליב! איינער בוליעט אים, און ער בוליעט זיך אליין. ער איז מיזערבול, און עטץ מאכטס אים נאך?! ענק ווילן אויך זיין מיזערבול?!!
כ'געדענק נישט אלעס וואס דער סובסעטוד האט דאן געזאגט. ער האט געגעבן אנווייזונגען ווי אזוי מ'דיעלט מיט א בולי. ער האט אויך געגעבן אנווייזונגען ווי אזוי א בולי קען איבער בעטן און אנהייבן פון פריש מיט ענוה און קיינמאל נישט ניצן זיין מויל צו וויי טון.
אונז האבן געזעצן אינעם געדעכטן געפיהל פון אמת וואס טוט וויי אבער מ'שלינגט יעדעס ווארט, ווי נאר ער האט פארשטאנען אז זיינע ווערטער האבן אויפגעטון האט זיך זיין קול אנגעהויבן באראוגן, די געדעכטקייט האט אנגעהויבן נאכלאזן אבער איך בין נאך געווען אין א שאק, קיינער האט זיך נישט גערירט פון פלאץ.
ער האט פארענדיגט מיטן זאגן ענק זענען כיתה ו' קינדער וואס שפילן נאך די געים פון כיתה ה', אפאר קינדער האבן זיך יעצט אויפגעוועקט און זיי גייען אנהייבן שפילן זייער אייגענער געים, די געים פון אמת. זיי גייען זיך חברן מיט קינדער וואס ווילן זיין זייערע חברים און נישט פראבירן זיך צו לעקן מיט קינדער וואס זענען פאפולער וואס זיכן נישט צו זיין זייערע חברים. זיי גייען אנהייבן צו טון וואס זיי האבן ליב און נישט וואס די כיתה ה' געים פארלאנגט. זיי גייען אנהייבן צו לעבן לויט וואס ציהט זיי און נישט לויט וואס גייט ווערן אנגעקוקט חשובער.
זיי זענען נישט 'בעסער' זיי זענען פשוט מער lucky.
נאך אפאר קינדער וועלן אויך אנהייבן נאכדעם וואס זיי זעהן די ערשטע גרופע איז מער צופרידן און זארגלאז.
און אזוי גייט זיך די כיתה צוביסלעך אויפוועקן און טראנספארמירן.
און אפאר וועלן בלייבן שלאפן אפי' אין ישיבה און אפי' נאכן חתונה, זיי וועלן דיר טרעפן און דיר אנקוקן ווי א נעבעכדיגער מענטש ווייל דו האסט נישט געליעסט די טייערע קאר און דו קוקסט נישט אויס אזוי אפ טו דעיט. זיי גייען ניטאמאל כאפן אז דו שפילסט שוין נישט דעם געים זייט כיתה ו', דו לעבסט דיין לעבן האסט א גוטער קשר מיט דיין ווייב, דו לעבסט דיין טאג מיט דיין אמת און הנאה, דו טוסט א דשאב וואס דו ווילסט טוהן און נישט וואס איז מעכטיג, און מיט וואס א טאג גייט פארביי באקענסטו זיך מער מיט זיך.
ער האט אויפגעהויבן זיינע הענט און געזאגט "כ'האב געזאגט אלעס וואס איך האב צו זאגן" און ער איז ארויסגעגאנגען פונעם קלאס.
ס'שפעט, ווילסט קומען גיין שלאפן? פרעגט מיר מיין ווייב. אוואדע! ווילסט הערן א מעשה וואס כ'האב יעצט מיט געהאלטן אין מיין דמיון?....