איך וויל זיין א רבי

אינטעליגענט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
1,296
רעאקציע ראטע
3,074
פונקטן
443
”איך וויל זיין א רבי”
קרעדיט: שאולי גראסמאן

איך בין געענדיגט מיטן גיין לויפן צו טישן
זיך שאקלען אויף פארענטשעס אן עיר קאנדישן
זיך שלאגן און שוויצן צו זעהן ווי די רבי עסט

גענוג מיט זיך בעטן ביי די רבי'ס גבאי
זאל מיך לאזן אריינגיין מזכיר זיין די באבע
די רבי איז ביזי די president איז דא פאר געסט

יא אונז אלע ווילן זיצן מיט די שיינע אידן
ביי די מזרח וואנט מיט א בויך צופרידן
ווי די ברוינפן גיסט זיך
די געלט קומט גרינג
מיט שיינע ווייסע בערד - מ'האלט זיך יונג

יא אונז אלע ווילן זיין גרויסע רבנים
וואס קוקן אויבן אן אראפ אויף די בטלנים
hey yeah... כ'וויל זיין א רבי
hey hey hey...
כ'וויל זיין א רבי

איך וויל א hooked up cadi די latest upgrade
מיט לעדערנע סיטס custom made
אפאר טשערי לייטס איז אויכעט פיין מיט מיר
איך וויל א פרייוועט שמש מיט דריי גבאים
זאלן מאכן פלאץ פארטרייבן משוגעים
און אויב ס'פעלט אויס מיר ברענגען א טאץ פון ביר

איך וויל א שיינע הויז עט ליסט 3 שטאקן
מיט אפאר elevators נישט דארפן וואקן
און א porch צו קוקן אויף מיין backyard אויב אלעס איז cool

איך וויל עפענען פושקעס אן קיין אלארם
איך וויל א פרייוועט מקוה וואס איז אייביג ווארעם
מיט א jacuzzi ממש נעבן מיין indoor pool

יא אונז אלע ווילן זיצן מיט די שיינע אידן
ביי די מזרח וואנט מיט א בויך צופרידן
מ'דארף מיין עצות מיט מיין גרויס קלוגשאפט
די בחורים קוקן אויף די בילדער פארגאפט...

יא אונז אלע ווילן זיין גרויסע רבנים
וואס קוקן אויבן אן אראפ אויף די בטלנים
hey yeah... כ'וויל זיין א רבי
hey hey hey...
כ'וויל זיין א רבי

כ'וויל קענען פארן אויף א plane אן קיין passport
דרייוון אויפן highway מיט א heavy escort
מ'זאל קענען פליען אויף עט ליסט 100 מייל א שעה

כ'וויל א fancy הויז ווי איך וועל נאר אנקומען
מיט סיינס און לייטס ארומגענומען
און הונדערטער חסידים זאלן זינגען ברוך הבא!

איך וויל א גראבע פעלץ אויב איך ווער קאלט
און א זילבערנע שטעקן אויב איך ווער אלט
און א קלאזעט אנגעפילט מיט בעיקטשע'ס pure זיידן

איך וויל זיצן אננעמען פדיונות און קוויטלעך
ווען מ'רופט מיר אויס זאל זיין מיט 100 טיטלעך
און צו הערן יענעמ'ס שלום בית וועט מיר אויך נישט אהר'ן

יא אונז אלע ווילן פייפן אויף די וועלט
טיילן קעיק און מאכן געלט
מ'דארף מיין עצות מיט מיין גרויס קלוגשאפט
די בחורים קוקן אויף די בילדער פארגאפט...

(Wow דעס איז א גרויסע עולם!..)

יא אונז אלע ווילן זיין גרויסע רבנים
וואס קוקן אויבן אן אראפ אויף די בטלנים
hey yeah... כ'וויל זיין א רבי
hey hey hey...
כ'וויל זיין א רבי

(הא... האלא איך וויל ווערן א רבי, וועלכע שטאט איז ליידיג?)
 
Back
Top