פאר די אלע כופרים דא האב איך א שאלה צו פרעגן.
וויאזוי איז לעבן נאטורליך געשען...?
Origin of life: The RNA world - Nature
https://royalsocietypublishing.org/doi/abs/10.1098/rstb.2006.1881
https://www.science.org/doi/abs/10....GBGzJewbaxLCklMf3_T00vw9rtlPmXtPHFHAOoE9fOyHI
https://www.pnas.org/doi/full/10.1073/pnas.1019191108
Origin of life: RNA and hot-water springs - Nature
אקעי, הייבסט אן צו פארציילן די סייענטיפישע טעאריעס... געווען א לעיק מיט בעקטיריעס, בלא בלא בלא, זייער שיין.
ממש א הערליכע טעאריע, נישט נאר איינס נאר אפילו אפאר מעגליכע טעאריעס.
פיין, פשט איז אז ס'איז דא אפאר מעגליכע מהלכים וויאזוי לעבן זאל צושטאנד קומען "פון זיך אליין" נאטורליכערהייט.
אויב אזוי דארף דאך ממש צו זיין גאר גרינג צו שאפן, "בדוקא", מיט רצון, מיט די אלע היינטיגע טעכנעלאגישע כלים, כאטש איין לעבעדיגע זאך?
איך רעד נישט שאפן לעבן פון א צווייטע לעבעדיגע זאך, נאר פרישע לעבן יש מאין. פארוואס קען מען דאס נישט מאכן? נאר אליין קען עס געשען, אבער די גרעסטע סייענטיסטן אין די לעבעטאריעס קענען נישט?
זאג נאר, דו קענסט די וועג פון ביהמ"ד צו דיין הויז? קענסטו דען אויך בויען די וועג - די געסער? וויאזוי דיין קאר ארבייט פארשטייסטו? קענסטו מיר בויען א קאר ביטע?
ס'דא זאכן וואס פארלאנגט מאטריאלן און קאנדישאנס וואס מ'קען נישט דוקא נאכמאכן אין א לעב. אפי' אויב אין טעאריע האט מען עס ארויס.
און פאר דו בעטסט מיר אריינצוגיין מער אין פרטים (וואס איך קען גראדע נישט..)- דער ג-ט וואס דו 'פארשטייסט' אלס די 'טעאריע אוו עווריטינג' קענסטו יא נאכמאכן אין א לעב פאר מיר זיי מוחל?
גאט איז די כוח ראשון, first cause. יעצט צו ער איז א זיידע מיט א לאנגע בארד, מיט פליגליך צו אן, מיט א גוף צו אן, דאס ווייס איך נישט, איך גלייב אז אזא זאך ווי די ערשטע כוח איז למעשה מהשגתינו, האט נישט קיין גוף, ולא משיגהו משיגי בגוף, ואין לו שום דמיון כלל. אזוי פיל האט ער יא, שכל, כוח, רצון. נתן לנו את התורה, גומל טוב לשומרי מצוותיו ומעניש לעוברי מצוותיו.
וויאזוי איז פון א unknown 'פירסט קאוז' ארויסגעוואקסן אזא גאנצע 'תורה' מיט שכר ועונש און די גאנצע 9 יארדס? ווייסטו יא אדער ווייסטו נישט? אויב יא ביטע פראוו עס אונז (אדער זיי עס בעסער מסביר), און אויב נישט דאן האלט דיך שטיל איבער רצון מיט מצוות.
ווער ס'גלייבט נישט אז ס'דא עפעס אויסער די וועלט וואס פליישיגע זעען, קען נישט רעדן ענינים וואס געפונט זיך אויסער צו פארדעם צו בכלל
נא, הייב שוין ביטע אן רעדן וואס דארטן איז דא, אויסער די באורינג קאוד ווארט 'ג-ט' נאכאמאל און נאכאמאל... זיי שוין מסביר וויאזוי דאס ארבייט, וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען (אן קיין 'איינער' און אן קיין עקספלאזאציעס - נאר 'סתם ווייל אזוי'..) און וואס 'למעלה מן הזמן' מיינט לויט דיר - אז דו גלייבסט שוין יא אין איר 'עקזיסטענץ'.
אויב איז עס דיר צו שווער - און דו קענסט עס מודה זיין, וועל איך דיר נאכגעבן און אויך אנרופן מיין 'ביג בענג טעאריע' - 'ג-ט'.. כ'האף דעמאלס וועלן מיר זיין אויפן זעלבן פעידזש.
וועסט אבער נאכדעם האבן די פראבלעם פון מסביר זיין וויאזוי א 'תורה' קומט ארויס פון דעם מיסטריעזן 'ג-ט' אביעקט וועמען דו האסט נישט קיין השגה איבער..
און די גאנצע פאקט און רול פון שקר ואמת, יא קענען צו נישט קענען איינטיילן, זענען געדאנקן וואס שטייט אין די תורה, און פארדעם איז עס נישט געווען.
צו מאכן דיין פילאזאפיע אין קורצן:
ג-ט איז 'אמת' ווייל אזוי שטייט אין די תורה, און די תורה איז 'אמת' ווייל עס קומט פון ג-ט.
גיימער צוזאמען
קישן הענקס עסס?! לחיים!
ס'נישט מעגליך אז איינער זאל באשאפן עפעס נאר אויב ער איז באשאפן געווארן פארדעם, דעריבער, וועלכע זאך קען באשאפן עפעס, נאך פאר ער אליינס איז געווארן באשאפן בעפאר.
מוז זיין אז דער וואס האט די ערשטע באשאפן איז נישט אינעם באשעפעניש, נאר אויסער דעם, און נאר איינער קען דאס טון, גאט אליינס
א געמיש פון ווערטער.
פראוו עס ביטע פאר מ'קען רעדן ווייטער..
און וואס זענען די תוצאות? אז מ'ווערט מער משוגע?
די איינציגסטע לערע וואס שטייט אין שפיץ פון אלע לערנונגען, איז תורת משה
- און וואס זענען די תוצאות? אז מ'ווערט מער משוגע?
Fixed it for you
- געבעיסד אויף וויאזוי איך קוק אן היינטיגע חרדיזם...
כ'האב שוין געהערט פון נאטורליכע סעלעקציע.
מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן - 'געהערט אבער נישט דערהערט'..
מיין קשיא איז מיט דעם. עס וואלט דאך געדארפט צו זיין מיליאנען פון ווערסיעס. דוקה דער עלעפאנט איז די מובחר'דיגער צו קענען איבערלעבן מער ווי די עלעפאנט וואס איז א טראפ אנדערש?
איך האב נישט יעצט קיין נערוון פאר נאך אן 'עוואלוציע 101' סעסיע. די פשוט'ע תירוץ איז אז ס'זענען טאקע דא עלעפאנטן מיט זייער אסאך שינויים אויב זוכסטו, און
נאטורליכערהייט ווערן זיי
סעלעקטירט מי לחיים ומי למות - וועלכע טרעיטס זענען גוט צו אדאפטירן און לאזן איבער מער און בעסערע דורות לכבוד דעם ווס די וועלכע מאכט זיי זאלן שטארבן שנעלער אדער נישט איבערלאזן קיין דורות צו ריפראדוסן דעם ספעציפישם טרעיט.
און ניין, און עוואלוציע איז גארנישט 'מובחר'דיג', אלעס האט צוטון מיט די ספעציפישע ענווייראמענט, אויב עלעפאנטן מיט לענגערע נעזער האבן געווינען און אויסגע'הרג'ט אלע מיט קערצערע נעזער, דאן יא, זענען זיי יעצט די אויסדערוועלטע (פונקט ווי האמא סעפיענס האבן ווארשיינליך געטון מיט די ערעקטאס און ניענדערטאלס), און אויב ביום מן הימים וועלן אפיר קומען לענגערע נעזער און אויס'הרג'נען אלע 'אונזערע' עלעפאנטן, וועט זיך האבו ארויסגעשטעלט אז אונזערע איז נישט מער ווי אן אינטערמידיעט - אומפארטיגע - סארט עלעפאנט, וואס צופעליג פאר אונז זעט אויס פארטיג אין די יעצטיגע אומשטענדן לויט ווי מיר קוקן אן די וועלט...
והרבה יותר ממה שקראתי יש כאן, זעץ דיר נאר לערנען ללמוד - נישט בלויז לקנטר..