אידן אידישע נעמען - בני מלכות אדום אדומישע נעמען

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
290
רעאקציע ראטע
2,239
פונקטן
423
אזויווי מיר ווייסן במסורה אז קריסטהום איז מקורו פון רום, און רום איז מקורה פון אדום וואס איז עשיו, דאס הייסט אז קריסטן איבער די גארער וועלט זענען מזרע עשיו, האט מיר אין א פרשת וישלח ביים מעבר סדרה זיין די אלופי עשיו זיך פארקלאצט איבער די עשיו׳שע נעמען, רוב זייער ענדליך צו אונז, לשון קודש׳דיג, אבער פארט אנדערע נעמען:

גברים:
עשיו
אדום
אליפז
יועש
יעלם
קורח
תימן
אומר
צפו
עמלק
נחת
שמה
מיזה
געתּם

און אין זייער עזרת נשים:
עדה
אהליבמה
ענה
בשמת
תמנע
מהטבאל
מטרד

און זיי האבן מלכים אויך פון די אבות האומה, נישט קיין קלייניגקייט, א שטייגער ווי ביי אונז מלכות בית דוד:

בלע בן בעור
יובב בן זרח
חושם
הדד בן בדד
שמלה
בעל חנן בן עכבור
הדר

האט זיך מיר געכאפט א קלער, מ׳האמיר דא אפענע פסוקים איבער די אדום׳ישע נעמען, איז אפשר צייט צוצולייגן קאפ צו די נעמען פון מיינע גויאישע שכנים פון אמעריקא וואס איז דאך ממלכי אדום, און פון אירע פרעזידענטן. ס׳דאך סברא, אויב פון די איבער טויזנט נעמען פון די בני יעקב אין תנ״ך טראגן מיר לפחות א צענטל פון די נעמען. וואלט אזוי געדארפט זיין מיט די בני עשיו, אז זיי זאלן טראגן היינט נעמען פון זייערע העלדן

איך הייב מיך אן היימיש מאכן אין גאס, איך פרעג נעמען, איך לייג צו אן אויג און טויער צו נעמען פון פאלאטישנס, און איך באמערק טאקע נעמען פון וישלח צו מיין ערשטוינונג - קודם קען איך נישט מעלים עין זיין פון די אומצאליגע איסאו (Esau), סיי מיין שכן פון אויבן, סיי דער מעיאר פון מאנטיסעלאו, שפעטער באמערק איך די פילע אליפעז׳לעך, און די יעלם׳ס, נו גאנץ רעכט, גלייך ווי ביי אונז יענקל און יודל, און אז כ׳גיי אין קעמפוס זעה איך א צימער פיל מיט אזעלעכע נעמען וויTeman, Omar, Zepho, Gatam. Amalek

און צווישן די פראפעסארן אודאי געוויס אזעלעכע נעמען ווי Nahath, Shammah, Mizzah. און אז איך בלעטער זיך אין זייערע יעלאו פעידזשעס זעה איך דאך פיל נעמען באשיינפערליך נאך זייערע מלכים, Bela, Beor, Jobab, Zerah, Husham, Hadad, Bedad, Samlah, Baal-Hanan, Akbor, Hadar. און קיין חידוש נישט אז קיין איינע דארט טראגט נישט נעמען נאך אונזערע מלכים א שטייגער David, Solomon.

און צווישן די טשיקס, אהליבאמא׳קאלעך, באסמאט׳קאלעך, טימנא׳טקאלעך, דרייען זיך אונטער די פיס ווי שוואמען נאך א רעגן, ווי אויך האסטו Mehetabel, Matred. קיין איין Rachel, קיין איין Leah, פארוואס דען יא, יודען העראוס, דאס זענען דאך פערפלוכטע יעקב׳ישע נאַמען.
 
לעצט רעדאגירט:
ביי די ישמעאלים ביסטו אויך ארומגענומען מיט תורה'דיגע נעמען,
יעדער לויט זייער מסורה
 
דזשיניעס! אײ לאָװ איט!

ס'װאלט געװען אינטרעסאנט אױב דו קענסט אױך ברענגען לינקס, רעפרענצעס אדער בילדער צו דיע נעמען װאס דו האסט געפינען. שטױענד! פארשטײט זיך אז געװיסע פון די נעמען קענען זײן סתם װײל די עלטערן האבן ארײנגעקוקט אין די בײבל און זיך געקליבן א נאמען, אזױ װי למשל בײ אונז װעסטו געפינען נמרוד און הבל אבער אײנס) דאס אז זײ האבן געטשוּזד דיע און נישט אנדערע זאגט עפעס. און צװײ), פיהלע פון די נעמען, זענען מסתמא געגיבן נאכ'ן זײדן און באבן, אזאך װאס חזר'ט זיך איבער אזױ לדורי דורות אזױ װי "להבדיל" בײ אונז.
 
איך בין נישט זיכער מיר זענען אויף איין פעידזש, כ׳האב עס געזאגט סארקאסטיש, ווייל דער אמת, ס׳נישטא קיין איין קריסט וואס איך קען וואס טראגט די דערמאנטע אדום׳ישע נעמען, אויב ביבלישע נעמען זענען זיי אלע נאך אונזערע העלדן.
 
אגב, שמעתי אז די נאמען מהטבאל Mehetabel איז די מקור פון דער מושג metabolism. קען זיין ס׳האט צוטון ווייל מהטבאל איז בת מי זהב וואס טייל חכמי ימי הבניים פלעגן באציען צו אלכעמיע. דאס הייסט, מהטבאל הייסט בת מי זהב, נישט ווייל זי שטאמט פון עמיצער וואס האט געהייסן מי זהב, נאר על שם איר אומנות בחכמת האלכמי״א, און אלכעמיע איז דער שטאם פאטער פון חכמת הרפואה.
 
איך בין נישט זיכער מיר זענען אויף איין פעידזש, כ׳האב עס געזאגט סארקאסטיש, ווייל דער אמת, ס׳נישטא קיין איין קריסט וואס איך קען וואס טראגט די דערמאנטע אדום׳ישע נעמען, אויב ביבלישע נעמען זענען זיי אלע נאך אונזערע העלדן.
האסט מיר נישט אויסגעזען סקארקאסטיש, דארק היומער אפשר,
 
וויאזוי רופסטו א לשון סגי נהור, ווי ״יא, זיכער אזוי, שמערל מלמד איז א מיליאנער״? איך געדענק אז דאס הייסט סארקאסטיש. איך בין שוין אליינס צימישט.
 
איך האב אמאל געטון ביזנעס מיט א גוי מיטן נאמען איסאו, דערציילט ער מיר אז זיין נאמען שטייט אין די תורה, איך בין נישט די גרעסטע תלמוד חכם אבער איך געדענק נישט אזא נאמען אין חומש זאג איך עם, דערציילט ער מיר די מעשה פון דזשעיקאבּ און איסאו, ביז איך האב געכאפט אז ער רופט דעם רויטן עשו, איסאו.
 
אינטרעסאנט, אויב הייסט ער טאקע נאך עשיו איז יא דא אדום׳ישע נעמען אין גאס. די שאלה איז צו ער הייסט נישט אזוי נאך ישו, ווייל די אראבער רופן ישו - איסא.
 
לעצט רעדאגירט:
אזויווי מיר ווייסן במסורה אז קריסטהום איז מקורו פון רום, און רום איז מקורה פון אדום וואס איז עשיו, דאס הייסט אז קריסטן איבער די גארער וועלט זענען מזרע עשיו, האט מיר אין א פרשת וישלח ביים מעבר סדרה זיין די אלופי עשיו זיך פארקלאצט איבער די עשיו׳שע נעמען, רוב זייער ענדליך צו אונז, לשון קודש׳דיג, אבער פארט אנדערע נעמען:

גברים:
עשיו
אדום
אליפז
יועש
יעלם
קורח
תימן
אומר
צפו
עמלק
נחת
שמה
מיזה
געתּם

און אין זייער עזרת נשים:
עדה
אהליבמה
ענה
בשמת
תמנע
מהטבאל
מטרד

און זיי האבן מלכים אויך פון די אבות האומה, נישט קיין קלייניגקייט, א שטייגער ווי ביי אונז מלכות בית דוד:

בלע בן בעור
יובב בן זרח
חושם
הדד בן בדד
שמלה
בעל חנן בן עכבור
הדר

האט זיך מיר געכאפט א קלער, מ׳האמיר דא אפענע פסוקים איבער די אדום׳ישע נעמען, איז אפשר צייט צוצולייגן קאפ צו די נעמען פון מיינע גויאישע שכנים פון אמעריקא וואס איז דאך ממלכי אדום, און פון אירע פרעזידענטן. ס׳דאך סברא, אויב פון די איבער טויזנט נעמען פון די בני יעקב אין תנ״ך טראגן מיר לפחות א צענטל פון די נעמען. וואלט אזוי געדארפט זיין מיט די בני עשיו, אז זיי זאלן טראגן היינט נעמען פון זייערע העלדן

איך הייב מיך אן היימיש מאכן אין גאס, איך פרעג נעמען, איך לייג צו אן אויג און טויער צו נעמען פון פאלאטישנס, און איך באמערק טאקע נעמען פון וישלח צו מיין ערשטוינונג - קודם קען איך נישט מעלים עין זיין פון די אומצאליגע איסאו (Esau), סיי מיין שכן פון אויבן, סיי דער מעיאר פון מאנטיסעלאו, שפעטער באמערק איך די פילע אליפעז׳לעך, און די יעלם׳ס, נו גאנץ רעכט, גלייך ווי ביי אונז יענקל און יודל, און אז כ׳גיי אין קעמפוס זעה איך א צימער פיל מיט אזעלעכע נעמען וויTeman, Omar, Zepho, Gatam. Amalek

און צווישן די פראפעסארן אודאי געוויס אזעלעכע נעמען ווי Nahath, Shammah, Mizzah. און אז איך בלעטער זיך אין זייערע יעלאו פעידזשעס זעה איך דאך פיל נעמען באשיינפערליך נאך זייערע מלכים, Bela, Beor, Jobab, Zerah, Husham, Hadad, Bedad, Samlah, Baal-Hanan, Akbor, Hadar. און קיין חידוש נישט אז קיין איינע דארט טראגט נישט נעמען נאך אונזערע מלכים א שטייגער David, Solomon.

און צווישן די טשיקס, אהליבאמא׳קאלעך, באסמאט׳קאלעך, טימנא׳טקאלעך, דרייען זיך אונטער די פיס ווי שוואמען נאך א רעגן, ווי אויך האסטו Mehetabel, Matred. קיין איין Rachel, קיין איין Leah, פארוואס דען יא, יודען העראוס, דאס זענען דאך פערפלוכטע יעקב׳ישע נאַמען.
לגבי דעם וואס מען זאגט אז קריסטן זענען זרע עשיו,און אזוי אויך רומי ,איז אהנצומערקען, אז הגם עס שטייט אין מסכת עבודה זרה אז די רומיים האבען גימאכט א פאראדע איינמאהל אין 70 יאהר
און זיי האבען גינומען א חיגר-א הינקעדיגען- צו רעפרעזענטן יעקב און א גאנצער אדם(עשיו) וואס מען מאכט איהם רייטען אויף דעם חיגר ,מען האט איהם,דעם רייטער אהנגעטהון בגדים וואס איז גיוועהן מיוחס צו אדם הראשון,און אויפן קאפ האט מען איהם אהנגלייגט די פנים געזוכט פון רבי ישמעאל כהן גדול וואס מען האט גיהארגעט, מיט אהנהענגעדיג דזשולערי פון גאלד און דיאמאנטען , און מען מארשירט און געהילכט - דער אלטער יעקב וואס האט גירעדט פון אחרית הימים האט גיזאגט שקר,דער ברודער פון אונזער הער עשיו איז גיוועהן א פעלטשער, ער האט גארנישט דערגרייכט מיט זיין רמאות - פון ויעקבני זה פעמים -און זיי האבען צו גיענדיגט, וויי וועט זיין פאר אונז עשיו ווען יעקב וועט צוריק אויפשטיין ,דארטן זעהט מען אז די רומיים האבען זיך מתייחס גיוועהן צו עשיו , עס איז נישט קלאהר די שייכות ,רש״י סוף פרשת וישלח זאגט אויף די פסוק אלוף מגדיאל .. הוא עשו אבי אדום ,היא רומי,צוגעצייכענט פרקי רבי אליעזר ,ער איז אבער נישט מסביר ווי קומט אדום צו רומי , אדום איז א לאנד נעבן ארץ ישראל און רומי איז אין איטאליא, היבש א מרחק ,עס איז דא נאך א רש״י אין פרשת תולדות,ווי יצחק בענטשט עשו, נאך ווי עשו איז אפסעט, אז יעקב האט איהם אויס גיכאפט די ברכות,זאגט יצחקצו עשו,הנה משמני הארץ יהיה מושבך ,איז רש״י מפרש זו איטליא של יון ,דא זאגט רש״י אז איטאליא און רומי וואס איז אין איטאליא, איז אריגינאל יון, און די ברכה פון יצחק, גיט עס פאר עשו , אבער ווי אזוי איז עס היסטאריש ווי קומט עשיו צו איטליא ,זאגט דער רמב״ן אויף די רש״י ולא הבינותי זאת , ער פארשטייט נישט רש״י,ער זאגט רומי איז נישט קיין אלוף - אזא מפיל טיטול- רומי איז דאך א ריז פון א מלכות גדולה, אימתני ותקיפא יתירה, וואס עפעס א אלוף מגדיאל איז רומי ,ער פיערט אויס אז אן אייניקל פון עשיו, איז גיוועהן איינע פון די גרויסע מלכים אין רומי ,און פון דארט האט זיך צושפרייט די רוימישע אימפעריע , אהקעי , עס האט נאך אלץ נישט קיין שייכות צו די קריסטען, ערשט שפעטער אין דעם דריטען יאהר הונדערט ווען עס האט זיך ערוועקט ביי די אומות העולם א חשק צו א מאנאטיאיסטישן גלויבונג ,און עס האבען שולט גיוועהן ביי די מאמינים די יידישע און די קריסטליכע האט דער קעניג קאנסטאנטין דעסיידעד צו גיין מיט די קריסטליכע, איז דאס גיווארן די גלויבונג וואס די גאווערנמענט האט אנערקענט,און די באפעלקערונג איז געווארן קריסטען ,איז סך הכל , א קיסר פון רומי וואס איינע פון זיינע פארגייערס האט זיך מתייחס גיוועהן צו עשיו ,האט דערקלערט, אז זיינע אונטערטאנער מוזען אהנעמען די קריסטליכע
רעליגיע, האבען אונזערע ראשונים דערקלערט,אז קריסטען איז זרע עשיו ,סאו ,בעיסיקעלי עס איז א לעגענדע נישט א היסטורישע פאקט , איז ממילא די גאנצע מערכה און קושיות פון די שמות אנשים ונשים נישט אזוי קשה ,אין משיבין על אגדה ,
 
שיין שיין שיין. נאר אגב דער התייחסות פון רום און נצרות צו עשיו איז געווען גאר שטארק אנגענומען זינט די מיטלאלטער יאר ביי אונזערע ריזן צווישן זיי רש״י און אפילו דער רמב״ם, ס׳געווען ווי אן indisputable לעיבל. הגם קריסטן אליינס האבן זיך ליבערש מתייחס געווען צו יעקב בעת זיי האבן די פארווארפענע אידן די עשרת השבטים אנגערופן רויטע אידעלעך נאך עשיו. נאר ס׳גאר אינטרעסאנט וואס דו ברענגסט פון גמרא ע״ז, פון וואס ס׳משמע אז די רוימער האבן זיך יא דירעקט מתייחס געווען נאך עשיו. דער ספר הישר און יוסיפין שרייבן וועגן צפו בן אליפז מיסד זיין מלכות רומי, און ווי זיי פלעגן האלטן קשר מיט די מוטער לאנד אדום אליינס. במציאות האט דאך אדום אליינס וועלעכע האבן בימי בית שני געצויגן זיך דרום פון מדבר יהודה, זיך מיט צוואנג זיך מגייר געווען, לפי כמה דעות זיך אויסגעמישט מיט די מענטשן יהודה, נאר אז מען דערמאנט זיך וואו עס האט זיך אנגעהויבן די ערשטע קערנדלעך פון קריסטהום כאפט א פחד, אין מדבר יהודה, די כל מיני כיתות דארטן. און בית לחם יהודה לפי רוב דעות דער געבורטס ארט פון ישו, איז אויך נישט ווייט פון דארטן.
 
Back
Top