ירידת הדורות - בעפאר ענד עפטער

זיי האבן זיך היינט גע'גט. מזל־טוב
ליידער נישט די ערשטע און אויך נישט די לעצטע.
איינער האט סטאטיסטיקס סיי ווי אין וועלכע קרייז איז דא מער גיטין? חסידיש סיסטעם? אדער חסידיש אויפגעקלערט?
 
ווייטאגליך!

ס'האט דאך אויסגעזען אזוי גוט....

יאפ אזוי גייט עס

יו נעווער נאו ממילא זיי נישט דזשעלעס
איך בין בכלל נישט שאקט, ער איז פלעין אויפגעקלערט חסידיש, און זי איז געהעריג פריי קוק וויאזוי זי גייט (נישט) אנגעטון.
 
אבער איך האב נישט קיין רייכע שפראך, עס זאל טאקע זיין אינטערסאנט
איך רעד נישט פון געפיצט, איך רעד א ברייטע שפראך, וואס האלט די ליינער ביים ליינען.
א עכטע איבערלעבעניש איז אינטערעסאנט אפילו מיט 100 גרייזן.
א אויפגעמאכטע מעשה מוז מען ציפיצען די עולם זאל עס גלייכן.
 
איך מיין ער האט איר אזוי גענומען
אמת
איך בין בכלל נישט שאקט, ער איז פלעין אויפגעקלערט חסידיש, און זי איז געהעריג פריי קוק וויאזוי זי גייט (נישט) אנגעטון.
זי איז שוין געווען אזוי פארן א כלה ווערן צו אים. און זי איז בכלל נישט פריי... פשוט מאדערן ספציעל און לבוש אבער נישט פריי
 
פארמעקט ציטירטע אינפארמאציע אויף א יחיד - מאדעראטאר

געשיקט צו וועמען?
צו די גאס?
אויב נישט
ווי האבן מיר א רעכט צו פארשפרייטן יענעם׳ס פריוואטע בילד?

of all people
we know best
the pain of
גילוי

just because
זי איז אוועק פון איר פרומע שטוב
און געוואלט מאכן א שארפע סטעיטמענט צו איר משפחה זאל איר צורוה לאזן
מיינט נאכנישט אז מיר קענען יעצט נעמען איר
לאנדרי און עס אויפהענגען אין לעיני פון כל הקהל
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
געשיקט צו וועמען?
צו די גאס?
אויב נישט
ווי האבן מיר א רעכט צו פארשפרייטן יענעם׳ס פריוואטע בילד?
וואס איז מיט א אינסטערגרעם פאסט? לעטס סעי חיימא פאסט א פיקטשער פון איינעם ביי צווייטנס חתונה אויף אינסטערגרעם,

קודם חיימא אליין מעג עס טוען?

את"ל ער מעג נישט אבער ער טוט עס נאך אלס,

מעג איך עס דא אהערברענגן ווייל סאיז עניוועי אויף די געוועב? אדער איך מאך עס דא עקסעסעבול פאר מער מענטשן?
 
ניין! חיימא איז א מנוול עצום מיט ש שרעקליכע Upskirt פעטיש. אין די בכלל נישט לאנג צוריק פארגאנגענהייט וואלט זיך שוין געיאוועט איינער וואס זאל עם מסדר זיין דאס חול המועד'ל.
 
לעצט רעדאגירט:
געשיקט צו וועמען?
צו די גאס?
אויב נישט
ווי האבן מיר א רעכט צו פארשפרייטן יענעם׳ס פריוואטע בילד?

of all people
we know best
the pain of
גילוי

just because
זי איז אוועק פון איר פרומע שטוב
און געוואלט מאכן א שארפע סטעיטמענט צו איר משפחה זאל איר צורוה לאזן
מיינט נאכנישט אז מיר קענען יעצט נעמען איר
לאנדרי און עס אויפהענגען אין לעיני פון כל הקהל
וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט אין די זעכצנטע פעיזש פון א אשכול פול מיט בילדער און ווידיאוס פון פריוואטע מענטשן?
 
וואס איז מיט א אינסטערגרעם פאסט? לעטס סעי חיימא פאסט א פיקטשער פון איינעם ביי צווייטנס חתונה אויף אינסטערגרעם,

קודם חיימא אליין מעג עס טוען?

את"ל ער מעג נישט אבער ער טוט עס נאך אלס,

מעג איך עס דא אהערברענגן ווייל סאיז עניוועי אויף די געוועב? אדער איך מאך עס דא עקסעסעבול פאר מער מענטשן?
גוטע שאלה
און א דאנק פאר׳ן פרעגן און מאכן aware
וועגן אזא issue

פאר מיר פערזענליך האב איך ליב צו טריטן מענטשן וויאזוי איך אליין וואלט זיך געוואונטשן מ׳טריט מיך, ממילא וואלט איך נישט געוואלט מער פארשפרייטן עפעס א בילד וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן אָן רשות פונ׳ם באטרעפנדן אינ׳ם בילד

אויב מ׳מעג - דאס איז אן אנדערע שאלה, אמאל קען זיין אז ס׳דא א סברה פארוואס מ׳זאל מעגן, אבער כ׳וואלט זיך נאך אלס געוואלט צוריקהאלטן ווייל איך גלייב אז
karma bites you in the butt -
מדה כנגד מדה איז די סדר העולם
(כאטשיק ס׳קען נעמען א לאנגע צייט)
אבער סוף סוף קומט צוריק וואס מ׳לייגט ארויס.

פאר גוטס באקומסטו אפשר שטיינער תיכף, און דאס איז א לענגערע שמועס פאר זיך, צוויי סארט גוטס וואס איך ווייס אין דעי קאטעגאריע:
1)חסד פאר אן אויסניצער - איינער וואס ווען מ׳געט א פינגער נעמט ער א האנט און האט גאר טענות פארוואס ער קען נישט נעמען דיינע ביידע הענט
2)חסד פאר׳ן כלל וואס טשעלענדשד די סטאטוס קווא און מענטשן זענען נישט אומשטאנד מכיר טובה צו זיין א זאך אויב זיי האבן א פחד פון change (און די שטיינער קומט געווענטליך פון די וואס פילן אז זייער power ווערט איינגעשטעלט ווען מ׳פירט איין א נייע טויש)

אבער אין אלגעמיין, גלייב איך אז גוטהארציגקייט צאלט זיך אויס בכפליים
איי וועסטו זאגן צדיק ורע לו
איך רעד נישט צאלן שכר,
נאר נאטורליך: אז מענטשן ווילן זיין גוט צו דיר אויך

און ווען ס׳קומט צו שונאים וואס פארגינען נישט, דארט גלייב איך אויך אין karma- אויפ׳ן נוסח פון די רעביצין - די מאמע פון ר׳ הערשעלע ליסקער זצ״ל וועלכע האט געזאגט: מ׳דארף נישט נקמה נעמען
מ׳דארף נאר לעבן לאנג…
 
לעצט רעדאגירט:
וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט אין די זעכצנטע פעיזש פון א אשכול פול מיט בילדער און ווידיאוס פון פריוואטע מענטשן?
אויב דו קוקסט אויף מיין רעספאנס, איז עס צו א קאמענט פון נעכטן

און יא, אזא שמועס איז אלעמאל וויכטיג. נישט קיין חילוק 16׳טע אדער ערשטע פעידש דא.

ווען דו שניידסט אריין אין יענעם׳ס לעבן ווילסטו בעסער קיינמאל נישט וויסן? אדער כאטש נאך 16טן טעות זאל מען דיר מעורר זיין?
 
ממילא וואלט איך נישט געוואלט מער פארשפרייטן עפעס א בילד וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן אָן רשות פונ׳ם באטרעפנדן אינ׳ם בילד
וואס איז אויב איך ווייס נישט צי ס'מיט רשות צי אן?

(איך רעדט גראדע נישט פון חיימא, איך רעדט פון נאחי. איך האב דיר עס דא געפרעגט, ווייל כ'האב געוואלט לייגן א בילד פון זיין אינסטערגרעם און די זיין שנירל, און דיין מעסעדזש דא איז מיר ארויפגעשווימען, וויל איך זיכער מאכן וואס מ'טאר און וואס מ'טאר נישט)
 
איך גלייב אז אויב ער שטעלט עפעס ארויף אויף זיין אפיציעלע אינסטעגראם פעידש, דעמאלס האט ער מסתם מברר געווען צו יענער לאזט (אז נישט קען מען אים אפשר סאָען (sue)
 
אויב דו קוקסט אויף מיין רעספאנס, איז עס צו א קאמענט פון נעכטן

און יא, אזא שמועס איז אלעמאל וויכטיג. נישט קיין חילוק 16׳טע אדער ערשטע פעידש דא.

ווען דו שניידסט אריין אין יענעם׳ס לעבן ווילסטו בעסער קיינמאל נישט וויסן? אדער כאטש נאך 16טן טעות זאל מען דיר מעורר זיין?
איך בין מיט דיר הונדערט פראצענט, אין פאקט פרוביר איך קיינמאל נישט צו שיקן קיין פארשעמנדע בילדער און ווידיאוס פון היימישע מענטשן, היות איך ווייס אביסל וואס ס'מיינט, פון א געוויסע נאנטע חבר וואס פארשעמט זיין משפחה מיט זיינע ווידאוס און מ'קען עס נישט סטאפן ווייל ער שיקט עס אליינס ארויס, אבער זיינע נאנטע שעמען זיך אוועק.

ס'איז מיר נאר געווען אינטערסאנט פארוואס דו פרעגסט עס אויף פעיזש 16, ווען די קשיא הייבט זיך שוין אן ביי סאך פריערדיגע פעיזשעס.
 
Back
Top