אז מ'רעדט שוין פון פון עלעפאנטן נאז, דאס האב איך געטראפן איבער דעם:
View: https://youtu.be/B9B7kPJ1i0M?si=W6oIN4bbtQ1BhSQC
נאטירלעכע היסטאריע פונעם עלעפאנט'ס נאז, באזירט אויף אינפארמאציע געפונען אינעם פאסיל רעקארד.
סאו יא, ס'האבן עקזעסטירט אסאך משפחות און קאזינס פון עלעפאנטן און נאר געוויסע האבן איבערגעלעבט. די לעצטע אין די פאמיליע צו גיין איז געווען די באקאנטע
wolly mammoth, געגאנגען עקסטינקט א קנאפע פיר טויזענט יאר צוריק (שוין נאך בריאת העולם

). היינט איז נאר דא צוויי ספיעשיעס פון עלעפאנט, אפריקאנער און אזיאנער.
ס'איז ווערד צו אויסטשעקן אנדערע ווידעאס פון זייערע טשענעל. אינטרעסאנט איז, וויאזוי מ'זעהט ווי פארשידענע סייענסעס קומען זיך צאם צו פראדעצירן א קאהירענט אימעדזש פונעם עבר. למשל, מ'קען זעהן אויף אייז שיכטן און ביימער רינגען ווען ס'געווען אן ice age אדער אנדערע קלימאט ענדערונגען, דערנאך שטעלט מען עס צאם מיט וואס מ'טרעפט אין די פאסיל רעקארד אזוי אויך מיט געאלאגישע געפונסן פון שיכטן שטיין און קלעי, ווי ס'שטעלט צאם א הערליכע פאזעל, וויאזוי געוויסע באשעפענישן זענען געגאנגען עקסטינקט, בשעת אנדערע וואס זענען געווען בעסער אדאפטירט האבן זיך פארמערט איז דייווערסיפיצירט.