דא האב איך געשריבן אז דער קריסטליכער מאטעמאטיקער דר. וויליאם אנטאני גרענוויל האט
געהאלטן אז אסאך פון די רעליגיעזע/קריסטליכע דאקטרינעס קען מען פארענטפערן אז זיי זאלן שטימען מיט סייענס, אויב נעמט מען אָן אז ג-ט וסייעתו זענען בּיאינגס אין העכערע דיימענשאנס. לדוגמא, אויב וואלטן געווען ברואים וועלכע לעבן נאר אין 2D וממילא קענען נאר דאס באגרייפן, דאן ווען אונז פון 3D וואלטן ארומגעשפילט דערמיט, לדוגמא ״אויפגעהויבן״ א 2D בריה אויף ״ארויף״ און ארויס פון זיין פאפיר, וואלט ער געווארן פלוצלינג אומזעהבאר צו די אנדערע ברואים דארט ביז אונז שטעלן אים צוריק. וכן הוא לגבי לקיחת אליהו הנביא וחנוך ארויס פון אונזער 3D מציאות אויף ״ארויף״ און ארויס. און אזוי ארבעט אויך קפיצת הדרך (וזהו הרמז בסנהדרין צה. "שלשה" קפצה להם הארץ ע"ש, והיינו דורכ'ן זיך ארויסזעהן פון די "שלשה" ספּעישעל דיימענשאמס דהאי עלמא). וידוע עדווין עבּאַט׳ס בוך
פלעטלענד.
דאס זעלבע איז ווען אונז זאלן ״אדורכשניידן״ דעם 2D פּלעין מיט עפעס א 3D זאך, וועט עס זיי אויסזעהן ווי פלוצלינג טוישט זיך זייער מציאות בדרך נס און עפעס קומט ממש צושטאנד יש מאַיִן; די
קאנסערוועישאן פון מאסע/ענערגיע גייט נישט ממש האלטן.
אבער עס איז נישט באמת אזוי אז ווען די 3D שׁעיפּ הייבט אָן דורכגיין אז דעמאלטס איז עס ״באשאפען״ געווארן מאַיִן, און ווען עס פערטיגט עס דורכגיין אז עס איז ״שב״ לאַיִן; עס איז נאר אזוי פון דעם 2D בריה׳ס פּערספּעקטיוו. ועפי״ז איז ער מסביר ווי עוואלושאן קען גיין אין איינקלאנג מיט דאס אלעס. דאס איז אז עס איז כעין אזוי ווי דער 3D בריה נעמט זיך דורכשטעלן א קוֺין דורך דעם 2D פּלעין. פאר די ברואים עליה זעהט דאס אויס ווי עס קומט צוערשט צושטאנד און דערנאך עוואַלווד דאס אלס גרעסער און גרעסער (ביז עס ווערט עווענטועל אויס).
וכן הוא, אויף א היפש מער קאמפּליצירטע פארנעם, פון העכערע דיימענשאנס לתוך אונזער 3D. ובזה זאגט ער אויך אז אונזער פּערסעפּשאן פון זמן איז אויך געבינדן צו דעם אז אונז זענען ברואים אין א מקום פון 3D, משא״כ אין העכערע דיימענשאנס קען דאס אלעס, אונזער זמן וואס אונז זעהן אין 3D, זיין אויפאמאל; ומשם באה נפש האדם וואס "גייט נאר דורך" דעם פּלעין פון אונזערע נידעריגערע 3D ולכן זעהט עס אויס ווי עס ווערט באשאפען און שטארבט בזמן. וענין החלום וכדומה היא, וואו די פּערסעפּשאן פון זמן איז
טאקע לכאורה אנדערש ווי ווען מ'איז וואַך, איז וואו ער טאקע שפירט די העכערע דיימענשאנס במקצת. וכן הוא הלאה לגבי דעם ״זמן״ בתוך 4D ביחס צו נאך העכערע דיימענשאנס.
עס קומט אויך אויס מזה אז פאר די ברואים בתוך 2D איז נישט שייך אז זיי זאלן זיך קענען ״היטן״ פון א בריה בתוך 3D און העכער. און דאס זעלבע לגבי די יחס פון אונזער 3D מציאות צו העכערע דיימענשאנס אויף ארויף. אם יסתר איש במסתרים ואני לא אראנו (ירמיה כג כד).
ער וויל דאדורך אויך מסביר זיין די געדאנק אין נוצרות פון אימעקולעט קאַנסעפּשאן. ועפי״ז האט דער ארטיסט סאַלוואַדאָר דאַלי געמאלן ישו ווי נצלב אויף א 4D הייפּערקיוּבּ/טעסערעקט.
ער זאגט אז עס איז יתכן, זייענדיג אז נפש האדם איז פון א העכערע מאטעמאטישע דיימענשאן כנ"ל, אז ״גן עדן״ באדייט אז נפשו גייט צו א העכערע דיימענשאן וכן הלאה והלאה מחיל אל חיל, מיט די פרייהייט און העכערע פארשטאנד והשגה וכו׳ וואס קומט מיט דערמיט (וכעין ווען מ׳זאל ווען מאכן א בריה פון 2D צו א בריה פון 3D). וכעין
בזה. און די פסוק (תהלים פד ח) ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון (ועיין בברכות סד. ובמו"ק כט.), שטייט גראד נאך די פסוק עברי בעמק הבכא מעין ישיתוהו גם ברכות יעטה מורה, וואס די גמרא בעירובין יט. דרש'נט אז עס גייט ארויף אויף גיהנום ע"ש. און ״גיהנום״ איז ווען נפשו של אדם ווערט צו א קלענערע דיימענשאן צו 2D, וואס איז א תפיסה און שוואכערע עקזיסטענץ לעומת זיין פריערדיגע עקזיסטענץ; ואפילו וואו ער קען שוין מער נישט משיג זיין און געדענקען זיין פריערדיגע עקזיסטענץ בתוך די העכערע דיימענשאן. און פון דארט קען ווייטער די ״גיהנום״ זיין וואו ער ווערט אריינגעשטעלט אין א 1D עקזיסטענץ, וועלכע איז נאך ערגער לעומת די העכערע דיימענשאנס. ביז ער קומט אָן צו 0D, א פונקט בלי מקום (וממילא אפגעזונדערט ווי ווייט עס איז שייך פון הקב"ה שהוא "מקומו" של עולם), און דאס איז דעם (דברים לב כב) ותוקד עד שאול תחתית. (און די
שאלה איז צי עס איז שייך אזא זאך ווי מאטעמאטישע נעגאטיווע דיימענשאנס, וממילא קען אט די געדאנק גיין ווייטער און ווייטער אז דאס גייט נאך נידעריגער ווי 0D נאכדעם בב״ת?)
ולפי״ז איז טאקע אונזער 3D עקזיסטענץ סיי א ״גן עדן״ פאר 2D ברואים און נידעריגער, און סיי א ״גיהנום״ פאר ברואים פון העכערע דיימענשאנס. ועיין
כאן בדברי דר. האָד האָדסאן בזה.
איך האב געקלערט בזה אז עס איז ידוע אז
פרעקטעלס, וועלכע זענען שעיפּס וואס זענען געמאכט פון חלקים וואס זענען פונקט ווי די גאנצע והיינו אז ווי ווייט מ׳גייט אראפ איז עס נאך אלס די זעלבע, ווערן מאטעמאטיש גערעכענט ווי דיימענשאנס מיט פרעקשאנס; נישט דיימענשאנס מיט גאנצע נומערן/אינטעדזשערס. ובשעת מ׳איז אויף סייקעדעליקס
פראדוצירט דאס אפט אז דער מענטש "זעהט" פרעקטעל מראות בשעת הטריפּ (ועיין ערך
סייקעדעליק אַרט). ולכן, שפירט מען דאך בשעת מעשה ווי מ׳איז אינדערמיט פון דעם דריטן און פערטן דיימענשאן, און מ׳פיהלט ווי מ׳קומט צו כמעט צום העכערן פערטן דיימענשאן; און דאס איז די תענוג דערפון, לעומת אונזער יעצטיגע עקזיסטענץ אינעם דריטן דיימענשאן, און ווי מ׳שפירט דעם (
ישעיה סד ג) עין לא ראתה אלקים זולתך. וההיפך ווען מ׳האט ל״ע א ״שלעכטע טריפּ״ און מ׳קען זיך פיהלן צווישן דעם צווייטן און דריטן, און כמעט שפירן דעם גיהנום רעלאטיוו צו אונזער דריטע דיימענשאן וואו מ׳איז יעצט. ולכן איז דעמאלטס טאקע די פּערסעפּשאן פון צייט אנדערש, ענליך צו וואס ער זאגט לגבי דעם ענין פון א חלום.
ער שרייבט:
It is evident that we as three-dimensional beings cannot have a true conception of what heaven is; being a higher space it is beyond our powers of understanding. If an accurate description of heaven were in some way available we would not understand an iota of it, it would be meaningless to us. Attempts to describe heaven always result in a description in terms of our three-dimensional environment. In this connection it is significant to note that the Bible usually tells what heaven is not, rather than what heaven is. The adjectives are generally negative. We should never lose sight of the fact that the Bible was written for beings living in a three-dimensional space, beings whose knowledge and experiences are wholly limited to that space
דאס אלעס געבט א טיפערע באדייט צו דעם אז ״ג-ט
איז א מאטעמאטיקער״. ווי אויך דאס אז הקב"ה איז
"מקומו" של עולם (ב"ר סט ח).
ועיין
כאן במה שהבאתי מדר. פּאָל ערענפעסט אז נאר אין 3D קען שייך זיין סטעיבּל אָרבּיטס פון פּלאנעטן וכו' (ווען עס איז נאר דא איין בנוספ'דיגע דיימענשאן פון זמן). ולפי"ז קען מען אפשר זאגן א רמז
בנדרים ח: בהא דאמר רבי שמעון בן לקיש
אֵין גיהנם לעולם הבא אלא הקדוש ברוך הוא מוציא חמה מנרתיקה צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה שנאמר (מלאכי ג כ) וזרחה לכם יראי שמי שמש וגו' ע"ש. והיינו הרמז אז אונזער 3D מציאות און וועלט, וואו עס איז מאטעמאטיש שייך דעם אָרבּיט פון די פּלאנעטן סביב השמש, והשמש בהגאלאקסי וכו',
אט דאס איז די גיהנום העכשווי. אבער לאחר מזה, אין אנדערע דיימענשאנס וואו עס זענען נישט שייך קיינע סטאבּילע אָרבּיטס, איז מוציא חמה מנרתיקה. און דאס קען זיין די רמז בהפסוק (תהלים יב ט) ״סביב״ רשעים יתהלכון, והיינו אז רשעים ווערן נידון להגיהנום שהיא האי עלמא של 3D (רעלאטיוו צו העכערע דיימענשאנס), וואו עס איז שייך אָרבּיטס המקיפים ״סביב״.
ענליך קען מען אפשר טייטשן אויפ'ן פסוק (ירמיה לא כא) עד מתי תתחמקין הבת השובבה כי ברא ה' חדשה בארץ נקבה תסובב גבר. און דער רד"ק און מצודות טייטשן "תתחמקין" מלשון סיבוב, און "בת השובבה" מלשון מרד ע"ש. והיינו, אז די ענין של עונש המורדים לגיהנום, איז אין אונזער 3D מציאות ובריאה וואו עס איז שייך אָרבּיטס וסיבוב. (וכעי"ז ביחזקאל ה ו, ותמר את משפטי לרשעה מן הגוים ואת חקותי מן הארצות אשר "סביבותיה".) ענליך קען מען אויך טייטשן לגבי דעם פסוק (תהלים נ ג) אש לפניו תאכל "וסביביו" נשערה מאד. והיינו, ווייל די גמרא זאגט בב"ק נ. אז דאס גייט ארויף אויף דעם וואס הקב"ה איז מדקדק בהצדיקים אפילו כחוט השערה ומענישם ע"ש. ולכן בא הרמז אז "אש" של גיהנום וואו מ'איז טאקע מעניש, איז אטע די עלמא הדין פון 3D, וואו עס איז שייך אָרבּיטס ו"סיבוב" (של מבוא השמש וואס שטייט צוויי פסוקים קודם).
דא שרייבן זיי:
The idea of a soul moving into the fourth dimension and being eternal allays the fear of death to many people. Higher dimensions can be used to provide a future beyond death. Religion may not be necessary to as many people in the future as an explanation of death. The faith required in religion can be lessened by the scientific example of higher dimensionality
ובזה קען מען טייטשן (עמוס ב ו) כה אמר ה' על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלשה" ספּעישעל דיימענשאנס איז די גיהנום פאר די פושעים פון "ארבעה" דיימענשאנס צו וואו מ'וויל זיך צוריקקערן. און ענליך (משלי ל טו-טז) "שלוש" הנה לא תשבענה "ארבע" לא אמרו הון שאול ועצר רחם ארץ לא שבעה מים ואש לא אמרה הון. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלש" דיימענשאנס איז די "שאול ואש [של גיהנום]" פאר די דיימענשאן פון "ארבע". והיינו נמי להלן (פסוק חי) "שלשה" המה נפלאו ממני "וארבעה" לא ידעתים, ולהלן (פסוק כא) תחת "שלוש" רגזה ארץ ותחת "ארבע" לא תוכל שאת. והיינו, אז די דיימענשאן וואס איז "תחת" ארבע, איז א גיהנום ביחס לה, וכן הוא פאר די דיימענשאן תחת שלוש.
(ועיין
כאן.)
מ׳האט
אויפגעוואוזן אז אונזער 3D ספּעישעל יקום איז נישט עמבּעדעד בתוך העכערע ספּעישעל דיימענשאנס, זייענדיג אז די גרעוויטעישאנעל וועיווס פון צוויי אריינקראכעדיגע
ניוטראן שטערנס זענען נישט געווארן שוואכער ביז׳ן ווערן דעטעקטעד דא, וואס וואלט ווען געדארפט זיין אויב יא (עס וואלט געדארפט ווערן שוואכער לויט די ווייטקייט צו די עקספּאָנענט פון איינס ווייניגער אין וויפיל העכערע דיימענשאנס עס איז עמבּעדעד). ועיין
כאן. אבער קאמפּעקטיפייד דיימענשאנס, וואו די איבעריגע דיימענשאנס זענען גאר קליין, אזוי אז זיי זעהן אויס לעינינו ווי אין אונזער 3D, איז נאך יא שייך אז עס זאלן זיין; אזוי ווי
סטרינג טעאריע זאגט פאר. און דאס קען זיין די סיבה צום
היארארכיע פראבלעם, פארוואס די כח פון גראוויטי איז אזוי פיהל שוואכער ווי די אנדערע פאָרסעס, וויבאלד עס ווערט דיילוטעד בתוך די אנדערע דיימענשאנס.
ולפי"ז האב איך געקלערט אז מ'קען זאגן אז דאס קען זיין א רמז בדרך אחרת ככל הנ"ל אינעם פסוק (שמואל א יז יד) ודוד הוא "הקטן" ו"שלשה" גדולים הלכו אחרי "שְׁאוׂל". והיינו, אז אונזער 3D יקום, וואו די "שלשה" דיימענשאנס זענען "גדולים", וועלכעס איז דאך דאס גיהנום/"שְׁאוׂל", איז אבער יתכן אז עס זענען דא קאמפּעקטיפייד קליינע, "קטן" דיימענשאנס אין וועלכעס גראוויטי ווערט דיילוטעד.
***
עס איז מערקווידיג צוצוברענגן וואס דר. דוד פּענאַ-גוזמאן
זאגט בנוגע דאס וואס גאסטאן בּאשילארד האט געשריבן לגבי פייער, וועלכעס סימבּאליזירט דאס הוה והפסד בהיקום און וואס מ׳קען נישט געהעריג אָנכאפן הגם עס איז א כח הנראה:
Bachelard talks about fire as a privileged phenomenon that historically has been capable of explaining anything and everything under the sun, because we think of fire as existing literally everywhere. There is fire in the natural world because of natural wildfires. There is fire in the superlunary realm with the stars and the sun. There is even fire inside of the human subject when we talk about, for example, the emotions or the fire in our heart that explains why we are alive
And that's why for Bachelard, fire can be a universal metaphor. It can be a metaphor for anything that is natural or supernatural, for anything that is good or bad. There is a quote in the opening chapter of the book where he says, it shines in paradise, it burns in hell
So even if you think about the Hebrew Bible, fire, of course, is the element of hell where souls burn for their self-distancing from God. But fire is also one of the primary ways God reveals himself to humans, right? God presents himself as a burning bush, as a pillar of fire in the desert
And so there is this inherent ambiguity about the metaphorical possibilities and meanings of fire that kind of reflects the variability and instability of fire as a material phenomenon, the fact that it kind of flickers and it doesn't have a constant shape
ער ברענגט ארויס ווי בּאשעלארד האט מדגיש געווען ווי דאס גאנצע פענאמענאלאגיע פונעם מענטש בהעבר האט זיך געדרייט ארום פייער, און ווי דאס איז געווען הכרחי פאר׳ן מין האדם אבער דאך א סכנה פאר אים. דר. עלי ענדערסאן ברענגט דארט ארויס ווי העראקליטוס האט געהאלטן אז די פונדאמענטאלע עלעמענט ויסוד של היקום איז פייער. און דאס גייט אין איינקלאנג מיט דעם אז די יקום איז דאס אקטועלע גיהנום, וועלכעס איז נמשל לאש, וואס די מענטשהייט איז כרוך בה.