איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

קומען אבער די סייענטיפישע כופרים וואס גלייבן אין סייענס און זאגן אז בעצם איז די גאנצע בריאה פון עי טו זי טבע.. איי מ׳פארשטייט נישט אלעס. נישט קשה, היינט פארשטיי מיר דאך מער פון נעכטן, סאוי גיב עס צייט און מיר וועלן דיר אלעס קענען עקספלעינען - ״סייענס אוו די געפס״.
דיין פארגלייך צווישן גלויבן אין וויסנשאפט און גלויבן אין גאט איז א פאלשע ציזאמשטעל. וויסנשאפט פארלאנגט נישט בלינדע גלויבן, עס פארלאנגט ראיות, מעטאדישע אונטערזוכונג, און די מעגליכקייט פון נאכגיין פאקטן. וויסנשאפטליכע טעאריעס טוישן זיך ווען נייע דאטא קומט אן. דאס איז נישט קיין חסרון, נאר א הויפט שטארקייט או מעלה פון וויסנשאפטליכע פארשינגען.
"סייענס אוו די געפס" איז א מיספארשטענדעניש פון וויאזוי וויסנשאפט ארבעט. וויסנשאפט פרובירט נישט צו "פארשטאפן לעכער" אין אוממעגליכע געדאנקען, נאר אנערקענט ערליך וואס מיר ווייסן און וואס מיר ווייסן נישט, און פרובירט צו רעדוצירן די אומוויסנהייט דורך פארשונגען
דא איז עפעס פריש אין די נייעס וואס סייענס קעניש עקספלעינען.
וואס טוען וויסנשאפטלער ווען זיי באגעגענען אזעלכע פאקטן? זיי פרובירן צו פארשטיין, זיי זוכן נייע מאדעלן, און זענען גרייט צו טוישן זייערע אלטע איידיעס. דאס איז די שטארקייט פון סייענס, נישט איר שוואכקייט! עס איז דא אסאך אנדערע זאכן וואס סייענס ווייסט נישט און עס מיינט נישט גארנישט
 
לעצט רעדאגירט:
דיין פארגלייך צווישן גלויבן אין וויסנשאפט און גלויבן אין גאט איז א פאלשע ציזאמשטעל. וויסנשאפט פארלאנגט נישט בלינדע גלויבן עס פארלאנגט ראיות, מעטאדישע אונטערזוכונג, און די מעגליכקייט פון נאכגיין פאקטן. וויסנשאפטליכע טעאריעס טוישן זיך ווען נייע דאטא קומט אן. דאס איז נישט קיין חסרון, נאר א הויפט שטארקייט או מעלה פון וויסנשאפטליכע פארשינגען.
"סייענס אוו די געפס" איז א מיספארשטענדעניש פון וויאזוי וויסנשאפט ארבעט. וויסנשאפט פרובירט נישט צו "פארשטאפן לעכער" אין אוממעגליכע געדאנקען, נאר אנערקענט ערליך וואס מיר ווייסן און וואס מיר ווייסן נישט, און פרובירט צו רעדוצירן די אומוויסנהייט דורך פארשונגען

וואס טוען וויסנשאפטלער ווען זיי באגעגענען אזעלכע פאקטן? זיי פרובירן צו פארשטיין, זיי זוכן נייע מאדעלן, און זענען גרייט צו טוישן זייערע אלטע איידיעס. דאס איז די שטארקייט פון סייענס, נישט איר שוואכקייט! עס איז דא אסאך אנדערע זאכן וואס סייענס ווייסט נישט און עס מיינט נישט גארנישט
דאס דערמאנט מיך פון דעם גמ' דאמר מר למד לשונך לומר איני יודע שמא תתבדה ותאחז
 
איך ליין דיין תגובה. ס׳טוט מיר וויי אז איך פארשטיי נישט וואס דו טרייסט מיר צו ענטפערן.. כ׳שפעקעליר צו כ׳זאל עפעס ענטפערן.. ביז..

איך באמערק דיין חתימה.. און אלעס שטימט שוין!! 😁
 
אז א מענטש אטעמט און קען עס פארלירן, און ס'בכלל נישט אין זיין הענט. אוודאי קען ער גיין סוסייד, אדער טון עפעס מסוכן, וואס דאס איז יא זיין בחירה.

אבער אז ס'דא פעלער וואס מענטשן שטארבן פלוצלינג און קיינער ווייסט נישט די סיבה, נישט קיין סייענטיסטן און נישט קיין היסטאריקער, און ס'שטייט קלאר אין די רפואה ביכער, אז געוויסע טויט פעלער איז נישטא קיין שטודיע וויאזוי עס פאסירט.
קיין ביג בענג קאנטראלירט נישט קיין לעבן פון מענטשן, נאר קען געפירט ווערן דורך איינער וואס קאנטראלירט אים, ס'איז געשען אסאך זאכן וואס איז בערך אזויווי די ביג בענג, און ס'שטייט קלאר אין ספר הדורות און אין יסוד יוסף דערוועגן, און די עצם ביג בענג וויאזוי סייענטיסטן [נישט אלע!!] לייגן עס אראפ האט קיין זינען צום פאקט וואס איך זע.

ס'דא עפעס א כח וואס טוט פון צייט צו צייט איבער-נאטורליכע זאכן. ס'קען נישט זיין אליינס, און ס'קען נישט זיין אז ס'נישט קאנטראלירט ביי גאט, קען מען פשוט זאגן, אז ס'איז די זעלבע ווי יודען האבן געלערנט פון תורת משה, אז אונזער פלאנעט ערד עקזיסטירט נישט קיין מיליארדן יארן. והרוצה לשקר ירחיק עדותו
 
אבער אז ס'דא פעלער וואס מענטשן שטארבן פלוצלינג און קיינער ווייסט נישט די סיבה, נישט קיין סייענטיסטן און נישט קיין היסטאריקער, און ס'שטייט קלאר אין די רפואה ביכער, אז געוויסע טויט פעלער איז נישטא קיין שטודיע וויאזוי עס פאסירט.
ווייטער god of the gaps.
ווייל מען וויסט נאך נישט מיינט נישט אז עס איז אומנאטורליך, אמאל האט מען אויך נישט געוויסט פון וויירוסעס אדער אסאך אנדערע קרענק און מען האט געשריגן "אומנאטירלעך" און ווען מען איז געוואר געווארן איז עס פליצלונג געווארן נאטירלעך, וואס וועסטו טון ווען מען וועט געוואר ווערן וואס עס איז?
 
מיין נקודה איז נישט דאס שטארבן, מיין נקודה איז דאס געבן לעבן. ס'נישטא קיין אנדערע הסבר וויאזוי עפעס זאל הערן שמעקן און רעדן, אטעמען אפילו, נאר אויב ס'דא א העכערע כח וואס מאכט דאס, און ס'מוז זיין פון איינער וואס איז אלמוות, דאס מיינט ער קאנטראלירט לעבן
וועלכע כח געבט אריין פרישע אטעם און חיות אין יעדע איינציגע זאך וואס לעבט?

אנשטאט מיר פרעגן, זאג דו א צווייטע אלטערנאטיוו, און דאן וועט מען זען צו דיינע פראגעס קומען פון א שעפערישער צו סתם א קריכער
 
ס'נישטא קיין אנדערע הסבר וויאזוי עפעס זאל הערן
ווייברירנדע כוואליעס האקן אריין אין א געגנשטאנד וואס טראנספארמירט די מעכאנישע ענערגיע צו עלעקטראנישע נערוו סיגנאלן וועלכע דאס מוח טייטשט איבער צו וואס אונז רופן סאונד. (קאנסידערינג וואס דו זאגסט אז ביסט ניי צום אינטערנעט וועסטו זיין סורפרייזד וויפיל אינפארמאציע איז דא עוועילעבל, און וויפיל זאכן מ'קען אלס פארשטיין, כ'וועל לייגן Video לינקס פאר די בעיסיקס, בבחינת תן לחכם וכו')
קליינטשיגע פארטיקלס קלעבן זיך צו צו רעסעפטארס, וועלכע מיט'ן הילף פון נערוון שיקן א סיגנאל צום מוח. שמעקן
דיין וואויס באקס מאכט סאונד דורכ'ן ווייברירן, דערנאך נוצטו דיין מויל צו אויספארעמען ווערטער. רעדן
דיין לונגען ציען אריין לופט דורך דעם דייעפרעים, און טוישן אויף אקסיזשען פאר קארבן דייאקסייד אין אזעלכע פיצעלע לופט זעקלעך. אטעמען
וועלכע כח געבט אריין פרישע אטעם און חיות אין יעדע איינציגע זאך וואס לעבט?
גראז, ביימער, פלענטס, באקומען זייערע ענערגיע פון די זון, זיי טוישן אויף די שטראלן צו ענערגיע וואס דאס העלפט זיי וואקסן, די פראצעדור ווערט גערופן photosynthesis. דערנאך זענען דא herbivores, בעלי חיים וואס עסן די גראז און געוויקסן, און באקומען זייערע ענערגיע אזוי 'צווייטהאנטיג'. דערנאך זענען פארהאן carnivorous, די פלייש עסערס וואס זיי עסן אנדערע בעלי חיים וואס האבן שוין געגעסן די געוואוקסן וואס סייא האבן שוין באקומען זייערע ענערגיע פון דעם זון וכו' (ווי אויך זענען פארהאן באשעפענישן וואס דארפן נישט צוקומען צו קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע און זיי שעפן זייערע חיות פון ווארעמע שטראמען אין די טיפענישן פונעם אקעאן, און ס'איז גאר מעגליך אז אלע לעבן שטאמט לכתחילה פון דארט, אבער דאס איז שוין אסאך פאר יעצט).

כמעט אלע ענערגיע וואס טרייבט לעבעדיגע באשעפענישן קומט פון די זון, און די זון פארלירט טאקע יעדן טאג אביסל פון איר מאסע, און איין טאג (אדער נאכט..) גייט די זון טאקע זיך אויסנוצן, אבער נאר אין א זייער לאנגע צייט ארום, סאו מ'דארף נישט עכט זיין באזארגט.

די 'העכערע כוח' וואס מאכט אלעס ארבעטן זענען די חוקי הטבע, אויב דאס איז די גאט וואס דו רעדסט וועגן, דאן גוט, שלום עליכם שפינאזא, אונז זעמער אויף איין בלאט.

אויב גאט איז עפעס א דרויסנדיגע ענטיטי וואס האט רצונות, מודס, פעיווארד פעלקער, פארהאסטע פעלקער, פערזענליכע פרעפרענצן, זאג מיר ווי דו זעסט איהם אין דיין אטעם, רעדן, הערן און שמעקן.
 
(@ההוא גברא האסט מיר אויסגעכאפט... אבער עס צו פארענדיגן אונגאנצן: ) און די זון באקימט די ענערגיע פון אויפטוישן מעסס צי ענערגיע, ווייל מעסס און ענערגיע זענען בעצם די זעלבע זאך (נאך איינשטיינס חודיש פון e=mc^2) נאר יעצט איז די היידערזשען אין און די זון און די פארעם פון מעסס, און אין די פראסעס וואס געשעט אינמיטן די זון (געריפן: fusion) ווערן צוויי היידערזשען אטאמען איין היליאם אטאם, און דורך אויס די פראסעס ווערט אויפגעטוישט א קליינע חלק פון די אטאמענס מעסס צי ענערגיע, און עס דערגרייכט די וועלט אין די פארעם פון זעבארע ליכטיקייט און אלטרע וויילעט שטראלן, און יעדע זאך וואס פארלאנגט זיך ענערגיע טוישט אויף די ענערגיע פון די זון פאר די טייפ פון ענערגיע וואס זיי דארפן.
 
אבער עס צו פארענדיגן אונגאנצן
עס צו פארענדיגן אינגאנצן גייסטו מיר דארפן מסביר זיין וואס מעסס איז און וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען. ווי אויך וואס איז די מעקעניזם פון די פיוזשען פראסעס וואס די זון ניצט צו טוישן מעסס צו ענערגיע.. איך שטעל זיך פאר אז מעסס געפינטסעך נישט נאר אויף די זון סאוי עפעס מאכט די פיוזשען דוקא ביי די זון..

View: https://youtube.com/shorts/Wded27diFcM?si=eSTLlJK_yfTv13uX
 
לעצט רעדאגירט:
וואס מעסס איז און וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען
מאסע איז נישט געקומען "פון ערגעץ", עס איז פשוט א קאנווערזשען פון ענערגיע צו מעסס, און דאס איז צוליב דעם יסוד אז מעעס און ענערגיע זענען באמת די זעלבע זאך, נאר אין פארשידענע פארמען.אלעס קומט ביסודו פון די ענערגיע פון די ביג בענג. (פון ווי קומט די ביג בענגס ענערגיע? שוין אסאך ארומגערעדט אויבן)
ווי אויך וואס איז די מעקעניזם פון די פראסעס וואס די זון ניצט צו טוישן מעסס צו ענערגיע..
דער מעכאניזם וואס די זון ניצט צו טראנספארמירן מעסס צו ענערגיע איז דער "פראטאן-פראטאן טשעין" פון נוקלעארע פיוזשען רעאקציעס.
שפיץ גאפל ווי אזוי עס ארבעט: צוליב די עקסטרעמע היץ און דרוק אין די מיטן פון דער זון (ציליב גראוועטי וואס שלעפט אלעס צי די צענטער. (וואס גראוועטי איז ציליב דעם וואס ספעיסטיים איז ציבויגען)), באוועגן זיך היידראדזשען פראטאנס מיט אזא הויכע שנעלקייט אז זיי קענען איבערקומען זייער עלעקטרישע/מאגנאטישע כוח וואס האלט זיי אפ פון קומען נאנט איינע צום צווייטן.און ווען צוויי פראטאנס קומען גענוג נאנט, קען די "סטראנג נוקלער פארס" זיי צוציען איינער צום אנדערן. אין דעם פראצעס טוישט זיך איינס פון די פראטאנס דורך די "וויק נוקלעארע פארס" צו א נוטראן. דאס געשעט ווען איינס פון די 'אפ' קווארקס אין דעם פראטאן ווערט טראנספארמירט צו א 'דאון' קווארק, טוישנדיג דעם פראטאן צו א נוטראן. אינעם פראצעס ווערט ארויסגעגעבן א פאזיטראן (אן אנטי-עלעקטראן) און א ניוטרינא (ווייל עס נעמט מער ענערגיע צי זיין א פראטאן ווי א נוטראן, בלייבט איבער ענערגיע וואס איז אומבאנוצט און ווי באלד אונז זעהן פון קאנסערוועישן פון ענערגיע אז ענערגיע קען נישט פארלוירן גיין ממילה דארףדי פראטאן ארויסגעבן זיין איבריגע ענערגיע). דער נוטראן און דער פארבליבענער פראטאן בלייבן צוזאמען צו בויען דייטעריום (שווערע היידראדזשען), און אביסל מעסס ווערט קאנווערטירט צו ענערגיע. דייטעריום פיוזירט מיט נאך א פראטאן צו בויען העליום-3 (מיט 2 פראטאנס און 1 נוטראן), ארויסגעבנדיג מער ענערגיע. צוויי העליום-3 אטאמען פיוזירן צו בילדן העליום-4 (מיט 2 פראטאנס און 2 נוטראנס), פריילאזענדיג נאך צוויי פראטאנס אינעם פראצעס.
ווען דער גאנצער פראצעס ענדיגט זיך, האבן זיך צוזאמען פיר פראטאנען (פון פיר היידראדזשען אטאמס) פארוואנדלט אין איין העליום-4 אטאם , אבער די סך הכל מעסס פון דעם העליום-4 אטאם איז ווייניגער ווי די סך הכל מעסס פון די פיר אריגינעלע פראטאנס.
בערך 0.7% פון דער אריגינעלער מעסס ווערט "פארלוירן" אדער בעסער געזאגט, טראנספארמירט צו ענערגיע. די ענערגיע ווערט ארויסגעגעבן אין פארעם פון גאמא שטראלן. די דאזיגע ענערגיע פארט ציביסלעך ארויף דורך די שיכטן פון דער זון, ווערט אפגעשוואכט און טראנספארמירט, און צום לעצט ארויסגעשיקט פון דער אויבערפלאך אלס די לייט און היץ וואס מיר שפירן אויף דער ערד.
אין סך הכל, די זון "פארברענט" בערך 600 מיליאן טאן היידראדזשען יעדע סעקונדע, און דורך דעם ווערט בערך 4 מיליאן טאן מעסס דירעקט טראנספארמירט צו ענערגיע. טראץ דעם ריזיגן פארלוסט, איז די זון אזוי גרויס אז זי קען פארזעצן מיט דעם פראצעס פאר נאך בערך 5 ביליאן יאר.
גענוג קלאר?
 
לעצט רעדאגירט:
איר מיינט טאקע אז איך ווייס נישט די אלע פאקטן?
אבער ווער האט אלעס געמאכט פונקציונירן? די טבע טוט נישט אליינס. איינער שטופט אים צו טון.
נאר גאט קומט אריין דא, ווייל געווענליך ווערט נישט נשתנה קיין זאך ארויס פונעם טבע, אבער אז ס'פאסירט יא, און מ'זעט אז געווענליך פארט עס מיט'ן טבע און אויך מיט די סייענס, און פלוצלינג פאסירט אויסער ווי געראכטן עפעס אומנאטורליך, צייגט עס אז דא גייט פאר א פירערשאפט אויסער די טבע קאנטראל.

מיר גלייביגע ווייסן גוט, אז היינטיגע צייטן איז א שטארקע הסתרה, און מ'זעט זייער ווייניג עפעס ארויס פונעם נאטור, אבער קלער גוט אריין, אויב ס'מאכט סענס בכלל, אז די טבע איז א טאבע אויפ'ן יקום, און טוט זיך אליינס...
ווען גאט לאזט עס לפי הטבע, קוקט עס טאקע אויס ווי ס'טוט זיך אליינס. און כדי צו באמערקן אז ס'איז יא א גאט וואס פירט עס, דארף מען טיפער טראכטן, ווייל איינפאך ביסטו גערעכט אז מ'ווערט פארנארט. ספעציעל ווען מ'זאגט זאכן בשם ''גרויסע'' מומחים, וואס קיינער קען נישט אויפווייזן וויפיל פראצענט ער איז אמת, אבער אים גלייבט מען יא...
 
איך שטעל זיך פאר אז מעסס געפינטסעך נישט נאר אויף די זון סאוי עפעס מאכט די פיוזשען דוקא ביי די זון..
די גרויסע סייז פון די זון (און אלע שטערנס) מאכט גאר א שטארקע גרעוועטי, וואס דאס איז גורם אז אלעס זאל ווערן ציגעצוגן צי די צענטער פון די זון, וואס דאס פאראורזאכט א גאר הויעכע פרעשער אין די צענטער, וואס דאס ברענגט צו א זייער הויעכע טעמפראטור (27,000,000 דעגריס), וואס דאס שטופט צי איין אטאם צום צווייטן און דאס ערמעגלעכט פיוזשן.
נאך עפעס?
 
ווי פאסירט עפעס למעלה מין הטבע?
די נאטור איז, אז נארמאלע שכל באגרייפט ווען עפעס איז העכער זיין פארשטאנד, און דו ביסט לכאורה נארמאל, און דאך באגרייפסטו נישט ווען עפעס איז למעלה מן הטבע, דאס אליינס איז פון גאט ב''ה אז מ'זאל עס נישט אלץ פארשטיין אויפ'ן מינוט.
 
דו מישט אויס " העכער די פארשטאנד" און "העכער די טבע".

וויאזוי מיין טעלעפאן ארבעט איז העכער מיין פארשטאנד, איז עס העכער די טבע?
 
וואס הייסט?
סך הכל זאג איך אז גאט איז מעגליך נאר עס איז נישטא קיין פראף פאר דעם
פארוואס איז עס נישט גענוג פרוף אז קיין איין בשר ודם פארשטייט נישט דעם פאקט, אז א גוש בשר זאל אטעמען אליינס, נאר ווייל טויזענטע יארן צוריק האט עפעס זיך געשאקעלט.
 
דו מישט אויס " העכער די פארשטאנד" און "העכער די טבע".

וויאזוי מיין טעלעפאן ארבעט איז העכער מיין פארשטאנד, איז עס העכער די טבע?
כ'רעדט דאך פון איינער וואס ווייסט יא כמעט אלעס, און ס'איז אויך העכער זיין פארשטאנד, דהיינו איבער די טבע פון קענען באגרייפן, ווייל לפי הטבע וואלט מען עס יא באגריפן. און די טבע אליינס איז מאדנע אז ס'איז פארהאנען אזא זאך ווי טבע.
ווער האט געמאכט אז ס'זאל לכתחילה זיין די טבע. א בענג? דו זעסט אז א בענג קען אנמאכן א אנגייענדע שטראם פאר טויזענטע יארן? אזא קאמפליצירטע מאוומענט?
 
באגרייפסטו נישט ווען עפעס איז למעלה מן הטבע,
זאג, די באגרייפסט יא ווען עפעס איז העכער די טבע? אדער ווען די קומסט אן צי אזא פוינט מיזטו ניצן די מעדשיק ווארט "גאט"? פארוואס קענסטו נישט פשוט זאגן "איך פארשטיי נישט עפעס וואס איז אנדערשט ווי די טבע וואס איך קען און בין ציגעוואוינט"?
ציווישן מיר און דיך ווער באגרייפט ענדערשט עפעס למעלה מן הטבע(זמן)?
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top