יד ושם מאזעאם אין עגיפטן

@מארלי מ'קען זיך טענה'ן פון היינט ביז נעקסטע אקט' 7 צו כאמאס וואלט יא מסכים געווען צו נישט, די מציאות איז אז כאמאס איז אפילו יעצט מסכים אז א צווייטער זאל איבערנעמען די ממשלה אין עזה. זיי ווייסן זייער גוט אז זיי האבן אין געוויסע וועג פארהרגע'ט כאמאס אין די ברוטאלע אקט' 7 אטאקעס, סאו מיין טענה איז אז מ'וואלט געקענט אנקומען מיט זיי צו א הסכם ווי זיי וואלטן פארלאזט די לאנד, אדער זיך איבערגעבן פאר מצרי'שע לאו אינפארסמענט וכדו'.
דו טענה'סט אז נישט, פיין. די גאנצע רעכטע לאגער זענען ביזי וואס וואלט מען געקענט טון אנדערש, האב איך דיר אנגעוויזן א פלאן (וואס ווי דערמאנט קומט בחלקו פונעם רעכטן צבי יחזקאלי) וואס ס'קען זיין מ'וואלט געקענט טון. זאגסטו אז ס'איז נישט מעגליך פאר דאס און פאר יענץ. מ'האט עס בכלל פרובירט? די מהלך פון די יעצטיגע רעגירונג האט מען שוין פרובירט, און חוץ 2000 געהרג'עטע און (כמעט) טעגליכע 'הותר לפרסום', שטייט מען נישט צו גוט.
די ממשלה איז שולדיג אויף דעם וואס זיי האבן זיך געלאזט נאַרן פון די לינקע לאגע, יארן פאר אקטאבער 7, אז די פאליסטינער ווילן שלום - ווי מ'האט דעמאלטס געגלייבט - "שקט יענה בשקט", און עברית הייסט דאס "קונספציה", דאס איז די שולד וואס די ממשלה קען נעמען אויף זיך, (גראדע אינטערנעט אז די וועלט איז נישט געווען דעמאלסט בעסט פרענדס מיט איזראעל... נישט משנה..) , נאכאמאל די וועלט האט פיינט דעם איד, נישט משנה צו די ממשלה איז שולדיג צו נישט, דאס איז די מציאות.
אוואדע זענען די לינקע שולדיג, זיי זענען דאך געווען אין פאוער די לעצטע 20 יאר זייט די התנתקות, בעסער געזאגט זיי האבן דורכגעפירט די התנתקות...

און פאר די וואס ווייסן נישט לאמיר שטעלן די פאקטן גראד:
1. א רעכטע רעגירונג בראשות אריק שרון מיט די געטריפלטע תמיכה פונעם היינטיגן מושיען של ישראל ביבי נתניהו האבן דורכגעפירט די התנתקות (ביבי האט זיך טאקע אפגעזאגט א וואך פאר ס'איז אריין אין קראפט, אבער ער האט דריי מאל געשטימט בעד אין כנסת).
2. זייט די התנתקות זענען די לינקע געווען אין פאוער (אריינגערעכנט מרכז שמאל) א סך הכל פון 4 ארויס פון 20 יאר.

סאו ס'איז זייער גרינג אנצולייגן די שולד אויף יעדעם חוץ מיר, און ס'איז טאקע שטארק טיפיקל רעכט. אבער די מציאות קען מען נישט טוישן (אויסער מיט דמיונות פון דיעפ סטעיט, ביל געיטס, טשיפס וכו'...)
בנוגע חיסול שלטון חאמאס, דאס מיינט אפווישן און צוברעכן זייערע משטר, דאס רעכענט אריין אויס'הרג'ענען יעדער חאמאס מיטגליד (און אזוי אויך די מארגנ'דיגע חאמאס'ניקעס וואס היינט הייסט ער נאך א ציווילע..), צו נעמען יעדער שטיקל פעווער פון זיי, צוהאקען אלע זייערע אינפערסטרוקשער, וכו' וכו',בקיצור אויסראטן לגמרי, נישט ווי ביי די טאליבאנער וואס נאך 20 יאר מלחמה זענען זיי צוריק ארויפגעשפרינגען און צוויי טעג . "סוף מלחמה יהיה סוף של חאמאס"!!
בקיצור אויסהרג'ענען גאנץ עזה, ג'נוסייד בלע"ז.
נאכדעם רעג דיך אויף אלע ניקס וואס טראכטן אפשר איז יא דא א ג'נוסייד...
 
אוואדע זענען די לינקע שולדיג, זיי זענען דאך געווען אין פאוער די לעצטע 20 יאר זייט די התנתקות, בעסער געזאגט זיי האבן דורכגעפירט די התנתקות...

און פאר די וואס ווייסן נישט לאמיר שטעלן די פאקטן גראד:
1. א רעכטע רעגירונג בראשות אריק שרון מיט די געטריפלטע תמיכה פונעם היינטיגן מושיען של ישראל ביבי נתניהו האבן דורכגעפירט די התנתקות (ביבי האט זיך טאקע אפגעזאגט א וואך פאר ס'איז אריין אין קראפט, אבער ער האט דריי מאל געשטימט בעד אין כנסת).
2. זייט די התנתקות זענען די לינקע געווען אין פאוער (אריינגערעכנט מרכז שמאל) א סך הכל פון 4 ארויס פון 20 יאר.

סאו ס'איז זייער גרינג אנצולייגן די שולד אויף יעדעם חוץ מיר, און ס'איז טאקע שטארק טיפיקל רעכט. אבער די מציאות קען מען נישט טוישן (אויסער מיט דמיונות פון דיעפ סטעיט, ביל געיטס, טשיפס וכו'...)
נאכאמאל, די שיטה פון 'שקט יענה בשקט' איז א לינק גענויגטע שיטה און דאס איז געווען די דורכפאל, וואס האט זיי געלאזט זיך באוואפענען מיט שווערע געווער און טרענירן א מיליטער, מיט'ן לינקע דמיון אז חאמאס זיכט נישט קיין מלחמה, און דאס האט טאקע געפירט צו די שוידערליכע אקטאבער 7 אטעקעס.
יעצט בנוגע די התנתקות, עס איז געווען לכאורה די גרעסטע דורכפאל זייט די מדינה שטייט, און דאס איז אויך געווען א לינקע שיטה, לאמיר מאכן שלום, לאמיר זיי געגעבן א שטיקל אוטאריטעט, וכו' וכו', איז שטעל דיך נאר פאר אויב די לינקע וואלטן געווען איו פאווער וואלט געווען א חורבן שאין כדגמתו..! נאך א מזל די רעכטע האבן געוועלטיגט די לעצטע כמעט 20 יאר!! גראדע איז בשעת די תקופה פון די התנתקות איז מד"י געווען אונטער שווערע דרוק פון די אלגעמיינע וועלט (סא שטעל דיך נאר פאר אויב מ'וואלט זיך יעצט געבראכען פאר דעם, אח און וויי ווי מען וואלט געשטאנען...), און אזוי אויך, איז אריק שרון מיט זיין זוהן געווען אונטער קרימינאלע אויספארשונגען, און ער האט זיך געוואלט ארויס זעהן פון דעם, סא ס'איז נישט ממש ווי די לייגסט עס אראפ אז ס'איז די רעכטע וואס זענען אינגאנצן שולדיג.
 
האסט פארגעסן א חלק פון די ליסטע וואס זענען שולדיג פאר אלע צרות אין ישראל, לאמיר דיר אביסל העלפן:
  • אבאמא
  • ביידן
  • העריס
  • די דעמאקראטישע פארטיי בכלליות
  • די בג"ץ
  • די יועהמשי"ת
  • שר הבטחון גלנט
  • רמטכ"ל הרצי הלוי (אה! היינט בענקט מען זיך שוין צו אים): View: https://x.com/kann_news/status/1950242316377034920
  • רמטכ"ל אייל זמיר
  • ראש השב"כ רונן בר
  • אחים לנשק
  • מחאות קפלן
  • אהוד ברק
  • אהרן ברק
  • שקמה ברסלר
  • משפחות החטופים
  • תוכנית אוסלו
  • תוכנית ההתנתקות
  • פעיק ניוז (ערוץ 12 - אל ג'זירה)
  • ועוד היד נטויה בעז"ה - א יעדער נאר נישט מיר.
 
דראמאטיש!: עקס יו עס קאמאנדא, א וואלענטיר פאר די עסן פארטיילונג ארגענעזאציע אין עזה, דערציילט שרעקליכע אומשטענדן וואָס ער האט געזען.

View: https://youtu.be/QRjEMbHXM4Q?si=T7rQjmbIw15LnB67
 
אז מ'לעבט דערלעבט מען.
נאך אקט' 7 וואלט מען לכאורה געדארפט מאכן א הסכם, אויסליידיגן אלע תפיסות און צוריקבאקומען אלע געפאנגענע.
Point 4
Within 72 hours of Israel’s acceptance, all Israeli hostages (living and deceased) will be returned to Israel
Point 5
After the return of all hostages, Israel will release 250 Palestinians serving life sentences and 1,700 Palestinians detained in Gaza since October 7, 2023 (including women and children). For every Israeli hostage whose remains are released, Israel will release the remains of 15 deceased Palestinian
נאכדעם וואלט מען געדארפט שטעלן א אולטימאטום ביז ווען אלע כאמאס - דזשיהאד (וכל שמות הנידחים) פירער און קעמפער (א דעטאלירטע ליסטע), אדער פארן אוועק קיין קאטאר וכו', אדער געבן זיך אונטער פאר די איזרעילישע פארסעס,
Point 6
Once all hostages are returned, Hamas members who commit to peaceful co-existence and to decommission their weapons will be given amnesty. Members of Hamas who wish to leave Gaza will be provided safe passage to receiving countries
איינמאל דאס איז מסודר, אריינשטעלן א וועלטליכע מיליטערישע קראפט פון רע-עדוקאציע פאר די יוגנט, אינאיינעם מיט אוועקשטעלן א פאלעסטינער אויטאריטעט וואס נעמט שטאטליך איבער די פירערשאפט דארט.​
Point 9
Gaza will be governed under the temporary transitional governance of a technocratic, apolitical Palestinian committee, responsible for delivering the day-to-day running of public services and municipalities for the people in Gaza. This committee will be made up of qualified Palestinians and international experts, with oversight and supervision by a new international transitional body, the “Board of Peace,” which will be headed and chaired by President Donald J. Trump, with other members and heads of State to be announced, including Former Prime Minister Tony Blair
Point 15
The United States will work with Arab and other international partners to develop a temporary International Stabilization Force (ISF) to immediately deploy in Gaza. The ISF will train and provide support to vetted Palestinian police forces... This force will be the long-term internal security solution
Point 19
A process will be established to de-radicalize the population. This will include an interfaith dialogue aimed at changing mindsets and narratives in Israel and Gaza
Point 20
While Gaza re-development advances and when the PA reform program is faithfully carried out, the conditions may finally be in place for a credible pathway to Palestinian self-determination and statehood, which we recognize as the aspiration of the Palestinian people
 
Back
Top