- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 679
- רעאקציע ראטע
- 1,802
- פונקטן
- 223
הײנט איז די יארצײט פון ר' חײם בן עטר בעמח"ס אור החײם עה"ת. ער האט געװױנט אין סלא פון מארוקו.
חוץ פון זײן פירוש, איז ער אױכעט געװען א שײנע בעל דרשן; ער פלעגט האלטן צװײ דרשות א טאג. און אױך איז ער געװען א מקבץ צדקה לענײ תלמידי חכמים, ספעציעל פון עשירי העיר. מען פארצײלט אז אײנמאל, אין א הונגער צײט, האט ער אהנגעקליבן א קלײנע כמות פון פלײש צו פארטײלן פאר די אינגע ענײ תלמידי חכמים און עפעס א עושר האט געװאלט ער זאל אים פארקױפן פון די פלײש װײל ער האט נישט געפונען אױפ'ן מארק. ר' חײם האט זיך אפגעזאגט פון פארקױפן, האט דער עושר גענומען זידלען און פארשעמען אײנע פון די אינגע ת"ח. נאך א קורצע צײט איז דער עושר פלוצים געשטארבן און ר' חײם האט זיך באשולדיגט אין יענעם'ס טױט און גוזר געװען אױף זיך גלות.
ס'איז דא װאס זאגן אז אין סלא איז ר' חײם נישט געװען באקאנט פון צװישן די עליטע; ער איז מער געװען אזא יואלי ראטה סטײל, צו אפילו װײניגער, אין א געװיסן זינען.
ער האט חתונה געהאט צו צװײ פרױען, אזױ װי ס'איז די מנהג בײ געװיסע צװישן די ספרדים: אײנע פאצוניה, א טאכטער פון זײן קרוב, און א צװײטע אסתר, נאך צען יאר װאס ער האט נישט געהאט קײן זוהן פון פאצוניה. די צװײ װײבער האבן געלעבט מיט אים ביז צו זײן פטירה, אין ירושלים שױן, נאכװאס ער האט זיך דארטן אריבערגעצױגן פון מארוקו. ער האט זיך געצויגן צו אר"י צוליב וואס זײן לעבן אין מארוקו איז געװען געפלאגט סײ פון הלשנות אױף מיטגלידער פון זײן משפחה און סײ פון קריגערײען אינסײד די קהילה צװישן זײן אײגענע משפחה און זײן שװער, ביבּאַס' משפחה (אסתר'ס טאטע). חוץ פונװאס ס'האט אױך געהערשט דאן א הונגער אין מארוקו.
זכותו יגן עלינו.

לעצט רעדאגירט: