יאסעלע ברוין
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מערץ 27, 2025
- מעסעדזשעס
- 304
- רעאקציע ראטע
- 738
שתי תשובות בדבר;וואס איז דאס? און וואס מיינט דאס? זיי מסביר.
סתם זאגן אז פאר בריאת העולם איז געווען אייבעשטער, מיינט גארנישט...
זיי מיך מסביר אין פשוטע ווערטער וואס איז געווען פאר בריאת העולם, און אויב דיין תירוץ איז אייבעשטער זיין מסביר וואס דאס מיינט אין פשוטע ווערטער, חוץ פון דעם אז ער האט באשאפן די וועלט און אז ער איז געווען פאר די וועלט
הגם כ'האב עס שוין איבערגעזאגט צענדליגע מאל, אבער קוקט אויס אז דו דערהערסט נישט דעם געדאנק.
אויב דו גלייבסט נאר וואס דו זעסט, קענסטו נישט רעדן וועגן עפעס וואס איז ווייטער פון דיין זע קראפט.
היות איך גלייב יא, אבער כ'פארשטיי עס אויך, און דו גלייבסט אויך, אבער וועמען, אזעלכע וואס זאגן א סטעיטמענט און דו קלעבסט צו דעם אזויווי איך - צו תורת משה מסיני...
דער אייבירשטער איז נישט קיין מאטעריאלע מאטעריאל. נאר יעדע זאך האט אין זיך גאט, און איז די פעולה גופא פון אים. יעצט, ער איז געווען און עקזיסטירט פאר'ן באשאף פונעם וועלט. כאטש די ווארט עקזיסטירן און לעבן איז נאר בדרך משל - לויט ווי דער הייליגער רמב''ם שטרייכט שטארק אונטער.
אויפ'ן שפיץ גאפל; פאר'ן באשאף פונעם וועלט איז געווען אסאך וועלטן, און ס'געווען דארט פעולות אנע גשם, אבער ס'געווען א שבירה אין יענעם סיטואציע וואס די עצם שבירה וואס דאס איז געווען, ווייס איך נישט. אבער דאס איז למעשה געווען 'פאר' די וועלט באשאף, און אויך תשובה, און תורה איז געווען באשאפן פאר'ן וועלט וואס מיר זעען און געפונען זיך.
ממילא איז די חטא עץ הדעת און אזוי ווייטער נישט געווען די ערשטע נפילה - באמת, אבער דאך איז נישט געווען די נפילה פאר'ן באשאף, א גשמיות'יגע נפילה.
וויאזוי קען מען מסביר זיין א זאך וואס איז נישט די שפראך פון מאטעריאליזם. איך כאפ וואס דאס איז, און כ'פארשטיי באמת נישט פארוואס דו באגרייפסט נישט דעם געדאנק, אז ס'קלעבט נישט צו נוצען מחשבה פון גשמיות'דיגע פארשטאנד, אויף צורות וואס זענען אנדערע פארמען ווי אין די עולם הגשמיות.