- זיך איינגעשריבן
- אקט. 28, 2024
- מעסעדזשעס
- 114
- רעאקציע ראטע
- 275
דיין פארגלייך צווישן גלויבן אין וויסנשאפט און גלויבן אין גאט איז א פאלשע ציזאמשטעל. וויסנשאפט פארלאנגט נישט בלינדע גלויבן, עס פארלאנגט ראיות, מעטאדישע אונטערזוכונג, און די מעגליכקייט פון נאכגיין פאקטן. וויסנשאפטליכע טעאריעס טוישן זיך ווען נייע דאטא קומט אן. דאס איז נישט קיין חסרון, נאר א הויפט שטארקייט או מעלה פון וויסנשאפטליכע פארשינגען.קומען אבער די סייענטיפישע כופרים וואס גלייבן אין סייענס און זאגן אז בעצם איז די גאנצע בריאה פון עי טו זי טבע.. איי מ׳פארשטייט נישט אלעס. נישט קשה, היינט פארשטיי מיר דאך מער פון נעכטן, סאוי גיב עס צייט און מיר וועלן דיר אלעס קענען עקספלעינען - ״סייענס אוו די געפס״.
"סייענס אוו די געפס" איז א מיספארשטענדעניש פון וויאזוי וויסנשאפט ארבעט. וויסנשאפט פרובירט נישט צו "פארשטאפן לעכער" אין אוממעגליכע געדאנקען, נאר אנערקענט ערליך וואס מיר ווייסן און וואס מיר ווייסן נישט, און פרובירט צו רעדוצירן די אומוויסנהייט דורך פארשונגען
וואס טוען וויסנשאפטלער ווען זיי באגעגענען אזעלכע פאקטן? זיי פרובירן צו פארשטיין, זיי זוכן נייע מאדעלן, און זענען גרייט צו טוישן זייערע אלטע איידיעס. דאס איז די שטארקייט פון סייענס, נישט איר שוואכקייט! עס איז דא אסאך אנדערע זאכן וואס סייענס ווייסט נישט און עס מיינט נישט גארנישט
לעצט רעדאגירט: