איך בין דיך דן לכף זכות, ביזט מסתם א יונגערמאן, און דו מיינסט אז דע אלע חלשים האקען א לעבען, ווייל זיי גייען אנגעטוהן האלב נאקעט,פון די בילדער זעהט זי נישט דווקא צוגרינד געלייגט,
גאנץ אינטערעסאנט ווי איינער וואס האט אויפגעוואקסן אין אונזער סאסייעטי זאל אזוי שיין אנקומען
אהובי ידידי, דאנק גאט אז דו פארשטייסט עס נישט, און זאלסט קיינמאל נישט וויסען וואס איך שרייב דא,
איך רעד נישט פון לאנדא במיוחד, אבער בדרך כלל ליגט באהאלטען אינטער דע שמייכעל פון די האלב נאקעטע, אזאנע פעין און סאפערינג, וואס עס איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי א ילוד אשה קען עס אדורכטראגען, זיי לייגען בילדער ווי זיי זענען יעדע נאכט אין א צווייטע רעסטוראנט, אבער זיי קענען נישט עסן, זיי שלאפען נישט ביינאכט, פאר גרויס ווייטאג,
דאס איז די סיבה פארוואס זיי נעמען געווירצען, נישט פאר פאן, נאר צו לינדערן אביסעל די פעין, און אסאך מאל איז עס נישט גענוג און זיי נעמען זיך די לעבען, אזוי שטארק איז די ווייטאג
מען קען עס נישט שרייבען 100 מאל, אבער אין יעדע אשכול דא אויף קרעמעל ווי מען ברענגט בילדער פון אפגעפארענע וואס האקען א לעבן, זאלסטו וויסען וואס ליגט אינטער דעם,