איידענטיטי קרייסיס

ביסט נישט ארויס פון מיין קאפ א גאנץ כל נדרי, כ'האב נישט געקענט סטאפן צו טראכטן פון די פּיין וואס דו גייסט דורך טאג טעגליך, צרת רבים חצי נחמה, די זאכן מאכן זיך ביי די שענסטע און בעסטע פון אונז, כמעט קיינער לעקט נישט קיין האניג אוודאי זענען אייביג פארהאן יחידי סגולה, אזאנע וועלכע טרעפן געווענליך די שענסטע אתרוג פאר גאר ביליג, און פארקינג גלייך פאר'ן אריינגיין צום חתונה זאל, קויפן א סטאקס הארט פארן ארויפגיין און פארקויפן גלייך פארן אראפגיין, מזל'דיג ווען צו קויפן ריעל עסעיט וכו' וכו' יו געט מיי פאוינט.
אבער בדרך כלל זענען רוב מענטשן נישט אזוי כאטשיג יעדער פאנטאזירט און וויל זיין אזוי.

פאר רוב מענטשן ווי דו און איך און יעדער אנדערש, ברויכן ארבייטן מיט אפציעס און כוחות וועלכע מיר פארמאגן ביי די האנט, און דאס טראכטן אז
הרב גאלדענע אדלער, כ'סקראול אזוי דורך דיינע אלע מלא חיזוק'דיגע תגובות געריכטעט צו דעם אומגליקליכען משתוקק.

און - במחילת כבודכם הרמה - קוקט מיר אויס אז דו היייבסט בכלל נישט אן צו באגרייפן דעם אינגערמאן'ס ביטערן שיקזאל, דא שטייט (ליגט) א אינגערמאן וואס האט א נאטורליכע דראנג צו האבן אינטימע באציאונגען מיט זיין לעבנס באגלייטער, ער וויל עקספיריענסן ראמאנץ אויף א תורה'דיג אויסגעהאלטענע פארנעם, אן דארפן מקיים זיין אנהייב פרשת כי תצא... דערווייל אבער איז זיין ווייב סתם א ROOMATE. ער פארטראגט זיך מיט איר גאר פיין. אלעס פארט געשמירט ממש ווי אין דארמיטארי. אבער וויאזוי זינגט מענדל ראטה: איך וויל ליב האבן א מיידעלע

און מאך נישט קיין טעות: די מיידעלע זיינע איז פולקאם LIKABLE און וואלט בעצם געווען ATTRACTIVE טאמער וואוינען זיי אין טעקסאס... ליידער אבער וואוינען זיי אין די טאליבאן ד'אמעריקע ווי מ'האט אויסגעריסן יעדן זיק של פעמיניניטי מכל וכל. און דער חשש וואס חז"ל האבן זיך אזוי געפארכט "שלא תתגנה על בעלה" איז פארווירקליכט געווארן מיט אלע פשטים. חרד'יזם האט ערפאלגרייך באוויזן צו פאר'מיאוס'ן טויזענטער בנות ישראל אין די אויגן פון זייערע מענער.

1728784580206.png



דאס וואס די תורה האט געוואלט אז די בת ישראל זאל פארמאגן שיינע האר און די גוי'טע זאל זיין פאר'מיאוס'ט, האט חרד'יזם מהפך געווען מיט'ן אפשערן און מנוול זיין בנות ישראל, און וויאזוי זאגט שוין רש"י? בַּבַּיִת שֶׁמִּשְׁתַּמֵּשׁ בּוֹ, נִכְנָס וְנִתְקָל בָּהּ, יוֹצֵא וְנִתְקָל בָּה, רוֹאֶה בִּבְכִיָּתָהּ, רוֹאֶה בְּנִוּוּלָהּ, כְּדֵי שֶׁתִּתְגַנֶּה עָלָיו, דאס וואס האט געזאלט פאסירן צום אשת יפת תואר, טוט אצינד פאסירן צו אונזערע בנות מלכים. און דער אינגערמאן איז סטאק מיט איר פארן לעבן, ווייל ביי טיים ער כאפט זיך וואס דא גייט פאר האט ער שוין מקיים געווען מצות פוריא ורוביא, וואס דאס באדייט אז אפילו טאמער ער איז יא גרייט זיך צו גט'ן (און באקומען די גרוש סטיגמע והמסתעף) מיינט דאס פארט אז (אין בעסטן פאל) וועט ער ברויכן שפייזן 2 פאמיליעס אינדערצייט וואס זיין מאגערע געהאלט קלעקט קוים פאר איינס. און טאמער וועט ער נישט עפאורדען CHILD SUPPORT ווערט ער אויטאמאטיש פארוואנדלט אין דער רשעות'דיגע טאטע וועלכע זארגט זיך נישט פאר זיינע אייגענע קינדער (ליין: געוועזענע ווייב). און די תוצאות זענען אז מ'לאזט אים נישט זעהן די קינדער/קומען צו זייערע שמחות, און דערנאך פירט עס צו זעלבסטמארד רח"ל.

אין קורצן: קיין שום שיינע פערל רייד טוט/וועט נישט לינדערן דעם אינגערמאנס פראבלעם, און ווען איר - נשר הזהב - פרובירט אים נאך צו 'טרייסטן' אז רוב מענטשן זענען נישט אזוינע בני מזל צו טרעפן גוטע דיעלס אויף אתרוגים/הייזער צייגט עס אויף א האראויפשטעלנדע איגנאראנץ! כ'מיין סיריעסלי ווער רעדט דא פון אתרוגים? משתוקק קעירט נישט אויף געלט!! ס'דא זאכן וואס זענען בעיסיק הומען נידס. לעבן איז גרעסער ווי געלט! און ניין! רוב (אלגעמיינע) מענטשן זענען נישט סטאק פארן לעבן מיט איימיצן וואס זיי זענען נישט ATTRACTED צו!! ממילא דער 'צרת רבים חצי נחמה' טרייסט טאקטיק איז נישט רעלעוואנט אין דעם פאל. און דא קומט נישט אריין 'מזל'! מ'ברויך נישט האבן 'מזל' צו ווערן עטרעקטעד צו די ווייב, דער כלל פון "חן אשה על בעלה" (סוטה מז.) איז גילטיג אפילו ביי שלימזלנים אויכעט - AS LONG אז דו ביסט נישט געגאנגען און בידיים צוגרינד געלייגט דעם חן.

וויאזוי האט דער פייטן היינט געקלאגט:

וְהֵן אָנוּ אַתָּה:


...כִּשְׂנוּאִים וְאֵין לֶאֱהֹב: ...כַּחֲסֵרִים וְאֵין לְמַלֹּאת... כַּאֲנוּסִים וְאֵין מָנוֹס:...וּמַה יֵּשׁ לָנוּ עוֹד צְדָקָה וְלִזְעֹק עוֹד אֶל פְּנֵי הַמֶּלֶךְ
 
לעצט רעדאגירט:
טעוואך.

איך דארף נאך יעדע פאוסט אדורכצוליינען געהעריג בעיון,

איך האב נישט געגלייבט וואספארא לייבן אין ברייטע הערצער/ מוחות עס דרייען זיך דא.

פאר די וואס וויל מיר שיקן א אישי אין פאר סאם ריזאן גייט עס נישט אדורך, קען מיר שיקן א אימעיל/ טשעט צו:
[email protected]
 
הייליג גערעכט!!! @אפטימיסטיש
אוי זאגסטע גוט.

כבוד, @דער גאלדענער אדלער א ריזן דאנק פאר דיינע "גאלדענע" שורות, אבער מען קען מיינען וואס איך פארלאנג שוין, איך פארלאנג די בעסיק יומען ניעדס.
איך ברויך נישט מיין ווייב זאל זיין א מאדעל,
איך וויל פשוט זי זאל האבן תאוות פונקט ווי מיר, דאס האט מען אויסגעריסן פין איר.
איך וויל קענען וואטשן א מאווי מיט איר, אין זיך קאדלען מיט איר ביי די שרעקעדיגע סצענע.

איך וויל קענען זיצן מיט איר ביי א קאנצערט אין זינגען מעומק לבבו ליבע ניגונים.

איך וויל קענען שפאצירן שטאלצערהייט מיט איר אויפן אלגעמיינעם, אין נישט פילן אנגעקוקט ווי א עמיש משפּחה.

איך וויל קענען לעבן מיט מיין אייגענע דעת אין רצון, אין נישט לויט די רצון פין "יעדער" "מען" "סיסטעם"

נאר "אונז"!!

איך וויל קענען שפאצירן מיט איר טאבאו ענינים וואס איך האב אסאך נאלעדזש אין ידיעות, אבער פאר איר האט מען געזאגט אז עס איז טריפה.

איך וויל א פרוי וואס קוקט נישט אויס ווי א געפאנגענע פרוי, נידער מיט די טאליבאנער קליידונג,די קיווי קאפ שטערט מיר, דאס הייסט פארלאנגן ציפול?
 
שכויעך @שעפטאל פארן לייגן דא מיין מעסעדזש געשריבן מיט בלוט איך האב נישט געגלייבט ווי קלאר די עולם וועט אריינקומען....

דאס וואס @גאלדענער אדלער שרייבט אין ברענגט פילצאליגע ראיות אז עס איז מעגליך צו וואוינען מיט א ווייב, אפילו מען עס איז אויף אנדערע סטאנדארטן רעליגיעז.
דאס דייקא איז די פראבלעם, איך וויל דאך נישט דאס,

איך וויל מיין ווייב זאל זיך אויכעט עפענען צום וועלט אויכעט איינזעהן אז אלעס וואס מען האט איר פארקויפט איז שקר וכזב,

עס רייסט ביים הארץ, צו לעבן אזוי,
וויאזוי בין איך משכנע זיך צו לאזן וואקסן די האר, זיך צו עפענען צום וועלט, אנצופאנגען אביסל צו הנאה האבן פין עולם הזה,

ווען אונז ביידע וואקסן ווען אויף אין טעקסאס אין האבן חתונה וואלט אונזער לעבן געווען אזויפיל בעסער.

פשוט די קולטור וואס אונז זענען אויפגעוואקסן האלט אונז אפ פין הנאה האבן.

זי איז דאך אזוי ברעינוואזשעד, מען האט איר אויסגעליידיגט פין עניטינג מינוגפול, מען האט איר אויסגעריסן איר פעמאניזים, מען האט איר אויסגעריסן אירע פרויאישע הארמאנען.
מען האט אויפגעטוישט איר אויטענטישע יהדות, מיט א טאליבאנע רעליגיע, וואס האט נישט קיין שייכות מיט אידישקייט.

איך וויל מיר נישט אפשיידן פין איר, וויל איך קען נישט, אונז זענען געקניפט אין געבינדן. אבער איך וויל איר אויס לייזען פין די גלות המר, אין וואס זי ווייסט אפילו נישט אז זי געפינט זיך....

על משכבי בלילה ביקשתי את שאהבה נפשי, איך ליג אין טראכט וויאזוי אונזער לעבן וואלט אויסגעקוקט ווען אונז ווערן ווען נישט געבוירן דא אינעם חרדי'שן קולט.

נאר ערגעץ אין פייוו טאונס אין א מאדערנע משפּחה...

איך האף איינער פארשטייט מיר....
כקען ווען שרייבן דעי מעסידש יעדן טאג זייט מיין חתונה😭😭
 
הייליג גערעכט!!! @אפטימיסטיש
אוי זאגסטע גוט.

כבוד, @דער גאלדענער אדלער א ריזן דאנק פאר דיינע "גאלדענע" שורות, אבער מען קען מיינען וואס איך פארלאנג שוין, איך פארלאנג די בעסיק יומען ניעדס.
איך ברויך נישט מיין ווייב זאל זיין א מאדעל,
איך וויל פשוט זי זאל האבן תאוות פונקט ווי מיר, דאס האט מען אויסגעריסן פין איר.
איך וויל קענען וואטשן א מאווי מיט איר, אין זיך קאדלען מיט איר ביי די שרעקעדיגע סצענע.

איך וויל קענען זיצן מיט איר ביי א קאנצערט אין זינגען מעומק לבבו ליבע ניגונים.

איך וויל קענען שפאצירן שטאלצערהייט מיט איר אויפן אלגעמיינעם, אין נישט פילן אנגעקוקט ווי א עמיש משפּחה.

איך וויל קענען לעבן מיט מיין אייגענע דעת אין רצון, אין נישט לויט די רצון פין "יעדער" "מען" "סיסטעם"

נאר "אונז"!!

איך וויל קענען שפאצירן מיט איר טאבאו ענינים וואס איך האב אסאך נאלעדזש אין ידיעות, אבער פאר איר האט מען געזאגט אז עס איז טריפה.

איך וויל א פרוי וואס קוקט נישט אויס ווי א געפאנגענע פרוי, נידער מיט די טאליבאנער קליידונג,די קיווי קאפ שטערט מיר, דאס הייסט פארלאנגן ציפול?
ליידער האב איך מאמענטאל נישט קיין זאכליכע עצה פאר דיר, אבער יעדער איינער וואס ליינט די דאזיגע שורות, און האט א ברודער/שוועסטער/קינד אין די יארן, זאל אומבאדינג ווייזן פאר זיי די דאזיגע הארצרייסנדע טראגישע ווערטער, און זיך בעטן צו זיי: חוסו נא על נפשכם. פאר דו גייסט צו א בעשוי זאלסטו וויסן וואס מיינט 'ליבע'... THATS ALL I AM ASKING

און אז דו ווייסט נישט, פרעג! ווער געוואר וואס מיינט ATTRACTION, ווער געוואר וואס מיינט LOVE, לערן בעיון אלע פסוקים וואס דיין מלמד האט אויסגעלאזט... (ווי למשל וְרָחֵל֙ הָֽיְתָ֔ה יְפַת־תֹּ֖אַר וִיפַ֥ת מַרְאֶֽה וַיֶּאֱהַ֥ב יַעֲקֹ֖ב אֶת־רָחֵ֑ל)

ראו הזהרתם שלא תמות כדרך שמת פלוני!
 
לעצט רעדאגירט:
אפילו טאמער ער איז יא גרייט זיך צו גט'ן (און באקומען די גרוש סטיגמע והמסתעף) מיינט דאס פארט אז (אין בעסטן פאל) וועט ער ברויכן שפייזן 2 פאמיליעס אינדערצייט וואס זיין מאגערע געהאלט קלעקט קוים פאר איינס. און טאמער וועט ער נישט עפאורדען CHILD SUPPORT ווערט ער אויטאמאטיש פארוואנדלט אין דער רשעות'דיגע טאטע וועלכע זארגט זיך נישט פאר זיינע אייגענע קינדער (ליין: געוועזענע ווייב).
ממש מיינע מחשבות יעדעס מאל מיין קאפ הייבט אן טראכטן וויזוי א ג'גטע לעבן וואלט אויסגעקוקט,😢
 
הייליג גערעכט!!! @אפטימיסטיש
אוי זאגסטע גוט.

כבוד, @דער גאלדענער אדלער א ריזן דאנק פאר דיינע "גאלדענע" שורות, אבער מען קען מיינען וואס איך פארלאנג שוין, איך פארלאנג די בעסיק יומען ניעדס.
איך ברויך נישט מיין ווייב זאל זיין א מאדעל,
איך וויל פשוט זי זאל האבן תאוות פונקט ווי מיר, דאס האט מען אויסגעריסן פין איר.
איך וויל קענען וואטשן א מאווי מיט איר, אין זיך קאדלען מיט איר ביי די שרעקעדיגע סצענע.

איך וויל קענען זיצן מיט איר ביי א קאנצערט אין זינגען מעומק לבבו ליבע ניגונים.

איך וויל קענען שפאצירן שטאלצערהייט מיט איר אויפן אלגעמיינעם, אין נישט פילן אנגעקוקט ווי א עמיש משפּחה.

איך וויל קענען לעבן מיט מיין אייגענע דעת אין רצון, אין נישט לויט די רצון פין "יעדער" "מען" "סיסטעם"

נאר "אונז"!!

איך וויל קענען שפאצירן מיט איר טאבאו ענינים וואס איך האב אסאך נאלעדזש אין ידיעות, אבער פאר איר האט מען געזאגט אז עס איז טריפה.

איך וויל א פרוי וואס קוקט נישט אויס ווי א געפאנגענע פרוי, נידער מיט די טאליבאנער קליידונג,די קיווי קאפ שטערט מיר, דאס הייסט פארלאנגן ציפול?
גראדע כ'זעה אז מיין תשובה (אין די פתיחת השנירל) איז אויך רובו נישט קיין שייכות צו דיין מצב.
כ'האב קודם געטראכט פון רעדאגירן, ווייל כ'מיש צאם הודל מיט בודל און ס'פאסט מיך נישט 🫣,
אבער כ'בין זיך מיישב אז דער רבוש"ע שיקט אריין א געדאנק ווען מ'מיינט גוט וועט עס זיכער העלפן אן אנדערע איד אין זיין מצב.
וכן בדברי ידידינו @דער גאלדענער אדלער דיינע ווערטער וועלן נאך העלפן ווער ס'דארף זיי. ❤️
 
אסאך מאל וואקענדיג אויף די גאס אין אינזער נעיבערהוד, קען איך צודרייט ווערן פאר ווינדער, אמער די זאכן וואס באדערן מיך מאכט דאך אזוי פיל סענס, פאר יעדער סעקולארע גוי וואס די פארציילסט דיין סטארי וואלט ער דיך אזוי גוט פארשטאנען, טא וויזוי קען עס ארבעטן אזוי גוט פאר אזוי פיל מענטשן ארום מיר??
 
וויזוי קען עס ארבעטן אזוי גוט פאר אזוי פיל מענטשן ארום מיר??
מאן יימר אז ס'ארבעט? און מאן יימר אז ווייל ס'ארבעט פאר איינער וועלכע די ווייב גייט מיט א (נארמאלן) שייטל וועט עס ארבעטן פאר איינער וואס פארמאגט ניטאמאל דאס? :unsure:
 
לעצט רעדאגירט:
איך רילעיט צו דיין ווייטאג. איך בין אויך דארט געווען און זיך אויך געמוטשעט מיט די זעלבע און ענליכע פראבלעמען. איך ווייס נישט דיין מצב, איך גלייב אז ביי יעדעם שפילט זיך עס אויס אביסל אנדערש. פון סתם א תגובה איז שווער דיר צו העלפן אבער איך קען דיר שעירן פריוואט מיין דזשורני, אפשר וועסטו עפעס קענען ארויסנעמען פאר דיר. עס איז דא שרייבערס וואס קענען מיר און מיין ווייב און אונז האבן שוין געהאלפן אנדערע, און אונז זענען גרייט ווייטער צו רעדן און ארויסהעלפן וואס עס איז שייך.
 
הייליג גערעכט!!! @אפטימיסטיש
אוי זאגסטע גוט.

כבוד, @דער גאלדענער אדלער א ריזן דאנק פאר דיינע "גאלדענע" שורות, אבער מען קען מיינען וואס איך פארלאנג שוין, איך פארלאנג די בעסיק יומען ניעדס.
איך ברויך נישט מיין ווייב זאל זיין א מאדעל,
איך וויל פשוט זי זאל האבן תאוות פונקט ווי מיר, דאס האט מען אויסגעריסן פין איר.
איך וויל קענען וואטשן א מאווי מיט איר, אין זיך קאדלען מיט איר ביי די שרעקעדיגע סצענע.

איך וויל קענען זיצן מיט איר ביי א קאנצערט אין זינגען מעומק לבבו ליבע ניגונים.

איך וויל קענען שפאצירן שטאלצערהייט מיט איר אויפן אלגעמיינעם, אין נישט פילן אנגעקוקט ווי א עמיש משפּחה.

איך וויל קענען לעבן מיט מיין אייגענע דעת אין רצון, אין נישט לויט די רצון פין "יעדער" "מען" "סיסטעם"

נאר "אונז"!!

איך וויל קענען שפאצירן מיט איר טאבאו ענינים וואס איך האב אסאך נאלעדזש אין ידיעות, אבער פאר איר האט מען געזאגט אז עס איז טריפה.

איך וויל א פרוי וואס קוקט נישט אויס ווי א געפאנגענע פרוי, נידער מיט די טאליבאנער קליידונג,די קיווי קאפ שטערט מיר, דאס הייסט פארלאנגן ציפול?
משתוקק זיסער קוקט אויס ווי דו האסט א טעות אין מיינע ווערטער. איך פארשטיי פינקטלעך וואס דו האסט ליעב, גארנישט אנדערש ווי מיך אדער סיי ווער מיר אלע גלייכן די זעלבע זאכן און איך פארשטיי דיך פינקטלעך, וואס איך זאג נאר איז און איך בעט ליין איבער מיינע ווערטער נאכאמאל פאר דו און @אפטימיסטיש שפרינגן ארויף אויף מיר
און גלייב מיר איך מאך ח"ו נישט אוועק די טענה, ווייל איך טראכט אויך די זעלבע ווען ס'קומט צו מיינע מוטשענישן, אבער טאקע ווייל איך טראכט די זעלבע און כ'בין אין ערגעץ נישט אנגעקומען דערמיט, חוץ די פיינע פאנטאזיע אז יא, דערפאר ברויך מען זוכן עצות ותחבולות נישט נאר סתם צו קענען דורכשטופן, לעבן אין א סערווייוול מאוד, נאר צו ליבן און לעבן אין א לכתחילה'דיגע לייף סטייל, און אויב דיין ווייב פארמאגט נישט עפעס ערענסטע פערסאנאלעטי דיסארדערס ווי למשל נארסיזים אדער בי פּי די וכדומה דאן ברויך מען עס קענען אויסארבייטן מיט די ריכטיגע מענטש/טעראפי אין צווישן.
ס'איז נישט קיין מוציא מיט האניג, ס'פארלאנגט אסאך ארבייט, אבער כ'קען מענטשן וועלכע זענען דורך דעם שווערן וועג און לעקן האניג היינצוטאגס.

ס'פארהאן א הערליכע ארטיקל פון ידידי היקר @הוגה אין ק"ש דאכצעך אז ס'איז אין מאחורי, כ'גיי עם פרובירן באלד צו קאנטאקטן און בעטן פון עם א קאפי אויב ער האט עס אוועקגעלייגט ביי זיך. דארט לייגט ער אראפ זיין אייגענע עקספיריענס, אוודאי איז נישט יעדע עקספיריענס די זעלבע, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות, נישט אלע מענער זענען די זעלבע, נישט אלע ווייבער זענען די זעלבע אבער שטענדיג זענען פארהאן געוויסע פונקטן וועלכע מ'קען ארויסנעמען פון יעדע זאך און עס פרובירן מאכן ארבייטן.
 
וויזוי קען עס ארבעטן אזוי גוט פאר אזוי פיל מענטשן ארום מיר??
בעצם קענסטו זיך זעלבסט פרעגן: וויאזוי האב איך אליינס נישט אבאכט געגעבן נישט אריינצופאלן אין אזא סיטואציע?

נאר די תירוץ איז פשוט: מ'האט דיך א חתן געמאכט נאך איידער דו האסט געוויסט וואס מיינט די ווארט "הייבאם"...

ס'האט דיר געפעלט די מינימום וויסנשאפט וואס פעלט זיך אויס צו קענען פאסן אן אינפארמירטע באשלוס.

ממילא ווען דו זעהסט איימיצער דיינסגלייכן וואס שטעלט אן א צופרידענע מינע, ער קוקט אויס גליקליך, לכאורה פארמאגט ער נאך עד היום נישט די (זעלבע) אינפארמאציע וואס האט דיך אויפגעקלערט ווי אומגליקליך דו ביסט.

IGNORANCE IS BLISS

יוסיף דעת יוסיף מכאוב
 
איך רילעיט צו דיין ווייטאג. איך בין אויך דארט געווען און זיך אויך געמוטשעט מיט די זעלבע און ענליכע פראבלעמען. איך ווייס נישט דיין מצב, איך גלייב אז ביי יעדעם שפילט זיך עס אויס אביסל אנדערש. פון סתם א תגובה איז שווער דיר צו העלפן אבער איך קען דיר שעירן פריוואט מיין דזשורני, אפשר וועסטו עפעס קענען ארויסנעמען פאר דיר. עס איז דא שרייבערס וואס קענען מיר און מיין ווייב און אונז האבן שוין געהאלפן אנדערע, און אונז זענען גרייט ווייטער צו רעדן און ארויסהעלפן וואס עס איז שייך.
למה נגרע? פארוואס שעירן בלויז 'פריוואט'? זאלן אנדערע אין דעם צושטאנד אויכעט הנאה האבן. ואי משום גילוי, קען מען ארומטוישן מינדערוויכטיגע איינצלהייטן.

פתח פיך ויאירו דבריך!

לך בכחך זה והושעת את ישראל!
 
בעצם קענסטו זיך זעלבסט פרעגן: וויאזוי האב איך אליינס נישט אבאכט געגעבן נישט אריינצופאלן אין אזא סיטואציע?

נאר די תירוץ איז פשוט: מ'האט דיך א חתן געמאכט נאך איידער דו האסט געוויסט וואס מיינט די ווארט "הייבאם"...

ס'האט דיר געפעלט די מינימום וויסנשאפט וואס פעלט זיך אויס צו קענען פאסן אן אינפארמירטע באשלוס.

ממילא ווען דו זעהסט איימיצער דיינסגלייכן וואס שטעלט אן א צופרידענע מינע, ער קוקט אויס גליקליך, לכאורה פארמאגט ער נאך עד היום נישט די (זעלבע) אינפארמאציע וואס האט דיך אויפגעקלערט ווי אומגליקליך דו ביסט.

IGNORANCE IS BLISS

יוסיף דעת יוסיף מכאוב
גערעכט, ווען כ'בין געגאנגען צום בעשוי, האבעך נאר געזען ווי כ'טייל שוין ענדליך די ציגארעטליך אין ישיבה...

כ'האב נישט געהאט קין אנונג וואס ווען ווי, ס'איז גהעריג בא'גנב'ענען א מענטש פון מאכן אן אינפארמירטע דעסישען.
 
למה נגרע? פארוואס שעירן בלויז 'פריוואט'? זאלן אנדערע אין דעם צושטאנד אויכעט הנאה האבן. ואי משום גילוי, קען מען ארומטוישן מינדערוויכטיגע איינצלהייטן.

פתח פיך ויאירו דבריך!

לך בכחך זה והושעת את ישראל!
איך דארף פלעין האבן צייט אראפצושרייבן, און עס איז מיר גרינגער צו רעדן.
 
Back
Top