איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

א זייטיגע קשיא האביך פאר די וואס גלייבן אין עוועלוציע.

מילא מאמינים בתורת השם, האלטן דאך אז ס׳דא א משמעות צו זייער לעבן. און גלייבן און השארת הנפש, דעריבער פארשטיי איך פארוואס זיי נעמען דעם נושא צום הארצן.

משא״כ דער וואס גלייבט נישט, האלט דאך אז ער איז דא פערצופאל און נאך די ביסעלע יארן וועט קיינער נישט וויסן און טראכטן איבער אים. נו, וואס כאפט אים א חילוק, יא גלייבן אדער נישט גלייבן? פארוואס נעמען זיי/ענק דעם שנירל אזוי צום הארצן?

כאפ אריין א וואדקע… וכו׳ וואלט געדארפט זיין ענקער איינציגסטע אינטערעסע…
 
איך נעם נישט צום הארצן גארנישט.
ס'איז אלס בלויז ראציאנאל.
די חלק הויכוח איז אפשר יא א זאך וואס מענטשן קענען נעמען צום הארצן אזוי ווי יעדע דעבאטע וואס טריגערט מענטשן, האלטנדיג אז דער צד שכנגד איז נישט פולקאם אינפארמירט אדער אויפריכטיג (און ס'קומט אויך אסאך מאל אריין די עגא פאקטאר).

השארת הנפש איז סיי ווי אדער יא דא אדער נישט דא, ואין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, איז פונקט ווי איינער האט דעם יצרא דעריות אויף א שטארקע פארנעם האט א צווייטער א יצרא דשכל אויף א שטארקע פארנעם, און זיין השארת הנפש דארף נישט ליידן אז מ'האט איר אריינגעלייגט אין א קערפער וואס גלייכט צו נוצן דעם קאפ.
 
איך האב עכט נישט וואס אריינצורעדן דא אדער וואס ציצולייגן, אבער דאס איז די איינציגסטע שניר וואס איז עקטיוו, און איך בין אין די מאד פון שמוסן, סא 1+1

קשיא פאר דעי וואס גלייבן נישט אז גאט האט באשאפן און פירט די וועלט:

ווען האט מען אנגעהויבן פארקויפן דעי ליגנט?

איך האב עס געהערט פון פון מיין טאטע און ער פון זיין טאטע.

ווער איז געווען דער וואס האט עס אנגעהויבן?
 
גענוי דאס האט תרח געפרעגט פון אברהם.
(ועיי"ע ערך איסלאם, נצרות. ומה שתענה להם, העתק הדבק לכאן)
 
א זייטיגע קשיא האביך פאר די וואס גלייבן אין עוועלוציע.

מילא מאמינים בתורת השם, האלטן דאך אז ס׳דא א משמעות צו זייער לעבן. און גלייבן און השארת הנפש, דעריבער פארשטיי איך פארוואס זיי נעמען דעם נושא צום הארצן.

משא״כ דער וואס גלייבט נישט, האלט דאך אז ער איז דא פערצופאל און נאך די ביסעלע יארן וועט קיינער נישט וויסן און טראכטן איבער אים. נו, וואס כאפט אים א חילוק, יא גלייבן אדער נישט גלייבן? פארוואס נעמען זיי/ענק דעם שנירל אזוי צום הארצן?

כאפ אריין א וואדקע… וכו׳ וואלט געדארפט זיין ענקער איינציגסטע אינטערעסע…
פארוואס מענטשן נעמען צום הארצן טראמפ/ביידען וכהנה גאר וויכטיגע אישוס פארשטייסטו יא?
 
פארוואס מענטשן נעמען צום הארצן טראמפ/ביידען וכהנה גאר וויכטיגע אישוס פארשטייסטו יא?
ס׳טאקע נעריש ווייל ס׳גייט נישט אויסמאכן למעשה. אבער די נושא איז עפעס וואס ער איז קאנעקטעד אימאשענלי ווייל ס׳נוגע זיין לעבן אדער אידילאגיע.
איך נעם נישט צום הארצן גארנישט.
ס'איז אלס בלויז ראציאנאל.
מענטשן וואס גלייכן און ענדזשויען לאדזשיק פלעין לשם חכמה, אָן קיין אימאושענס אטעטשד האבן לכאורה א ריזיגע אויסוואל פון אינטערסאנטערע נושאים…
 
אקוראט.
דו וועסט שנעלער זען וואס קומט אן פריער צו דיין אויג.
יעצט צוריק צום שאלה, אויב בשעת בריאה האט גאט אהער-געשיקט אלע ליכט-שטראלן וואלט מען נישט געדארפט צו קענען זען קיין השתנות וואס געשעט דארט נאכדעם (חוץ ביי שטערנס וואס זענען ווייניגער ווי זעקס טויזנט ליכט יארן ווייט).
אויב אזוי וואלט מען געדארפט זען די וואס האבן געשען מיליאן יאר צוריק, מיליאן ליכט יאר אוועק, שפעטער, נישט אזוי?
 
@יאסעלע ברוין ביטע הער אויף טראלן, אז דו ווילסט שיסן סטעיטמענטס עפן אויף א צווייטע אשכול "יאסעלע ברוין'ס אמונה פראזן".

@אונזערע גיי אן ביתר שאת וביתר עז, כמותך ירבו בישראל (נישט אז איך בין מיט דיר אויף איין מיינונג, אבער איך האב הנאה פון אזעלכע ווי דיר)
 
אויב ווי אזוי?

וויפול שפעטער?

ניין.
אויב אזוי אז "דו וועסט שנעלער זען וואס קומט אן פריער צו דיין אויג".

איך קען נישט כאפן, "סייענטיפיש גערעדט", פארוואס מען זאל פריער זען עפעס א געשעעניש וואס איז פארגעקומען פריער און ווייטער, ווי איידער עפעס וואס איז פארגעקומען נענטער און שפעטער.
 
אויב איך פאר יעצט ארויס פון ענגלאנד קיין ניו יארק און א צווייטער לאזט זיך ארויס מארגן פון פלארידא קיין ניו יארק, ווער וועט אנקומען פריער? דער ווייטערע (איך) וואס איך בין ארויסגעפארן פריער, אדער דער נענטערע (פלארידאריסט) וואס לאזט זיך הערשט ארויס כמעט ווען איך בין אנגעקומען?
 
יא!
אֲדוֹן עוֹלָם אֲשֶׁר מָלַךְ דער הער פון די וועלט וואס האט אלץ געקעניגט,
בְּטֶרֶם כָּל יְצִיר נִבְרָא נאך פאר סיי וועלכע קריעיטיוועטי איז באשאפן געווארן

ער איז געווען און איז און וועט זיין אייביג
וואס איז דאס? און וואס מיינט דאס? זיי מסביר.

סתם זאגן אז פאר בריאת העולם איז געווען אייבעשטער, מיינט גארנישט...
זיי מיך מסביר אין פשוטע ווערטער וואס איז געווען פאר בריאת העולם, און אויב דיין תירוץ איז אייבעשטער זיין מסביר וואס דאס מיינט אין פשוטע ווערטער, חוץ פון דעם אז ער האט באשאפן די וועלט און אז ער איז געווען פאר די וועלט
 
לעצט רעדאגירט:
השם הוא האלוקים
דאס קען נישט זיין, ווייל גאט איז דער וואס באשאפט, און נישט א כח באשאפט א באשעפער
נאר איין באשעפער קען מאכן עפעס וואס איז שיין
יא!
אֲדוֹן עוֹלָם אֲשֶׁר מָלַךְ דער הער פון די וועלט וואס האט אלץ געקעניגט,
בְּטֶרֶם כָּל יְצִיר נִבְרָא נאך פאר סיי וועלכע קריעיטיוועטי איז באשאפן געווארן

ער איז געווען און איז און וועט זיין אייביג
אחד הוא אלוקינו בשמים ובארץ!
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
כ'מוז אליינס לאכן, ווייל אזוי וויל איך....
דער פסוק זאגט דאס שוין; אלוקים עשה את האדם ישר, והם בקשו חשבונות רבים
איינער וואס גלייבט נישט, האט אטאמאטיש קיין שום מיינונג און שכל.
איך האב עדות וואס איך זאג, ווייל קוק נאר און זע די וועלט - אלעס איז א פראדוקט פון א גרויסע גאט. מ'קען נאך דערצו הערן און דיטעקטן יעדע ספליט סעקענד זיין אנוועזענהייט און פעולות.
וואס מאכט דיר מער גלייביג אין פליישיגע רעדנערס? איך האב די זעלבע רעכט צו רעדן ווי סיי ווער, און ס'נישטא קיין שום באווייז אז יענער ווייסט בעסער
ער קען עס טון 'נאר' מיט'ן כח פון גאט ב''ה

איך קען נישט משוגע ווערן.
אפשר נישט?!
 
לעצט רעדאגירט:
כ'האב שוין געזאגט פריער און כ'זאג יעצט נאכאמאל. דער יוסעלע ברוין איז א פשוטע לץ.

פריער האב איך געהאלטן אז ער איז א כופר וואס זיכט צו צייגן ווי קליינקעפיג מאמינים זענען. למעשה האט מיר א חשובע ניק אנגעוויזן אז דער איז יא א מאמין, נאר א טראל מיטן ה' הידוע. קוקטס נאך אביסל זיינע תגובות וועט עטץ זען אז דער איז נישט קיין צווייטער ווי דער טראל וואס מען האט זיך נאך ארומגעמוטשעט מיט אים אין קאווע שטיבל. ודו"ק.
כ'וויל אויסדרוקען מיינע שווערע געפילן; איך בין נישטא צו טראלן, און נישט צו באשמוצען, און נישט צו טשעפענען סיי וועמען. נאר ארויסצוקומען דאס מערסטע קלאר וויאזוי איך זע א זאך - לדעתי.
דאס וואס מ'האט מיר דא געשריבן, איז זייער פערזענליך מצער געווען. איך שטרענג מיך אן צו אויסקלארן דברים העומדים ברומו של עולם, און - אדער מ'פארשטייט נישט עפעס טיפער געשריבן. אדער מ'פארליידט נישט אז איך האלט אנדערש ווי אנדערע ווילן. אבער סך הכל איז דאס א ברוטאלע פאטש פאר מיר, ווען ס'איז שקר גמור בלויז די פאקט אז איך האב עפעס געשריבן אין קאווע שטיבל, און איך האב אין מיין לעבן נישט געשריבן אין קאווע שטיבל ווייל כ'האב אפילו נישט געהאט קיין אונטערנעט ביז צוויי חדשים צוריק
 
זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער פון אנפאנג האט אפשר אויסגעזעהן אזוי ווי די האלטסט באמת פון וואס די שרייבסט, אבער ווי מער די עולם האט דיר אפגעענפערט דיינע טענות האסטו אנגעהויבן שיסן ליידיגע סטעטמענס אן קיין שום שכל דערין, וואס דאס רעגט זייער אויף די מענטשהייט.
 
Back
Top