איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

לגבי די דיון צי אויב מ׳האט די מעגליכקייט חרוב צו מאכן דאס גאנצע יקום כרגע בלי צער לשום אדם צי מ׳מעג דאס טוהן, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א רמז אין די גמרא בסנהדרין צח. א״ר יוחנן אין בן דוד בא אלא בדור שכולו זכאי או כולו חייב ע״ש. והיינו, אז עס זענען דרך דא צוויי פארקערטע יעודים צו וואו דאס מענטשהייט קען צוקומען ע״י התפתחותה בחכמה צו ווערן ״אויסגעלייזט״ פונעם גיהנום דהאי עלמא (ועיין להלן שם בע״ב בדברי ר״ל): אדער דורך איר חכמה אויסצושטעלן א יעוד וואו יעדער איז אין תענוג, אדער דורך איר חכמה אויסצושטעלן א יעוד וואו זי צווינגט א פאלשע וועקיוּם דיקעי וכדומה חרוב צו מאכן די יקום במהירות האור. און צו דעם זאגט ר׳ יוחנן אז בדור שכולו זכאי פארשטייט מען אז דארט איז די יעוד פון תענוג, אבער אז דו ווילסט חרוב מאכן די גאנצע יקום פעהלט אויס אז ״כולו״ זאל זיין חייב. והיינו אז דו זאלסט אנערקענען אז ס׳איז נישטא דערין קיין שום פּאזיטיווע אספּעקטן, ובלא זה האסטו נישט צו צווינגען אט די סארט ״גאולה״.

ובזה האב איך געקלערט אז מ׳קען זאגן א רמז אין וואס רבא זאגט פריער אויף ר׳ יצחק בדף צז. אז אין בן דוד בא עד שתתהפך כל המלכות למינות ווייל עס שטייט ביי א נגע (ויקרא יג יג) כולו הפך לבן טהור הוא ע״ש. והיינו, ווייל פריער בדף פח. ברענגט די גמרא צו אז ר׳ יונתן/נתן בן אבטולמוס האלט אז מ׳זאגט דעם דין אז פשה הנגע בכולו טהור אויך ביי נגעי בגדים ע״ש. און די פסוק זאגט (תהלים קב כז) המה יאבדו ואתה תעמד וכלם כבגד יבלו כלבוש תחליפם ויחלפו. והיינו, אז נאר טאמער ״כולו״ הפך ל״נגע״, היפך ״ענג״, מ׳אנערקענט אז ס׳איז כולו רע אָנע שום פּאזיטיווע אספּעקטן, נאר דאן איז אזוי ווי ביי נגעי בגדים המה יאבדו וכבגד יבלו, חרוב מאכן די וועלט.

***

אז מ׳האט דערמאנט אבן רשד׳ס שיטה אז אלע קאַנשׁעסנעסעס ווערן/זענען איינס אינעם שכל הפועל, האב איך געקלערט אז דאס קען ראטעווען פון בּערנאַרד וויליאמס׳ קשיא אז השארת הנפש לנצח איז אליינס א גיהנום, זייענדיג אז עס וועט עווענטועלי ווערן משונה׳דיג בּאָרד. והיינו, ווייל אויב איז מען נאר איין באזונדערע קאַנשׁעסנעס, ווערט מען צום סוף טאקע בּאָרד. משא״כ ווען מען קען כסדר טוישן וכדומה פון איין קאַנשׁעסנעס צו א צווייטע׳נס גענצליכע אנדערע קאַנשׁעסנעס, און יעדער טוישט כסדר און דערנאך איז שוין דא גענוג שכחה צו צוריקגיין פון אָנהויב. (און אויב קען מען צאמשטעלן קאַנשׁעסנעסעס, דאן איז דאס נאך מער ועפ״י מאטעמאטישע קאַמבּינעישאנס.)

ואולי איז דאס טאקע די תירוץ פארוואס אפילו דאס איז די גיהנום איז דא אַן ערך אין פריה ורביה כדי להרבות הדמות (יבמות סג ע״ב). והיינו, צו פארמערן פארשידענארטיגע קאַנשׁעסנעסעס פון מענטשן (ועיין במו״נ ח״א פ״א), וועלכע ווערן צום סוף איינס לעוה״ב ווען מ׳ווערט באפרייט פונעם גיהנום, און דאס געבט צו צו דעם אז חיי נצחיים ווערט נישט קיין פראבלעם מיט בּאָרדאָם.
 
לעצט רעדאגירט:
נאכ׳ן האב גענומען 30 מ״ג קאַנאַבּיס האב איך געקלערט אז מ׳קען קלערן אין דעם חקירה פונקט פארקערט. והיינו, אז פונקט אזוי ווי נאכדעם וואס מ׳האט א גאר גוטע טריפּ, איז דא דערנאך א ״קרעשׁ״ אויף פארקערט וואו די מח ריסעט זיך (די דאָפּעמיִן/סעראטאָנין ריסעפּטארס וכו׳ וכו׳), איז דאס זעלבע לגבי גן עדן וגיהנום. מיינענדיג, אז דאס אז מ׳איז מעיקרא בגן עדן בתענוג פאדערט בהכרח אז דערנאך זאל קומען א ״קרעש״ אויף פארקערט. ולכן קומט מען דערנאך בהכרח אראפ צו די סארט רעלם פון גיהנום צו ריסעטן.

און דאס קען מען זאגן איז די רמז בקהלת (ז יד) ביום טובה היה בטוב וביום רעה ראה גם את זה לעמת זה עשה אלקים. והיינו, אז דאס וואס מ׳געפינט זיך בגיהנום שהיא העלמא הדין, איז פשוט ווייל בהכרח מוז מען ״קרעשן״ פון די תענוג מ׳האט געהאט מקודם בגן עדן, כל אחד לפי די תענוג ער האט געהאט מקודם איז זיין צער בהגיהנום. ובמיתת האדם גייט מען צוריק צום ״היי״, וחוזר חלילה דערנאך צו א רעלם פון ״גיהנום״ כ/בעלמא הדין. און אזוי נאכאמאל און נאכאמאל שוב ושוב. (כנ״ל האט דאס קלאנגען פון די הינדוּ/בּוּדהיסט געדאנק פון סאַמסאַראַ.) און דאס איז מחמת די הכרח אז בהבריאה איז דא די (כעין גנאסטיק) סארט זה לעומת זה. און דאס איז דער שמח בחור בילדותיך ודע דעל כל אלה יביאך אלקים במשפט וגו׳. והיינו, נאכ׳ן תענוג ושמחה פריער אין גן עדן, קומט דערנאך א לעומת זה בעלמא הדין (און די ״אלקים במשפט״ דא קען זיין א לשון מושאל און נישט דוקא באופן וואו אַן אגענט שיקט אראפ ״בכוונה״, נאר אז דאס איז דער מציאות).

דאס איז כעין ווי דר. עלי ענדערסאן ברענגט צו בענין מיסטישע עקספּיריענסעס פון עקסטאז בדביקות עם הא-ל, בשם דר. סיימאן קריטשלי:
Critchley mentions that there's one medieval Christian mystic who talks about there being a sort of hangover after the mystical experience​
וכעי״ז איז עלמא הדין הגיהנום די ״הענגאָווער״ פון די תענוג של דביקות מקודם. און ווען דאס איז פערטיג, בשעת המיתה מהעוה״ז, הייבט מען אָן פון פריש די דביקות, וואס דערנאך קומט נאך א הענגאָווער. וכן הלאה והלאה.

ובכלל האב איך געקלערט אז דאס קען ווייזן אויף מהלכו של הרמב״ם בענין הטעאדיסי, אין זיין טענה נגד אל-ראזי (מו״נ ח״ג פי״ב) אז עס איז דא מער טוב על הכלל כולו בהעולם ווי רע. מיינענדיג, אז לעולם ווען איך נעם קאַנאַבּיס, אפעקטירט עס אויך מיין אמיגדאַלאַ און איך האב אינדערמיט שטארקע אומבא׳טעמ׳פטע ענקזייעטי ופחד. אבער דאך, ווען איך האב די צייט און געלעגענהייט, נעם איך דאס נאכאמאל ככלב השב על קיאו. דאס איז זייענדיג אז עס האט די למעשה בא׳טעמ׳פטע חלקים, ועכ״כ אז מ׳קען באטראכטן אין רעטראָספּעקט די שלעכטע ענקזייעטי-טריפּ חלקים ווי אויך א חלק פונעם טוב. איז אולי קען דאס צייגן (עכ״פ ביי אסאך מענטשן) אויף די בריאה על הכלל כולו: אז א מענטש קוקט צוריק אויף זיין עבר על הכלל כולו, וועט ער דאס באטראכטן ווי מער ״טוב״ לעומת ״רע״, ואולי עד כדי דאס איבערצוטוהן. ואיה״נ אז דאס איז מער מכח די ראָזי רעטראָספּעקטיוו קאַגניטיוו בּייעס, וואו דער מענטש איז בּייעסד בשכלו צוריקצוקוקן אויפ׳ן עבר אלס טוב און פארגעסן פון די מער שלעכטע חלקים. אבער אפ״ה קען זיין אז דאס אליינס אז ער וועט דאס למעשה אזוי באטראכטן שפעטער על הכלל כולו, איז ווייטער א חלק פונעם טוב בהעולם על הכלל כולו (ונמצא אז עס קען זיין סאָבּיעקטיוו גוט אפילו עס איז אַביעקטיוו נישט אזוי; אבער די עיקר ביי הגדרת ״טוב/רע״ איז דאך די סאָבּיעקטיווע פענאמענאלאגיע פונעם מענטש דערויף).

***

ווי ערווענט ברענגט די געדאנק ארויף די פילאזאפישע שוועריקייט פון דאס אידענטיטעט פונעם מענטש, ולגבי מעניש זיין א מענטש וואס געדענקט לגמרי נישט זיין חטא און איז שוין אינגאנצן אנדערש. לדוגמא, דזשאַן לאַק האט געהאלטן אז די אידענטיטעט פונעם מענטש איז תלוי בזכרונו אלס די ״פּערזאן״ וואס ער איז, און אויב איז נישטא קיין שום המשכה דערצו איז אומעטיש אים מעניש צו זיין על החטאים שעבר. (לדוגמא, אין אַן עקסטרעמע משל, טאמער לעבט ווען נאך היטלער ימ״ש, אבער זיין מח איז גענצליך געווישט געווארן עכ״כ אז ער האט נישט קיין שום אנונג איבער וואס ער האט געטוהן און אנגעבראכט, און עקעלט זיך גאר פון אזעלכע מעשים ולא ישוב לכסלה עוד, זאל מען אים שטראפן? עס איז אויך נוגע צום דיון איבער מעניש זיין איינער וואס איז עתים שוטה ועתים חלומה, הגם אין די פאל איז עס מער אלס מסלק זיין היזק שעתיד להזיק.) כמובן, גייט דאס אין איינקלאנג מיט וואס מטרת העונש איז בכלל, און אויב עס איז לתקן באיזה אופן, ווי איידער להעניש, איז עס יא (מער) מובן. (וכמובן דארף מען קלארער מאכן וויאזוי איז שייך לתקן בעונש כזה.)

***

איך האב געקלערט אז לפי״ז אז די וועלט איז די אקטועלע גיהנום, איז דאס וואס מאכט דאס די גיהנום, עכ״פ בהרעות שבין אדם לחבירו ובע״ח (ומהטבע), דאס אז די נאטור, וואס יעדעס בריה מחומר איז א חלק דערפון, ״רויט ציין און נעגל״ באגרעסיוונעס למען חיותו. ולכן קען מען זאגן איז די רמז אז גיהנום איז מאש, וויבאלד חוץ מזה וואס אגרעסיוונעס ווערט נמשל צו חום (״כי יחם לבבו״ וכדומה), זענען דא שטודיעס וועלכע צייגן (אין די קאנטעקסט פון קלימאט טויש) אז עס איז דא א פּאזיטיווע קארעלעישאן צווישן העכערע טעמפּעראטורס און אגרעשאן. ולכן ווערט די גיהנום, שהוא עלמא הדין, נמשלה לאש, ווייל אט די ״רויט ציין און נעגל״ וואס (איז א חלק פון דאס וואס) מאכט דאס די גיהנום, איז מקושר מיט די חום וואס איז דא דערין.
 
לעצט רעדאגירט:
דיינע טריפס ברענגען א פלייץ פון געדאנקען אז איך פיל ווי איך בין אויף א טריפ נאר ליינענדיג דאס.
דער רמב"ם שרייבט דאך אין הל' כלאים (פ"ה הי"ט) הארוס והקיסוס ושושנת המלך ושאר מיני זרעים אינן כלאים בכרם הקנבוס והקנרס וצמר גפן הרי הן כשאר מיני ירקות ומקדשים בכרם ע"ש. והיינו, מ'שטעלט צאם בכלאים די טריפּ וואס מ'האט דורך קנבוס מיט שושנת... :D
 
דער שרייבער יאָרעי לוּאיס בּאָרגעס האט געשריבן:
Can you believe that the divinity could have created a place that is not Paradise? Can you believe that the Fall is another thing but ignoring that we are in Paradise?​
און די געדאנק דערין איז אז אט דאס איז די גיהנום: אז די קאַנשׁעסנעס פונעם מענטש פּערסיִווט אפילו די גן עדן ווי גיהנום. און דאס איז די געדאנק פונעם משל העץ הדעת אז לפי די דעת וקאַנשׁעסנעס פונעם בע״ח (וואס חוה האט אויך געגעבן דערפון פאר די בע״ח וכדפירש״י בבראשית ג ו), אלס מער איז זיין יוסיף מכאוב אז ער פּערסיִווט טאקע די וועלט אלס גיהנום.

ומאידך גיסא האט סאָרען קירקעגארד געשריבן:
Listen to the cry of a woman in labor at the hour of giving birth — look at the dying man’s struggle at his last extremity, and then tell me whether something that begins and ends thus could be intended for enjoyment​
און אט דאס איז דאך במשל חטאו של העץ הדעת: מיתת האדם ובעצב תולדו בנים.
 
לעצט רעדאגירט:
דא האב איך געשריבן אז באבות דר׳ נתן (פט״ז ה״ד) זאגט רשב"י:
רבי שמעון בן יוחי אומר מכאן שאין ישראל רואים פני גיהנם לעולם. משלו משל למה הדבר דומה, למלך בשר ודם שהיה לו שדה זבורית. באו בני אדם והשכירוה בעשרת כורין חטים בשנה. זיבלוה, עדרוה, השקוה וכסחוה, ולא הכניסו ממנה אלא כור אחד חטים בשנה. אמר להם המלך מהו זה? אמרו לו, אדונינו המלך, אתה יודע בשדה שנתת לנו שמתחלה לא הכנסת ממנה כלום. ועכשיו שזבלנוה וכיסחנוה והשקינוה מים לא הכנסנו ממנה אלא כור אחד חטים בלבד. כך עתידים ישראל לומר לפני הקדוש ברוך הוא: ריבונו של עולם, אתה יודע ביצר הרע שהוא מסית בנו, שנאמר, (תהלים קג יד) כי הוא ידע יצרינו
וע״ש בבנין יהושע שזהו במי שעכ״פ ״ישראל״, והיינו אז ער פרובירט כאטש. ער צייכענט אויך צו צו די גמרא בעירובין יט. ובסוף חגיגה כז. אמר ריש לקיש אין אור של גיהנם שולטת בפושעי ישראל (עכ״פ לבר מישראל שבא על בת עכו״ם) ע״ש.

ואולי קען דאס זיין א רמז דערצו אז אונזער רעלם איז די אקטועלע גיהנום (שאין למטה ממנה). ולכן אין רואין פני גיהנום לעתיד לאחר המות, די קאנטעקסט פונעם מימרא, ווייל מ׳איז שוין דארט.

און מ׳קען זאגן אז דאס איז די רמז ״שאין ישראל רואים פני גיהנם לעולם״, ווייל דער כלי יקר שרייבט לגבי ווען מ׳האט צוגעגעבן דעם נאמען ״ישראל״ צו יעקב (בראשית לב כט), אז ״ישר״ איז א לשון ראייה ״והודה לו בזה כי יעקב רואה פני א-ל ולא עלתה בידו לסמא אותו במציאת הא-ל יתברך״ ע״ש. ולענינינו, איז די לשון ״ישראל״ דא פאר די וואס זעהן און זענען נישט בלינד איינצוזעהן אז מ׳איז שוין דארט בגיהנום.

יעצט, ווי איך האב צוגעברענגט איז דאס אז די וועלט איז די אקטועלע ברענגט ארויף די עטישע אנטי-נעטעליסט שאלה צי ס'איז אויסגעהאלטן צו האבן קינדער און אראפברענגן נאך נפשות צו דאס גיהנום? האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א רמז במכות יז: ווי רבא זאגט "דילידא אימיה כר"ש תיליד ואי לא לא תיליד" ע"ש. דער ריטב"א איז נישט גורס "ואי לא לא תיליד" ווייל אפילו אויב מ'איז נישט אזוי גרויס ווי רשב"י לוינט זיך דאך צו האבן קינדער. דער ערוך לנר איז דאס מסביר ווייל חז"ל האבן דאך געהאלטן בברכות ס. (זייענדיג אז, ווי דר. פּיעטער ווילען ווען דער האָרסט שרייבט, זענען זיי געווען באאיינפלוסט דערין פון חכמת רפואת היוונית שבימיהם) אז אשה מזרעת תחילה יולדת זכר. און אין די סוגיא דארט דרש'נט רשב"י די פסוק מסיפיה לרישיה, והיינו פונקט ווי ווען מ'געבוירט א זכר וואס דאס איז דאך טאמער די זכר טאטע איז מזריע לבסוף אחר אשתו ע"ש.

ולפי"ז קען מען זאגן אז די רמז דערין איז אז וויבאלד לרשב"י איז די הכרת האדם אז ער איז שוין ביים סיפא פון זיין משפט ועונשו און שוין אין גיהנום פון וואו דערנאך ווערט עס נישט ערגער, איז דערפאר לוינט זיך צו האבן קינדער וואס וועלן דערנאך נאר האבן בעסערס. ואי, און אויב האלט מען נישט ווי אים דערין, דאן טאקע לא תיליד אלס די עטישע פראבלעם דערין.

***

אינעם אשכול האט מען דורכגעטוהן די געדאנק אז בעצם קומט אויס לפי די טעזע אז די וועלט איז די גיהנום, אז דאס באדייט אז די ראציאנאלע זאך דארף זיין צו באגיין זעלבסטמארד, כדי זיך ארויסצוזעהן פונעם עונש. און ווי ארויסגעברענגט איז די עטישע פראבלעם פון באגיין זעלבסטמארד מכח דעם וואס מ'איז א חב לאחריני פאר די ארומיגע צו וועמען מ'האט אַן אחריות וכדומה.

שמועסענדיג מיט א חבר איבער נעמען קאַנאַבּיס האב איך אים געזאגט אז ווען איך נעם דאס פרוביר איך אויסצו'חשבונ'ען ווען דאס וועט נעמען אזוי אז עס זאל "היטן" ווען איך האב נישט קיינע זאכן אויף וואס איך דארף שטאקע אחריות, וואס איך וועל נישט קענען טוהן כראוי בשעת'ן טריפּ. האט ער באמערקט אז בשעת מ'איז דערויף גייט נישט אָן פאר'ן מענטש בכלל צי ער האט אחריות, עס איז נאר בעפאר דעם וואס דאן גייט עס אָן פאר'ן מענטש און ער פרובירט עס אויסצושטעלן אז דאס זאל נישט שטערן צום אחריות. האב איך געקלערט אז דאס זעלבע איז בנוגע באגיין זעלבסטמארד. והיינו, (עכ"פ אָן ארייננעמען השארת הנפש אינעם דיון און דאס אז האבות מצטערין בקבר על צער בניהן) אז ווי ארויסגעברענגט איז די גאנצע עטישע דיון איבער באגיין זעלבסטמארד, אדער בכלל עניני וועליוּ, נאר ווען דער מענטש לעבט. נאכדעם איז שוין אט די דיון נישטא בכלל; דער נשוא אויף וועמען די דיון זאל חל זיין איז בכלל נישטא מער צו זאגן, פון זיין קוקווינקל, אז "ער" האט געטוהן עפעס אומעטיש. און דאס איז ענליך צום געדאנק פון זיך אריינלייגן אין א מצב פון אינטאַקסיקעישאן פון קאַנאַבּיס ווען עס איז דא עפעס אויף וואס ער באדארף צו האבן אחריות: די דיון ווי דאס גייט אים אָן און זיין חשבון ודאגה דערויף איז נאר מקודם, וויבאלד בשעת מעשה איז זיין דאגה דערויף בכלל נישטא.

ולפי"ז האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א רמז במלכים א' פט"ז. והיינו, דארט פארציילט די פסוק אז זמרי האט גע'הרג'עט אֵלָה בֶן בַּעְשָׁא מיט זיין גאנצע הויזגעזונט, בשעת אֵלָה איז געווען שיכור, כדי צו קעניגן אנשטאטס אים. און דער אברבנאל איז דארט מפרש אז אֵלָה'ס שיכרות איז געווען די סיבה פארוואס זמרי האט אים גע'הרג'עט, זעהענדיג אז אֵלָה איז נישט ראוי מחמת זה לאחריות המלוכה. אבער דערנאך ווי זמרי האט געזעהן ווי דאס פאלק איז מיט עמרי און וויל אים אויפנעמען, איז ער באגאנגען זעלבסטמארד דורכ'ן פארברענען די פאלאץ פונעם קעניג בשעת ער איז געבליבן אינעווייניג. ולפי הנ"ל קען מען זאגן א רמז אז דאס איז די קשר צווישן די צוויי: זמרי איז באגאנגען זעלבסטמארד דורכ'ן זיך פארברענען, וואס גיהנום ווערט סימבאליזירט מיט פייער, וואס וויבאלד די וועלט איז די גיהנום איז דא א מקום לומר אז ס'איז ראציאנאל דאס צו טוהן כדי זיך ארויסצוזעהן פונעם עונש. אבער די סיבה פארוואס מ'טאר דאס נישט טוהן פון אַן עטישן שטאנדפונקט איז ווייל ער איז משליך מעליו האחריות המוטל עליו כלפי אנדערע הגם אז דערנאך איז נישטא ווי די נידון זאל חל זיין, וואס דאס איז ענליך מיט'ן פראבלעם פון זיין שיכור, וואס דערפאר האט זמרי גע'הרג'עט אֵלָה, וואס דאס האט צוגעפירט אז ער זאל טאקע באגיין זעלבסטמארד ווען די פוטש האט זיך אים נישט אויסגעארבעט.

ואגב בזה איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער אוהחה"ק שרייבט (במדבר ג לט) פארוואס די לוויים האבן זיך נישט אזוי פארמערט במצרים אזויווי די אנדערע אידן:
והנכון בעיני הוא כי שבט לוי מעשה אחד להם כמעשה עמרם אשר שלח את אשתו בשביל גזירת הבן הילוד, והטעם לצד שהיו מעונגים ולא נשתעבדו לא נמס לבבם כל כך לראות נטעיהם מושלכים ביאור כמעשה איש ישראל אשר מצד השעבוד ועול העבודה הוזל והוקל בעיניהם ובלבם לראות ילדיהם מושלכים ביאור, גם שהיו מזלזלים בעצמן לילד ולעזוב בשדות ובמחילות הארץ אשר אין אדם נכבד שנפשו מכובדת עליו כשבט לוי עושה כן, וזה לך האות כי עמרם שלח את אשתו, ולא הוצרך הכתוב להודיע את הדבר שגם בעמרם לא הגיד הכתוב הענין אלא מהשכלת הענין נודע, וללמד על כל שבטו יצא, וזו היא סיבת מיעוטם כי אם אין גדיים אין תיישים.

ואם תאמר למה שבט בן תורה יעשה מיעוט פריה ורביה, אולי שדנו בה למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה, וכיוצא בזה מצינו שאמרו (תענית יא.) שאסור לשמש מטתו בשנת רעבון הגם שיש מניעת פריה ורביה, ודנו כמו כן לצד כלוי הבנים הזכרים נמנעו כל עיקר, ומעתה אדרבא עשה ה׳ עמהם נס שנשארו מהם מספר זה, ולזה אחר זמן שהיו עסוקים גם הם בפריה ורביה פרו וישרצו וגו׳ יותר משאר השבטים.
והיינו, אז ווי מער א מענטש מאכט מיט ל"ע, גייט אים ווייניגער אָן דאס'ן האבן קינדער און זייער אויפציהען. און אזוי מ'זעהט טאקע אז דריטע-וועלט לענדער האבן מער קינדער ווי רייכערע מעונגי ערשטע-וועלט לענדער.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top