איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

וואס איז דאס? און וואס מיינט דאס? זיי מסביר.

סתם זאגן אז פאר בריאת העולם איז געווען אייבעשטער, מיינט גארנישט...
זיי מיך מסביר אין פשוטע ווערטער וואס איז געווען פאר בריאת העולם, און אויב דיין תירוץ איז אייבעשטער זיין מסביר וואס דאס מיינט אין פשוטע ווערטער, חוץ פון דעם אז ער האט באשאפן די וועלט און אז ער איז געווען פאר די וועלט
שתי תשובות בדבר;
הגם כ'האב עס שוין איבערגעזאגט צענדליגע מאל, אבער קוקט אויס אז דו דערהערסט נישט דעם געדאנק.
אויב דו גלייבסט נאר וואס דו זעסט, קענסטו נישט רעדן וועגן עפעס וואס איז ווייטער פון דיין זע קראפט.
היות איך גלייב יא, אבער כ'פארשטיי עס אויך, און דו גלייבסט אויך, אבער וועמען, אזעלכע וואס זאגן א סטעיטמענט און דו קלעבסט צו דעם אזויווי איך - צו תורת משה מסיני...

דער אייבירשטער איז נישט קיין מאטעריאלע מאטעריאל. נאר יעדע זאך האט אין זיך גאט, און איז די פעולה גופא פון אים. יעצט, ער איז געווען און עקזיסטירט פאר'ן באשאף פונעם וועלט. כאטש די ווארט עקזיסטירן און לעבן איז נאר בדרך משל - לויט ווי דער הייליגער רמב''ם שטרייכט שטארק אונטער.
אויפ'ן שפיץ גאפל; פאר'ן באשאף פונעם וועלט איז געווען אסאך וועלטן, און ס'געווען דארט פעולות אנע גשם, אבער ס'געווען א שבירה אין יענעם סיטואציע וואס די עצם שבירה וואס דאס איז געווען, ווייס איך נישט. אבער דאס איז למעשה געווען 'פאר' די וועלט באשאף, און אויך תשובה, און תורה איז געווען באשאפן פאר'ן וועלט וואס מיר זעען און געפונען זיך.

ממילא איז די חטא עץ הדעת און אזוי ווייטער נישט געווען די ערשטע נפילה - באמת, אבער דאך איז נישט געווען די נפילה פאר'ן באשאף, א גשמיות'יגע נפילה.
וויאזוי קען מען מסביר זיין א זאך וואס איז נישט די שפראך פון מאטעריאליזם. איך כאפ וואס דאס איז, און כ'פארשטיי באמת נישט פארוואס דו באגרייפסט נישט דעם געדאנק, אז ס'קלעבט נישט צו נוצען מחשבה פון גשמיות'דיגע פארשטאנד, אויף צורות וואס זענען אנדערע פארמען ווי אין די עולם הגשמיות.
 
זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער פון אנפאנג האט אפשר אויסגעזעהן אזוי ווי די האלטסט באמת פון וואס די שרייבסט, אבער ווי מער די עולם האט דיר אפגעענפערט דיינע טענות האסטו אנגעהויבן שיסן ליידיגע סטעטמענס אן קיין שום שכל דערין, וואס דאס רעגט זייער אויף די מענטשהייט.
כ'וויל דיר נישט צוריקשיסן, אבער כ'מוז דיר דערמאנען א וועלט ווארט; לערן נישט אויס א חזיר צו זינגען, ווייל ער וועט עס קיינמאל נישט קענען, און ס'וועט נאר נערווירן דעם חזיר...
לעניינינו, ס'נישט מיין שולד אז דו פארשטייסט נישט מיינע ערקלערונגען און ווערטער, ווי עפעס א פאלנער גוי ברטנורא און א אמעהורעץ א פרק ערוגה.

איך 'שיס' נישט סתם, נאר פראביר דאס צעלייגן אויף טעלערלעך, אולי וועסטו באגרייפן די הייקעלע ענינים. אבער קוקט אויס אז עס נערווירט דיר, ווייל דו מיינסט אז שיר השירים איז אויך א לאוו סאנג.

אויב כ'באקום א באפעל פונעם אחראי דא, אז איך זאל נישט שרייבן אין דעם שנירל, קען איך דאן פאלגען. אבער כ'מיין אז ס'דא אנדערע לייענער וואס פארשטייען יא - און זייער גוט! וואס איך שרייב, און זעען נישט דערין קיין שיסעריי און הבל.
 
כ'וויל אויסדרוקען מיינע שווערע געפילן; איך בין נישטא צו טראלן, און נישט צו באשמוצען, און נישט צו טשעפענען סיי וועמען. נאר ארויסצוקומען דאס מערסטע קלאר וויאזוי איך זע א זאך - לדעתי.
דאס וואס מ'האט מיר דא געשריבן, איז זייער פערזענליך מצער געווען. איך שטרענג מיך אן צו אויסקלארן דברים העומדים ברומו של עולם, און - אדער מ'פארשטייט נישט עפעס טיפער געשריבן. אדער מ'פארליידט נישט אז איך האלט אנדערש ווי אנדערע ווילן. אבער סך הכל איז דאס א ברוטאלע פאטש פאר מיר, ווען ס'איז שקר גמור בלויז די פאקט אז איך האב עפעס געשריבן אין קאווע שטיבל, און איך האב אין מיין לעבן נישט געשריבן אין קאווע שטיבל ווייל כ'האב אפילו נישט געהאט קיין אונטערנעט ביז צוויי חדשים צוריק
ח"ו זאלסט נישט פילן אומאיינגענעם דא, די פלאץ איז אפן פאר יעדעם וואס וויל יונק זיין פון דעם הייליגן זייטל.
איך שעץ זייער שטארק דיין ווערק און אינפוט, אבער אויב מ׳רעדט שוין, וויל איך מציע זיין עפעס צום טראכטן: אמאל ווערן מיר אזוי פארטיפט אין אונזערע אייגענע געדאנקען אז מיר פארגעסן צו עפענען אונזערע אויערן פאר וואס אנדערע האבן צו זאגן. א שמועס האט צוויי זייטן, און אויב מיר ווילן באמת פארשטיין די אמת, דארפן מיר אויך קענען צוהערן צו אנדערע'ס פערספעקטיוו, און אריינקלערן, אפילו ווען עס איז אנדערש פון אונזערע.

א חכם הערט אויס אלע צדדים איידער ער מאכט א מסקנא. איך האף אז מיר קענען אלע לערנען פון איינע די אנדערע אויב מיר עפענען אונזערע הערצער און אונזערע אויערן.
 
איך 'שיס' נישט סתם, נאר פראביר דאס צעלייגן אויף טעלערלעך, אולי וועסטו באגרייפן די הייקעלע ענינים. אבער קוקט אויס אז עס נערווירט דיר, ווייל דו מיינסט אז שיר השירים איז אויך א לאוו סאנג
איך פארשטיי זייער גוט וואס די זאגסט און איך בין בכלל נישט מחולק מיט דיר אבער אויב רופסטו דאס:
השם הוא האלוקים
צעלייגן אויף טעלערלעך, דאס הייסט, נישט ווען מען האלט אונמיטן אויסשמיעסן א נושה און עס קומט אריין, נאר פשוט ארויסלייגן אמונה פראזן פארן ברייטן ציבור, מיינעך אז אינזער פשוטע המון עם איז צי קלייקעפיג צי פארשטיין ווי אזוי פינקטליך דאס ווייזט עפעס אויף, איז עפעס מסביר, אדער פארענטפערט עפעס, דערפאר מיין איך אז פארן ציבור דא אויף קרעמל זאלסטו ציליב טוהן און נאר ארויסלייגן עפעס וואס אונז קורצזיניגע קעפ קענען פארשטיין,
און איך מיין אז די עולם איז מסכים מיט מיר, אויב נישט צי איך ציריק גלייך.
 
פון די פראגעס זעט מען אליינס, אז די באגריפן זענען גאנץ אנדערש. נו וויאזוי זאל מען גיין מיט א איינפאכע פשט צו עפעס וואס איז אסאך מער טיף ווי איינפאך
קיינער וויל נישט איינפאך, פשט ביטע נישט ווארפן קיין סטעטמענטס וואס באציען זיך נישט צי גארנישט
 
פון די פראגעס זעט מען אליינס, אז די באגריפן זענען גאנץ אנדערש. נו וויאזוי זאל מען גיין מיט א איינפאכע פשט צו עפעס וואס איז אסאך מער טיף ווי איינפאך
ער האט אויך געמיינט עפעס א טיפערע באדייט
 
קיינער וויל נישט איינפאך, פשט ביטע נישט ווארפן קיין סטעטמענטס וואס באציען זיך נישט צי גארנישט
די פסוקים זענען בלויז ווי א מליצה וואס כ'מיין ארויסצוברענגן. למשל השם הוא האלוקים - דאס וואס מ'זאגט אז ס'איז עפעס א אנדערע כוח וואס סייענטיסטן זאגן אז דווקא דאס האט גורם געווען עפעס. זאג איך השם איז אט טאקע יענס.
 
די פסוקים זענען בלויז ווי א מליצה וואס כ'מיין ארויסצוברענגן. למשל השם הוא האלוקים - דאס וואס מ'זאגט אז ס'איז עפעס א אנדערע כוח וואס סייענטיסטן זאגן אז דווקא דאס האט גורם געווען עפעס. זאג איך השם איז אט טאקע יענס.
איז בעסער אויב דו ענטפערסט אין א וועג וואס איז קלארער אין מער צום פינטל, וואס אנדערע וועלן פארשטיין וואס דו ווילסט זאגן.
 
אויב דו גלייבסט נאר וואס דו זעסט, קענסטו נישט רעדן וועגן עפעס וואס איז ווייטער פון דיין זע קראפט.
רעדן קען מען, וויסן פאר א פאקט קען מען נישט.
די טעאריע פון די ביג בענג איז עפעס וואס האט געקענט געשען און די גאנצע בריאה שטימט מיט דעם, יעצט אויב ווילסטו זאגן אז די ווייסט אויף זיכער אז עס איז דא א גאט דארפסטו האבן פראף אויף דעם.
 
רעדן קען מען, וויסן פאר א פאקט קען מען נישט.
די טעאריע פון די ביג בענג איז עפעס וואס האט געקענט געשען און די גאנצע בריאה שטימט מיט דעם, יעצט אויב ווילסטו זאגן אז די ווייסט אויף זיכער אז עס איז דא א גאט דארפסטו האבן פראף אויף דעם.
כלומר: טאריעס קען יעדער האבן, אויף דעם איז א שאד די צייט זיך צו ארום טענה׳ען, נאר ראיות און הוכחה׳ס אדער לאגיק מאכט א פרוכטבארע דעבאטע. (אין אזעלכע נושאים)
 
לעצט רעדאגירט:
כלומר: טאריעס קען יעדער האבן, אויף דעם איז א שאד די צייט זיך צו ארום טענה׳ען, נאר ראיות און הוכחה׳ס אדער לאגיק מאכט א פרוכטבארע דעבאטע. (אין אזעלכע נושאים)
פונקט אזוי
 
Back
Top