איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

ווער זאגט דיר? אפשר ווערסטו אויך מער משוגה?
איך קען נישט משוגע ווערן, אויב איך בין דבוק אין אמונת השם יתברך
אבער איינער וואס גלייבט נישט, איז דאס גופא די צייכן אז ער איז צווישן די חולי נפש מסוכנים
 
,

דו פארסט פון איין טענה צום צווייטן, פריער האסטו געזאגט אז עס מוז זיין א בורא פשוט ווייל עפעס עקזיסטירט, יעצט זאגסטו אז עס מוז זיין א דיזיינער. דאס איז א טענה וואס מ'האט שוין אסאך ארומגערעדט אינעם אשכול די גאט דעבאטע, אבער די פשוט'ע טענה איז אז אויב דיזיין מוז קומען פון א דיזיינער, מוז גאט וואס איז לכה"פ נאך אזוי שיין און געלונגען אויך האבן א דיזיינער
ס'נישטא קיין צוויי זאכן, נאר אלס קומט צוריק צום אחד ומיוחד, און נאר איין באשעפער קען מאכן עפעס וואס איז שיין, הילפבאר, און גוט.
אבער א ביג בענג, קען דיר נאר קלאפן אין קאפ און צעמישן, און מאכען כאאס נישט מער.
 
קודם דו ענטפער, דו ווייסט יא??
יא!
אֲדוֹן עוֹלָם אֲשֶׁר מָלַךְ דער הער פון די וועלט וואס האט אלץ געקעניגט,
בְּטֶרֶם כָּל יְצִיר נִבְרָא נאך פאר סיי וועלכע קריעיטיוועטי איז באשאפן געווארן

ער איז געווען און איז און וועט זיין אייביג
 
ס'נישטא קיין צוויי זאכן, נאר אלס קומט צוריק צום אחד ומיוחד, און נאר איין באשעפער קען מאכן עפעס וואס איז שיין, הילפבאר, און גוט.
אבער א ביג בענג, קען דיר נאר קלאפן אין קאפ און צעמישן, און מאכען כאאס נישט מער.
איך האב פרוף אז די ביג בענג האט באשאפן א וועלט - קוק נאר און זע די וועלט - אלעס איז א פראדוקט פון א גרויסע עקספלאשען, (מ'קען נאך דערצו הערן און דיטעקטן קאסמיק-מייקראוועיווס-בעקגראונד- ראדיאציע, לתוספת בעלמא)!

וואס איז דיין עווידענס אז ג-ט האט עס באשאפן?
 
אז מ'רעדט שוין פון פון עלעפאנטן נאז, דאס האב איך געטראפן איבער דעם:

View: https://youtu.be/B9B7kPJ1i0M?si=W6oIN4bbtQ1BhSQC

נאטירלעכע היסטאריע פונעם עלעפאנט'ס נאז, באזירט אויף אינפארמאציע געפונען אינעם פאסיל רעקארד.

סאו יא, ס'האבן עקזעסטירט אסאך משפחות און קאזינס פון עלעפאנטן און נאר געוויסע האבן איבערגעלעבט. די לעצטע אין די פאמיליע צו גיין איז געווען די באקאנטע wolly mammoth, געגאנגען עקסטינקט א קנאפע פיר טויזענט יאר צוריק (שוין נאך בריאת העולם 😏). היינט איז נאר דא צוויי ספיעשיעס פון עלעפאנט, אפריקאנער און אזיאנער.

ס'איז ווערד צו אויסטשעקן אנדערע ווידעאס פון זייערע טשענעל. אינטרעסאנט איז, וויאזוי מ'זעהט ווי פארשידענע סייענסעס קומען זיך צאם צו פראדעצירן א קאהירענט אימעדזש פונעם עבר. למשל, מ'קען זעהן אויף אייז שיכטן און ביימער רינגען ווען ס'געווען אן ice age אדער אנדערע קלימאט ענדערונגען, דערנאך שטעלט מען עס צאם מיט וואס מ'טרעפט אין די פאסיל רעקארד אזוי אויך מיט געאלאגישע געפונסן פון שיכטן שטיין און קלעי, ווי ס'שטעלט צאם א הערליכע פאזעל, וויאזוי געוויסע באשעפענישן זענען געגאנגען עקסטינקט, בשעת אנדערע וואס זענען געווען בעסער אדאפטירט האבן זיך פארמערט איז דייווערסיפיצירט.
 
איינער וואס גלייבט נישט, האט אטאמאטיש קיין שום מיינונג און שכל.
ווייל, ער איז נישט קיין מענטש, ווייל ער גלייבט נישט וואס מיר גלייבן בכלל אין די זאך פון באשאפן מענטשן.
ער גלייבט אז ער גלייבט נישט... און ער גלייבט נישט און ער פלאפעלט...

וויאזוי ער פלאפעלט, ווייסן מיר גלויביגע, ווייל ער איז באמת יא באשאפן געווארן פון גאט ב''ה, און ער לייקענט די פאקטן.
אנשטאט דעם, גלייבט ער ווי א טיפש וואס סייענטיסטן זאגן, אבער ס'נישטא קיין שום באווייז אויף זייערע רייד, ווייל ס'נישטא קיין שום סיבה זיי צו גלייבן, און זייערע ראיות זענען שקר וכזב.
אבער די וואס גלייבן נישט גלייבן זיי יא, ווי בלינדע חולים
 
איך האב פרוף אז די ביג בענג האט באשאפן א וועלט - קוק נאר און זע די וועלט - אלעס איז א פראדוקט פון א גרויסע עקספלאשען, (מ'קען נאך דערצו הערן און דיטעקטן קאסמיק-מייקראוועיווס-בעקגראונד- ראדיאציע, לתוספת בעלמא)!

וואס איז דיין עווידענס אז ג-ט האט עס באשאפן?
איך האב עדות וואס איך זאג, ווייל קוק נאר און זע די וועלט - אלעס איז א פראדוקט פון א גרויסע גאט. מ'קען נאך דערצו הערן און דיטעקטן יעדע ספליט סעקענד זיין אנוועזענהייט און פעולות.
וואס מאכט דיר מער גלייביג אין פליישיגע רעדנערס? איך האב די זעלבע רעכט צו רעדן ווי סיי ווער, און ס'נישטא קיין שום באווייז אז יענער ווייסט בעסער
 
איינער וואס גלייבט נישט, האט אטאמאטיש קיין שום מיינונג און שכל.
פרוף ביטע.
ווייל, ער איז נישט קיין מענטש,
פרוף ביטע.
ווייל ער גלייבט נישט וואס מיר גלייבן בכלל אין די זאך פון באשאפן מענטשן.
פרוף אז מענטשן פארלאנגען 'באשאף' ביטע.
ער גלייבט אז ער גלייבט נישט... און ער גלייבט נישט און ער פלאפעלט...
א געמיש פון ווערטער.
וויאזוי ער פלאפעלט, ווייסן מיר גלויביגע, ווייל ער איז באמת יא באשאפן געווארן פון גאט ב''ה, און ער לייקענט די פאקטן.
פרוף ביטע.
אנשטאט דעם, גלייבט ער ווי א טיפש וואס סייענטיסטן זאגן, אבער ס'נישטא קיין שום באווייז אויף זייערע רייד, ווייל ס'נישטא קיין שום סיבה זיי צו גלייבן, און זייערע ראיות זענען שקר וכזב.
יא ראיות אדער נישט באווייז (איינס איז אידיש און איינס לשון קודש אויב ביסטו קאנפיוסד)?
אבער די וואס גלייבן נישט גלייבן זיי יא, ווי בלינדע חולים

אנטשולדיגט פארן אזוי משוגע מאכן איבער פרוף. איך האב נאר געזען עפעס א געוויסע ניק @יאסעלע ברוין עס כסדר טון, און ס'איז מיר געפאלן..
 
אז מ'רעדט שוין פון פון עלעפאנטן נאז, דאס האב איך געטראפן איבער דעם:

View: https://youtu.be/B9B7kPJ1i0M?si=W6oIN4bbtQ1BhSQC

נאטירלעכע היסטאריע פונעם עלעפאנט'ס נאז, באזירט אויף אינפארמאציע געפונען אינעם פאסיל רעקארד.

סאו יא, ס'האבן עקזעסטירט אסאך משפחות און קאזינס פון עלעפאנטן און נאר געוויסע האבן איבערגעלעבט. די לעצטע אין די פאמיליע צו גיין איז געווען די באקאנטע wolly mammoth, געגאנגען עקסטינקט א קנאפע פיר טויזענט יאר צוריק (שוין נאך בריאת העולם 😏). היינט איז נאר דא צוויי ספיעשיעס פון עלעפאנט, אפריקאנער און אזיאנער.

ס'איז ווערד צו אויסטשעקן אנדערע ווידעאס פון זייערע טשענעל. אינטרעסאנט איז, וויאזוי מ'זעהט ווי פארשידענע סייענסעס קומען זיך צאם צו פראדעצירן א קאהירענט אימעדזש פונעם עבר. למשל, מ'קען זעהן אויף אייז שיכטן און ביימער רינגען ווען ס'געווען אן ice age אדער אנדערע קלימאט ענדערונגען, דערנאך שטעלט מען עס צאם מיט וואס מ'טרעפט אין די פאסיל רעקארד אזוי אויך מיט געאלאגישע געפונסן פון שיכטן שטיין און קלעי, ווי ס'שטעלט צאם א הערליכע פאזעל, וויאזוי געוויסע באשעפענישן זענען געגאנגען עקסטינקט, בשעת אנדערע וואס זענען געווען בעסער אדאפטירט האבן זיך פארמערט איז דייווערסיפיצירט.
היינט קען מען מיט עיאיי מאכן די אלע שקרים אז ס'זאל אויסקוקען ווי אמת.
און ס'נישטא קיין שום זאך וואס איז שריר וקיים אמת וצדק, ווי די רייד פון משה רבינו מסיני
 
פרוף ביטע.

פרוף ביטע.

פרוף אז מענטשן פארלאנגען 'באשאף' ביטע.

א געמיש פון ווערטער.

פרוף ביטע.

יא ראיות אדער נישט באווייז (איינס איז אידיש און איינס לשון קודש אויב ביסטו קאנפיוסד)?


אנטשולדיגט פארן אזוי משוגע מאכן איבער פרוף. איך האב נאר געזען עפעס א געוויסע ניק @יאסעלע ברוין עס כסדר טון, און ס'איז מיר געפאלן..
כ'זע אז דו פארשטייסט נישט ווען מ'רעדט עפעס קאמפליצירט, און דו ביסט מחייב דעם רעדנער אלץ שרייבן א געמיש פון ווערטער, איידער קלערן אז ס'דו אליינס וואס איז קורצקעפיק.
אבער צו גאט ווילסטו פארשטיין... ווען דו גלייבט אין פליישיגע נאכט טרוימער
 
ס'נישטא קיין שום באווייז אז יענער ווייסט בעסער
דאס איז א ליגנט!

ער קען מיר בויען עראפלאנען, ראקעטס, קארן, מעדעצינען, בריקן, בנינים, עלעקטריק, טעלעפאן און אינטערנעט קאמיוניקאציע, און וואס נישט. וואס האסטו שוין דערצו אויפגעטון אין דיין לעבן צו באווייזן דיינע קרידענשעלס?
 
היינט קען מען מיט עיאיי מאכן די אלע שקרים אז ס'זאל אויסקוקען ווי אמת.
און ס'נישטא קיין שום זאך וואס איז שריר וקיים אמת וצדק, ווי די רייד פון משה רבינו מסיני
משה מסיני קען AI נישט נאכמאכן אדער אויפמאכן?
 
דאס איז א ליגנט!

ער קען מיר בויען עראפלאנען, ראקעטס, קארן, מעדעצינען, בריקן, בנינים, עלעקטריק, טעלעפאן און אינטערנעט קאמיוניקאציע, און וואס נישט. וואס האסטו שוין דערצו אויפגעטון אין דיין לעבן צו באווייזן דיינע קרידענשעלס?
ער קען עס טון 'נאר' מיט'ן כח פון גאט ב''ה
 
כ'זע אז דו פארשטייסט נישט ווען מ'רעדט עפעס קאמפליצירט, און דו ביסט מחייב דעם רעדנער אלץ שרייבן א געמיש פון ווערטער, איידער קלערן אז ס'דו אליינס וואס איז קורצקעפיק.
אבער צו גאט ווילסטו פארשטיין... ווען דו גלייבט אין פליישיגע נאכט טרוימער
גאנץ קאנוויניענט פון דיין זייט איבערצושפרינגען אלע שורות איבער פרוף, און זיך פארלייגן בלויז אויף די נאטיץ אז עס איז 'א געמיש פון ווערטער'... גיי אן!
 
ער קען עס טון 'נאר' מיט'ן כח פון גאט ב''ה
ביסטו שוין מודה 'אז ער קען עס טון'?!

סא איידער מ'גייט ווייטער, שטעל פאר וואס 'דו קענסט טון' מיט די כח פון ג-ט (אדער אן.. ס'מאכט נישט אזוי שטארק אויס פאר דעם דעבאטע..)

אנדערש פראווסטו מיין פוינט אז ער איז מער באגלייבט מיט זיינע ידיעות און מעגליכקייטן ווי דיר..
 
Back
Top