אבינועם
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 2, 2024
- מעסעדזשעס
- 22
- רעאקציע ראטע
- 101
- פונקטן
- 33
די קינדער יארן... ס'איז א הייקעלע נושא. קינדער קענען נאכנישט טראכטן געהעריג אליינס, זיי זענען אנגעוויזן אויף אנדערע, און טאמער די ענווייראמענט איז נישט סימפאטיש קען עס ברענגען ווייטאג.
כ'בין טאקע נייגעריג צו הערן פון די חברים דא וויאזוי זייער childhood עקספיריענס איז געווען.
איך בין קאנווינסט אז די חסיד'ישע/חרדי'שע חינוך איז בדרך כלל שווער פאר קינדער. ס'קוקט אויס אז דער ציל איז נישט אז ס'זאל זיין געשמאק און גוט פאר די יוגנט כדי זיי זאלן האבן א גוטע געפיל אין די יוגנט, וואס דאס איז א יסוד פאר'ן לעבן. ס'קוקט מער אויס ווי מען לייגט די קינדער דורך א גריינדער כדי צו זיכער מאכן אז זיי וואקסן אויף, אויף א געוויסע סארט וועג וואס די מחנכים ווילן, און זייער וואוילזיין און געשמאק טראגט נישט קיין גרויסע געוויכט.
קודם כל איז א מיליאן זאכן אסור... פארוואס? ווייל אזוי! שפילן באל? מאן דכר שמיה... דאס איז פון די יוונים!! קורצע ערמל אדער הויזן? דאס איז דאך די פארקערטע פון צניעות... פארוואס? ווייל אזוי! (נאר גיין אינגאנצן נאקעט אין מקוה מיט נאך א הונדערט מענטשן, דאס איז צניעות! פארוואס? ווייל אזוי!)... דרייוון א בייק? ס'עפעס א הפקר וועלט? בחורים מיט בייקס? אסור בתכלית! פארוואס? ווייל אזוי!
וואקאציע פאר אינגלעך? אסור בתכלית! ווייסטו דען נישט פארוואס? מ'טאר דאך נישט מבטל זיין תינוקות של בית רבן!! נאר רבי'ס מיט מיידלעך האבן וואקאציע.... (און די רבי'ס פארן זיך אויסבאקן אויף די זון בשעת די "תינוקות של בית רבן" ווערן פארשפארט אין אן אנשטאלט טאג איין טאג אויס... ווייל אויף די קינדער שטייט די וועלט, און טאמער די וועלט וועט בטל ווערן דאן וועלן די רבי'ס זיך נישט קענען באקן אויף די זון...)
און נאכדעם פרובירט יעדע מוסד איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט משוגעת'ן.... די קאפל מעג האבן נאר אזויפיל חלקים (וואס?)... די הויזן ברויך זיין מינימום אזויפיל אינטשעס ברייטער פון די פיס... וכהנה וכהנה, משוגעת'ן אויף משוגעת'ן.... און היינט גייט די משוגעת'ן צו די עלטערן אויך! די עלטערן מוזן טוהן אזוי מיט אזוי כדי בכלל צו קענען שיקן זייערע קינדער... כ'ווייס פון איין מוסד וואס נעמען נאר אן טאמער די טאטע גייט אויפן גאס מיט א הוט.... (וואס?...)
נאכדעם קומט די שמייסערייען.... אז א מלמד זאל האבן א טיטשערס דעגרי כדי ער זאל מער וויסן וויזוי מען פירט זיך מיט קינדער, דאס איז דאך אסור בתכלית.... איז נעמט מען א פרישער אינגערמאן און מען מאכט אים פאר מלמד. אמאל געלונגט עס און אמאל נישט.... און ווער באצאלט די פרייז? די קינדער. נו, אז די גאנצע וועלט שטייט אויף די קינדער, דאן קענען זיי פארנעמען א משוגענע מלמד אויך... (כ'מאך נישט אוועק וואס חז"ל זאגן וועגן תינוקות של בית רבן, כ'ברענג נאר ארויס די אבסורד וויאזוי ס'ווערט געניצט קעגן קינדער).
רבונא דעלמא כולא! וואס ווילן זיי פון די אומשולדיגע קינדער? פון ווי קומט דעי אכזריות? פארוואס קען מען נישט פשוט לאזן קינדער זיין קינדער? לאזן זיי ענדזשויען זייער יונגנט? פון וואו קומט די שטופ צו ענג מאכן פאר אומשולדיגע ברואים?
א נארמאלע סיסטעם וואלט געווען אז חדר איז פון 8:00 ביז 2:00. נארמאלע טרענירטע מלמדים. נאך 2:00 גייט מען, ס'דא געהעריגע ספארטס, בייקס, און אנדערע זאכן וואס איז גוט פאר יוגנט. מען מעג גיין מיט וועלכע בגדים מ'וויל, און קיינער מישט זיך נישט אריין... די קאפ גאלט מען נישט אפ אויף טריפל זירא... נאר מען מעג האבן שיינע האר אזוי ווי דער באשעפער האט באשאפן די מענטש בצלם אלוקים.
זוממער איז דא צוויי חדשים וואקאציע. פאר אינגלעך אויך!
און די לימודים... איי די לימודים!!
2 שעה צופרי לימודי קודש, נאכדעם געהעריגע סעקולערע לימודים ווי ענגליש, מאטעמאטיק, סייענס, און אזוי ווייטער. לימודים וואס געבט פאר קינדער א טשענס צו קענען האבן א נארמאלע עדיוקעטעד בעקגראונד. תורה איז זייער וויכטיג, אבער א סעקולערע חינוך איז אויך זייער וויכטיג, וטוב תורה עם דרך ארץ.
חז"ל זאגן חייב אדם ללמד את בנו אומנות, אבער דאס איגנארירן זיי. דארט ווי ס'שמעקט זיי פייפן זיי זיך אויס אויף חז"ל!
אוי.. דאס איז נאר די קינדער יארן.... נאכדעם הייבט זיך אן די צווייטע קאפיטל, קאפיטל ישיבות... טאמער דו מיינסט אז די קינדער יארן איז געווען אזוי, ווארט נאר ווארט...
מזל טוב מזל טוב!! דאס אינגעלע האט בר מצוה געהאט! יעצט איז ער אויס אינגל. בקרוב גייט מען אין ישיבה... און וואס איז דאס? איז אזוי: מען ברויך אויפשטיין 5-6 פארטאגס, און ישיבה ענדיגט זיך 9-10 ביינאכט... דאס איז עס. דאס איז די לעבן פאר די נעקסטע 5-6 יאר!! ס'איז בעצם א תפיסה סענטענטס!
כ'דענק נאך ווען איך בין אריין אין ישיבה קטנה, ס'מיר געווען אזוי שווער... פון צופרי ביז ביינאכט אין איין בנין, מיט דיסקאנעקטעד מגיד שיעורים... גמרא איז פיין און וואויל, מיט א שיעור... אבער ווען ס'ווערט צופיל הייבט מען אן טראכטן, רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיין לעבן האבן? כ'האב געוואלט צייט פאר מיר, צו שפילן, צו פארברענגען, צו לעבן! אנשטאט האב איך געדארפט זיין א גאנצן טאג, טאג איין טאג אויס, אין א שטיינערנעם בנין... מיט א מנהל וואס טיילט פראסקעס....
דער סוף פסוק איז אז ישיבות איז נישט געמאכט פאר מענטשן... ס'איז א ברוטאלע סיסטעם וואס רעכנט זיך נישט מיט די געפילן פון די יוגנט, און ס'איז דירעקט עובר אויף א פאר לאווין דאורייתא ווי "ואהבת לרעך כמוך", "צער בעלי חיים", "לא תוסיף פן תוסיף", ועוד ועוד.
און נאך אלעס קומט א בחור ארויס נאך 5 יאר ישיבה, און אסאך קענען אפילו נישט חתמ'נען זייער נאמען אין ענגליש . ס'איז לא יאומן וואס זיי טוען מיט די יונגווארג.
נו לאמיר ענדיגן דא מיט א תפילה אז דער באשעפער וואס האס אויסגעלייזט די אידן פון מצרים זאל אויסלייזן די היימישע יוגענט פון דעי צופידעלטע חינוך גריינדער, בב"א.