פאר די אלע כופרים דא האב איך א שאלה צו פרעגן.
וויאזוי איז לעבן נאטורליך געשען...?
אקעי, הייבסט אן צו פארציילן די סייענטיפישע טעאריעס... געווען א לעיק מיט בעקטיריעס, בלא בלא בלא, זייער שיין.
ממש א הערליכע טעאריע, נישט נאר איינס נאר אפילו אפאר מעגליכע טעאריעס.
פיין, פשט איז אז ס'איז דא אפאר מעגליכע מהלכים וויאזוי לעבן זאל צושטאנד קומען "פון זיך אליין" נאטורליכערהייט.
אויב אזוי דארף דאך ממש צו זיין גאר גרינג צו שאפן, "בדוקא", מיט רצון, מיט די אלע היינטיגע טעכנעלאגישע כלים, כאטש איין לעבעדיגע זאך?
איך רעד נישט שאפן לעבן פון א צווייטע לעבעדיגע זאך, נאר פרישע לעבן יש מאין. פארוואס קען מען דאס נישט מאכן? נאר אליין קען עס געשען, אבער די גרעסטע סייענטיסטן אין די לעבעטאריעס קענען נישט?