- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,356
- רעאקציע ראטע
- 4,098
- פונקטן
- 443
סאָו, אזױ װי איך האב געקױפט די 'משפחה' מאגאזין [דאס ערשטע מאל] לכבוד יואלי לאנדא'ס ארטיקל, האב איך געטראכט, אז איך האב עס שױן ממילא, װעל שױן אביסל רעװיוּען זײערע ארטיקלען. כאטש די אױסגאבע איז אזױ דיק אז קלײנע מענטשן װאס דרײװן באסעס קענען עס נוצן צו זיצן העכער בײם רעדל, פונדעסטװגן דאך װעל איך רעװיוען עד שידי מגעת.
סאו קודם די עדװערטס. לאמיך קודם זאגן אז עדװערטס איז דאך אזא עקלדיגע זאך אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן. מילא װען די מאגאזין איז פֿרי, אבער זײ בעטן דאך טבין ותקילין דערפאר. דא אין לונדון האב איך געצאלט 15 פונט! פאר א סינגל עדישְן, װאס אפי' דער פּרעסטידזשעס 'נײטשער' מאגאזין בעהט נישט אזױ סאך.
און נאכדעם זענען די עדװערטס אזױ שרײעדיג און עקלדיג, און ארײנגעפּלאָנקט אינמיטן אַן ארטיקל, אלטערנײטינג - אַן עמוד טעקסט און אַ עמוד עדװערטס, אזױ װי א טראנסעלעיטעד ארטסקרול סידור, אז דאס לײענען פיהלט זיך קְרָעים קרעים. ביז איך קום אָן נאר צו די ערשטע ארטיקל אין דער בּאַנד, האב איך געדארפט קודם מישן נאנט צו הונדערט זײטן פון עדװערטס. צו זײן מער גענױ - 86 זײטן פון עדװערטס אָן דעם דעקל.
חוץ מזה װאס זײ לײגן נאך גאנצעטע ארטיקלען װאס זענען בעצם עדװערטס װאס געװענטליך, אפי' װען די טײמס אָף לונדון למשל מאכט אזא זאך, לײגן זײ עס אין די בעק מיט גרױסע װערטער פון אױבן אז 'דאס איז א באצאלטע אנאנס'. 'משפחה' לײגט די סארט ארטיקלען פון פארנט.
און אפי' פון דיע ארטיקלען אין די מיטן װאס דארפן כלומר'שט יא זײן דער גוף הדבר, נישט קײן באצאלטע ארטיקלען, איז משמע פון געװיסע פון זײ, צװישן די שורות, אז דאס זענען דוקא יא עדװערטס נאר די צאלער האבן געצאלט די העכערע טיער װאס דעמאלס שרײבט מען פאר זײ די ארטיקלן אױף א סטײל אז סתם המון זאלן נישט כאפן דאס איז עכט א עדװערט.
נאכדעם האבן זײ אַן עקלדיגע מנהג פון קובע זײן 'גאנצע' עמודים פאר 'קװאָטס' פון אַן ארטיקל און עקסעסיװלי דראמאטיזירן שטותים װי כאילו זײ פארצײלן דיר א טריללער סטארי. "יואלי לאנדא, װער האט דיך געפרעגט דײן אָפּיניען?", פעידזש ברײק! דאס איז דאך אזא װעיסט פון פעיפּער בּאָט אױכעט א טירחא פאר די לײענער, װאס דארפן מישן, לעקן די פינגער, ענדלעסלי, און אזױ אױך איז דאס סתם איבריגע, נארישע סענסײשאָנעלײַזײנג פון װאס איז אפטמאל באמת מאָנדײן אינהאלט.
נאכדעם זענען רוב ארטיקלען נידלעסלי לאָנג - סתם געקײעט און געמאָלט װאסער, אבי אנצושטאפּן א מאגאזין ס'זאל זײן דיק און אױסקוקן אימפּרעסיװ. װיפיל איז שױן דא צו רעדן פון שװעקי'ס נײע אלבױם װאס איז נאכנישט ארױסגעקומען, נאר "ס'גײט ארױסקומען". איך זאג נישט, ס'איז דא שטיקלעך װאס זענען גאנץ אינטרעסאנט, און איך װעל אָנצײכענען אזעלכע, אבער דאס אױסציען יעדע ארטיקל מאכט אז בײ די ענד דערפון, האב איך שױן פארגעסן פון די געשמאקע שטיקלען װײל די צרות האחרונות משכחות את הראשונות וכו'..
איז אזױ, איך האב אנגעהױבן מיט די ספעשל יו"ט בײלאגע װײל דארטן איז געלעגן יואלי לאנדא'ס ארטיקל פון װעלכע מען רעדט שױן אין א אנדערע שנירל.
יעצט געֶסְטְס װיפיל פון די 324 עמודים, אין די יו"ט בײלאגע, זענען עדװערטס? נאנט צו 200! עמודים פון עדװערטס אין די ספעשל יו"ט בײלאַגע אלײנס. װי געזאגט - 86 עמודים פון עדװערטס ביז דער ערשטער ארטיקל אלײנס! אַקאָרדינג צו גוגל, פאר א "באצאלטע" נײעס מאגאזין טאָר עדװערטס נישט זײן מער װי %40. דערװײל, דא איז עס פארקערט - %60 איז עדװערטס און %40 פראצענט קאָנטענט.
יעצט, ביסײדס די כסדר'דיגע מוסר און פרעפלערײען אין דעם ארטיקל - און דא באקומט מען נאך א מנה כפול סײ פון דעם ארטיקל שרײבער און סײ פון דעם זינגער - װאס איך האב פײנט װען סעלעבריטיס נעמען זיך זאגן מוסר, ספעציעל אין זײערע אלבומס, א שטײגער װי ליפא ש. לעצטנס, איז עס גאנץ א שײנער ארטיקל.
נאר עס איז אביסל צו לאנג. די דזשיסט פון די ארטיקל איז אז דער ארעינדזשער דאָני גראס, שװעקי און דער סופר 'שרולי בעסער' האבן זיך צוזאמענגענומען ארױסצוגעבן א טעיפ, 'יעס יוּ געסד איט' פון 100 "געקליבענע" שבת'דיגע ניגונים. אזא לחײם אימיטעישָאן - כאילו ס'איז נישטא גענוג. אבער װיפיל איז שױן דער שיעור צו רעדן דערפון?
הגם איך פלעג זײער ליב האבן שװעקי אלס בחור'ל נאר הײנט עפעס רילעיט איך מער צו מענערישע װאױסעס אזש אפי' פון װײבער האב איך ליב מער די שאַקיראַ און גאַגאַ װאױסעס. אבער שװעקי האט עפעס אזא קװיטשקעדיגע קול װאס קװעטשט אדער דרוקט זיך אסאך מאל און עפעס ס'ציהט מיר מער נישט. בכל אופן.
נאר דא עקא אז שװעקי האלט זיך אױך פאר א שטיקל כולל אינגערמאן במילא גײט ער צולײגן א קונטרס מיט תורה'לעך, פשט'לעך און קאממענטרי פאר יעדע ניגון אז מען זאל עס קענען לײענען בשעת'ן הערן די ניגון - ענטער, שרולי בעסער.
רעב איד, איך הער ניגונים און מוזיק װען איך האב נישט קײן נערװן צו לײענען. קײנער לײענט נישט קײן אלבױם בוּקלעטס חוץ אױב הערט מען יו"ט ערליך אדער פאר די גיקס װעלכע װילן זיך אײנ'חזר'ן פינקי װעבער'ס גראמען אין 'דער טאטע הערט' אלבום פון מיכאל שניצלער. בקיצור, זײ לױפן אױס פון אײדיעס, עניװאָן װיטה עֶני?
נאר אפאר פאראגראפן זענען היבש פלאטשיג:
שװעקי װיל למשל אז אנשטאט טשעטן בשעת די קידושים נאכ'ן דאװענען שבת אינדערפרי זאל מען מאכן א באטע און זינגען זײנע "איבערגעפרישטע" ניגונים. פײן, חלום װײטער.
נאך א סיבה פארװאס ער מאכט עס (חוץ פונװאס לדידו, מענטשן - ספעציעל הארלי דעיװידסאָן מאטאר ביציקלעך דרײװערס מיט גרױסע טעטאָוּס - װערן בעלי תשובה פון זײנע טעיפס, אקארדינג טו הים), װיל ער אז קינדער זאלן פיהלן א שטארקערע טעם אין אידישקײט בײ די שבת סעודות. ער זאגט אז זײן אלבום װעט דאס פיקסן. בכלל, זאגט ער, נוצן הײנט צו טאגס מענטשן, ספעציעל די חוזרי בתשובה, מער הארץ װי מח. הממ.
.
אפאר "אינטרעסאנטע" נאטיצן איז װי דער שרײבער לײגט אראפ די דיפערענץ צװישן ספרדישע און אשכנזישע. בעיסיקלי, קנײדלעך און באקסעדיגע לאקשאן (קרעדיט פון עמיצן דא אין קרעמל) איז אשכנזיש װידעראום געספּײסטע פיש און שחוּק חריף זענען מער די ברױנערע סארט.
אדער װי ער פארצײלט די מעשה פון די ביציקלעך דרײװער אין פראנקרײך. אז דער הױפט פון די באנדע װאס ער האט געטראכט זײ װעלן אים אָנרײסן די בײנער, האט זיך ארױסגעשטעלט צוזײן א גרױסע פֿען זײנער.
נאכדעם זעהט װי שװעקי'ס פרױ איז אױך אינװאלװד אין די החלטות. דאָני זאגט אז זי האט זיך גע'עקשנ'ט מען זאל ארײנשטעלן עפעס א בּאָרינג אָלד סקול שבת ניגון װאס זי האט זײער ליב.
סאו קודם די עדװערטס. לאמיך קודם זאגן אז עדװערטס איז דאך אזא עקלדיגע זאך אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן. מילא װען די מאגאזין איז פֿרי, אבער זײ בעטן דאך טבין ותקילין דערפאר. דא אין לונדון האב איך געצאלט 15 פונט! פאר א סינגל עדישְן, װאס אפי' דער פּרעסטידזשעס 'נײטשער' מאגאזין בעהט נישט אזױ סאך.
און נאכדעם זענען די עדװערטס אזױ שרײעדיג און עקלדיג, און ארײנגעפּלאָנקט אינמיטן אַן ארטיקל, אלטערנײטינג - אַן עמוד טעקסט און אַ עמוד עדװערטס, אזױ װי א טראנסעלעיטעד ארטסקרול סידור, אז דאס לײענען פיהלט זיך קְרָעים קרעים. ביז איך קום אָן נאר צו די ערשטע ארטיקל אין דער בּאַנד, האב איך געדארפט קודם מישן נאנט צו הונדערט זײטן פון עדװערטס. צו זײן מער גענױ - 86 זײטן פון עדװערטס אָן דעם דעקל.
חוץ מזה װאס זײ לײגן נאך גאנצעטע ארטיקלען װאס זענען בעצם עדװערטס װאס געװענטליך, אפי' װען די טײמס אָף לונדון למשל מאכט אזא זאך, לײגן זײ עס אין די בעק מיט גרױסע װערטער פון אױבן אז 'דאס איז א באצאלטע אנאנס'. 'משפחה' לײגט די סארט ארטיקלען פון פארנט.
און אפי' פון דיע ארטיקלען אין די מיטן װאס דארפן כלומר'שט יא זײן דער גוף הדבר, נישט קײן באצאלטע ארטיקלען, איז משמע פון געװיסע פון זײ, צװישן די שורות, אז דאס זענען דוקא יא עדװערטס נאר די צאלער האבן געצאלט די העכערע טיער װאס דעמאלס שרײבט מען פאר זײ די ארטיקלן אױף א סטײל אז סתם המון זאלן נישט כאפן דאס איז עכט א עדװערט.
נאכדעם האבן זײ אַן עקלדיגע מנהג פון קובע זײן 'גאנצע' עמודים פאר 'קװאָטס' פון אַן ארטיקל און עקסעסיװלי דראמאטיזירן שטותים װי כאילו זײ פארצײלן דיר א טריללער סטארי. "יואלי לאנדא, װער האט דיך געפרעגט דײן אָפּיניען?", פעידזש ברײק! דאס איז דאך אזא װעיסט פון פעיפּער בּאָט אױכעט א טירחא פאר די לײענער, װאס דארפן מישן, לעקן די פינגער, ענדלעסלי, און אזױ אױך איז דאס סתם איבריגע, נארישע סענסײשאָנעלײַזײנג פון װאס איז אפטמאל באמת מאָנדײן אינהאלט.
נאכדעם זענען רוב ארטיקלען נידלעסלי לאָנג - סתם געקײעט און געמאָלט װאסער, אבי אנצושטאפּן א מאגאזין ס'זאל זײן דיק און אױסקוקן אימפּרעסיװ. װיפיל איז שױן דא צו רעדן פון שװעקי'ס נײע אלבױם װאס איז נאכנישט ארױסגעקומען, נאר "ס'גײט ארױסקומען". איך זאג נישט, ס'איז דא שטיקלעך װאס זענען גאנץ אינטרעסאנט, און איך װעל אָנצײכענען אזעלכע, אבער דאס אױסציען יעדע ארטיקל מאכט אז בײ די ענד דערפון, האב איך שױן פארגעסן פון די געשמאקע שטיקלען װײל די צרות האחרונות משכחות את הראשונות וכו'..
איז אזױ, איך האב אנגעהױבן מיט די ספעשל יו"ט בײלאגע װײל דארטן איז געלעגן יואלי לאנדא'ס ארטיקל פון װעלכע מען רעדט שױן אין א אנדערע שנירל.
יעצט געֶסְטְס װיפיל פון די 324 עמודים, אין די יו"ט בײלאגע, זענען עדװערטס? נאנט צו 200! עמודים פון עדװערטס אין די ספעשל יו"ט בײלאַגע אלײנס. װי געזאגט - 86 עמודים פון עדװערטס ביז דער ערשטער ארטיקל אלײנס! אַקאָרדינג צו גוגל, פאר א "באצאלטע" נײעס מאגאזין טאָר עדװערטס נישט זײן מער װי %40. דערװײל, דא איז עס פארקערט - %60 איז עדװערטס און %40 פראצענט קאָנטענט.
לעצם הענײן
לאמיר זיך װענדן אצינד צו דער ערשטער ארטיקל (זעה עטעטשמענט). אדורך לײענענדיג דעם ארטיקל איז קלאר אז דאס איז אַן עדװערט פאר שװעקי'ס קומענדיגע סידי. דער שרײבער קען נישט באהאלטן זײן "עקסײטמענט" פאר די ארױסקום פון די סידי און מאכט זיכער עס צו װײזן אין יעדע פאראגראף.יעצט, ביסײדס די כסדר'דיגע מוסר און פרעפלערײען אין דעם ארטיקל - און דא באקומט מען נאך א מנה כפול סײ פון דעם ארטיקל שרײבער און סײ פון דעם זינגער - װאס איך האב פײנט װען סעלעבריטיס נעמען זיך זאגן מוסר, ספעציעל אין זײערע אלבומס, א שטײגער װי ליפא ש. לעצטנס, איז עס גאנץ א שײנער ארטיקל.
נאר עס איז אביסל צו לאנג. די דזשיסט פון די ארטיקל איז אז דער ארעינדזשער דאָני גראס, שװעקי און דער סופר 'שרולי בעסער' האבן זיך צוזאמענגענומען ארױסצוגעבן א טעיפ, 'יעס יוּ געסד איט' פון 100 "געקליבענע" שבת'דיגע ניגונים. אזא לחײם אימיטעישָאן - כאילו ס'איז נישטא גענוג. אבער װיפיל איז שױן דער שיעור צו רעדן דערפון?
הגם איך פלעג זײער ליב האבן שװעקי אלס בחור'ל נאר הײנט עפעס רילעיט איך מער צו מענערישע װאױסעס אזש אפי' פון װײבער האב איך ליב מער די שאַקיראַ און גאַגאַ װאױסעס. אבער שװעקי האט עפעס אזא קװיטשקעדיגע קול װאס קװעטשט אדער דרוקט זיך אסאך מאל און עפעס ס'ציהט מיר מער נישט. בכל אופן.
נאר דא עקא אז שװעקי האלט זיך אױך פאר א שטיקל כולל אינגערמאן במילא גײט ער צולײגן א קונטרס מיט תורה'לעך, פשט'לעך און קאממענטרי פאר יעדע ניגון אז מען זאל עס קענען לײענען בשעת'ן הערן די ניגון - ענטער, שרולי בעסער.
רעב איד, איך הער ניגונים און מוזיק װען איך האב נישט קײן נערװן צו לײענען. קײנער לײענט נישט קײן אלבױם בוּקלעטס חוץ אױב הערט מען יו"ט ערליך אדער פאר די גיקס װעלכע װילן זיך אײנ'חזר'ן פינקי װעבער'ס גראמען אין 'דער טאטע הערט' אלבום פון מיכאל שניצלער. בקיצור, זײ לױפן אױס פון אײדיעס, עניװאָן װיטה עֶני?
נאר אפאר פאראגראפן זענען היבש פלאטשיג:
שװעקי װיל למשל אז אנשטאט טשעטן בשעת די קידושים נאכ'ן דאװענען שבת אינדערפרי זאל מען מאכן א באטע און זינגען זײנע "איבערגעפרישטע" ניגונים. פײן, חלום װײטער.
נאך א סיבה פארװאס ער מאכט עס (חוץ פונװאס לדידו, מענטשן - ספעציעל הארלי דעיװידסאָן מאטאר ביציקלעך דרײװערס מיט גרױסע טעטאָוּס - װערן בעלי תשובה פון זײנע טעיפס, אקארדינג טו הים), װיל ער אז קינדער זאלן פיהלן א שטארקערע טעם אין אידישקײט בײ די שבת סעודות. ער זאגט אז זײן אלבום װעט דאס פיקסן. בכלל, זאגט ער, נוצן הײנט צו טאגס מענטשן, ספעציעל די חוזרי בתשובה, מער הארץ װי מח. הממ.

אפאר "אינטרעסאנטע" נאטיצן איז װי דער שרײבער לײגט אראפ די דיפערענץ צװישן ספרדישע און אשכנזישע. בעיסיקלי, קנײדלעך און באקסעדיגע לאקשאן (קרעדיט פון עמיצן דא אין קרעמל) איז אשכנזיש װידעראום געספּײסטע פיש און שחוּק חריף זענען מער די ברױנערע סארט.
אדער װי ער פארצײלט די מעשה פון די ביציקלעך דרײװער אין פראנקרײך. אז דער הױפט פון די באנדע װאס ער האט געטראכט זײ װעלן אים אָנרײסן די בײנער, האט זיך ארױסגעשטעלט צוזײן א גרױסע פֿען זײנער.
נאכדעם זעהט װי שװעקי'ס פרױ איז אױך אינװאלװד אין די החלטות. דאָני זאגט אז זי האט זיך גע'עקשנ'ט מען זאל ארײנשטעלן עפעס א בּאָרינג אָלד סקול שבת ניגון װאס זי האט זײער ליב.
בייגעלייגטע פיילס
לעצט רעדאגירט: