זענא'ס פאראדאקס

די מנין וואו איך האב געדאווענט היינט שחרית האט זיך געשטעלט 8:00 שארף.
איך בין אריינגעקומען 8:15 - אינמיטן פסוקי דזמרא.

לאמיר זאגן איך דאווען פונקט 2/3 שנעלער ווי די עולם, דהיינו מיר נעמט נאר 20 מינוט צו זאגן וואס פאר זיי נעמט פונקט א האלבע שעה.

8:30 - האלטן זיי א האלבע שעה אריין, און לויטן חשבון וועל איך אנקומען צו דעם פלאץ 8:35 (20 מינוט פון ווען איך האב אנגעהויבן).

8:35 - איך בין טאקע אנגעקומען צו יענער פלאץ, אבער זיי האלטן שוין יעצט מיט 5 מינוט פאראויס - וואס וועט מיר נעמען נאך בערך 3 מינוט צו גרייכן.

8:38 - איך האב דעגרייכט יענער פלאץ, אבער זיי זענען שוין ווידער מיט א 3 מינוט פאראויס. וחוזר חלילה.

איז בכלל מעגליך איך זאל זיי אמאל דעגרייכן?
לכאו' גייען זיי אייביג האלטן מיט א פראקציע פאראויס פון מיר, וואס איך וועל דארפן נאכיאגן איינמאל איך האב געענדיגט נאכיאגן די פריערדיגע..

_____________

לאמיר אביסל טוישן די מעשה:

אנשטאט 8:15, קום איך אריין 8:10.

ע"פ חשבון וועל איך האלטן צוזאמען מיט די עולם 8:30 - ווייל וואס זיי זאגן אין א האלבע שעה נעמט פאר מיר פונקט 20 מינוט.

אלעס איז הערליך. נישט אזוי?!

איין מינוט!
לאמיר אבזערווירן וואס האט זיך אפגעשפילט 8:20.

זיי האלטן 20 מינוט אריין - וואס פאר מיר דארף ע"פ חשבון נעמען 13.3333 מינוט נאכצויאגן, דאס מיינט אז נאר 8:23 גיי איך זיך טרעפן וואו זיי האבן געהאלטן 8:20.

און איר זעט שוין וואו דאס פארט..

8:23 האב איך א פרישע 3 מינוט נאכצו-יאגן, און אזוי ביז אויס...
 
די ערשטע חלק פון די מעשה פארשטיי איך, אבער די צווייטע חלק מעשה פארשטיי איך נישט.
8:23 האסטו נישט קייין פרישע 3 מינוט נאכצויאגן, די 3 מינוט האבן אונז שוין פריער גערעכנט אלס א חלק פון די האלבע שעה וואס דיר נעמט נאר 20 מינוט. אא"וו ס'אמת אז 8:23 גייסטו האלטן דארט וואו זיי האבן געהאלטן 8:20, פארט וועסטו 8:30 האלטן צוזאמען מיט זיי, ווייל דו דאוונסט א דריטל די צייט שנעלער פון זיי.
אויסער אויב איך האב אינגאנצן נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט...
 
די פאראדאקס קומט אראפ צו די פאלגענדע פראבלעם.

די זמן פון יעצט ביז א מינוט ארום קען מען צוטיילן אין אין סוף חלקים, אויב אזוי וויאזוי קען איך אנקומען צו א מינוט פון יעצט אויב עס האט אינפיניט חלקים? אוודאי די חלקים זענען קלענער ווי קליין אבער דאך אין סוף?
 
איך האב נישט יעצט קיין געדולד זיך ארויסצוברענגען און מסביר זיין לאנג. אבער אז דו רעדסט פון צוטיילן זמן אינפיניטלי וועל איך צולייגן מיינע מחשבות.

וואס איז זמן בכלל?

איז עס א קאנטיניועם פון צייט אן קיין אפשטעל, אדער באשטייט עס פון טויזענטער פרעימס פון שטיקלעך צייט?

א ווידעא -און בעצם די אויג אויך- ארבייטן דורכן אפכאפן פילצאליגע בילדער איינס נאכן צווייטן, ווי מער סאפיסטיקירט די קעמערע איז אלס מער כאפט עס פער סעקונדע, און ווען אונז זעען עס כאפן מיר נישט די אפשטעל צווישן איין פרעים און די נעקסטע, ממילא זעט עס אויס ווי איין לאנגע ריקעדיגע זאך ווען עס איז באמת טויזענטער בילדער אין א רייע.

ליכטיגקייט איז באמת אויך נאר פרעימס. זייער אסאך (-איבער סעפטיליאן פער סעקונדע), אבער נאכאלץ איז עס ס"ה פאטאנס וועלכע קומען ארויס אין א רייע.
וואס מיינט, אז די שנעלסטע אויג, און די שנעלסטע זאך וואס קען נאר אפכאפן די עלעקטראמאגנאטישע ספעקטרום (וואס שנעלער ווי דעם איז דאך נישט מעגליך) - גייט צום מאקסימום זען סעפטיליאן פרעימס און נישט קיין קאנטיניועם.

אויב אזוי, בלייבט נאך איבער עפעס וואס איז יא א קאנטיניועם? אדער איז צייט א באזונדערע ארטיקל און איז נישט געבינדן צו די וועגן וויאזוי מיר מעסטן עס, און לכבוד דעם קען יא זיין עפעס א סארט אומבאגרייפבארע קאנטיניועם?

ווי ווייט איך פארשטיי קומט די קוואנטום טעאריע אויך אריין דא, מיטן זאגן אז אלעס אין די יקום (אריינגערעכנט ספעיס/טיים) באשטייט פון 'קוואנטומען' - קליינע פעקעלעך, און גארנישט איז נישט קיין קאנטיניועם.

ווער עס קען בעסער ארויסברענגען איינער פון די אלע מושגים דא, אדער קען בעסער מסביר זיין די שוועריקייטן - און וויאזוי זיי זענען (אדער נישט) רעלעוואנט צו זענא'ס פאראדאס - איז מכובד..
 
די צענטראלע שאלה איז לדעתי אויב די פאראדאקס האט א מעטאמאטישע ענטפער אדער א פיזישע ענטפער. למשל, אויב וועט מען זאגן אז עס איז דא א געוויסע יוניט פון צייט (און פלאץ) וואס קען נישט ווערן ווייטער צוטיילט, האבן מיר נישט קיין אינפיניט חלקים פון צייט. דאס מיינט אז מעטאמאטיש גערעדט איז פון 2 ביז 3 אינפיניט אבער פיזיש גערעדט נישט.
 
די ערשטע חלק פון די מעשה פארשטיי איך, אבער די צווייטע חלק מעשה פארשטיי איך נישט.
8:23 האסטו נישט קייין פרישע 3 מינוט נאכצויאגן, די 3 מינוט האבן אונז שוין פריער גערעכנט אלס א חלק פון די האלבע שעה וואס דיר נעמט נאר 20 מינוט. אא"וו ס'אמת אז 8:23 גייסטו האלטן דארט וואו זיי האבן געהאלטן 8:20, פארט וועסטו 8:30 האלטן צוזאמען מיט זיי, ווייל דו דאוונסט א דריטל די צייט שנעלער פון זיי.
אויסער אויב איך האב אינגאנצן נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט...

ממש דאס איז די פאראדאקס דא.

ווען מ'קוקט פון 8:10 ביז 8:30 שטומט דאס בילד.
אבער ווען מ'רעכנט עס צוביסלעך, פעלט די צייט צו קענען נאכיאגן. ווייל מיט יעדע ביסל וואס איך יאג נאך (8:10 ביז 8:23) בלייב איך אייביג מיט רעשט (3 מינוט אין דעם פאל) וואס מ'קען נישט טעארעטיש פטר'ן.
 
לעצט רעדאגירט:
די צענטראלע שאלה איז לדעתי אויב די פאראדאקס האט א מעטאמאטישע ענטפער אדער א פיזישע ענטפער. למשל, אויב וועט מען זאגן אז עס איז דא א געוויסע יוניט פון צייט (און פלאץ) וואס קען נישט ווערן ווייטער צוטיילט, האבן מיר נישט קיין אינפיניט חלקים פון צייט. דאס מיינט אז מעטאמאטיש גערעדט איז פון 2 ביז 3 אינפיניט אבער פיזיש גערעדט נישט.

הוא אשר דברנו. פיזיש איז זיכער נישטא קיין וועג מיר זאלן משיג זיין סיי וויאזוי א קאנטיניועם. דהיינו, אפי' אויב עס איז במציאות א קאנטיניועם פון אינפיניט יוניטס האבן מיר נישט קיין וועג דאס צו זען - וויבאלד מיר קענען נאר אפכאפן און משיג זיין פרעימס.

די צענטראלע שאלה איז צו די פיזישע וועלט איז מער נאנט צו די מאטעמאטישע רעאליטעט (וואו אינפיניטי האט א מקום) אדער איז עס מער נוטה צו אונזער השגה..
 
א שיינע שמועס איבער זענא'ס פאראדאקס, ער טענה'ט (מיט רעכט) אז די געדאנק פון אן Infinite Series טוט בכלל נישט פארענטפערן די פאראדאקס, נאר די מהלך איז וואס איך האב דערמאנט אויבן אז פלאץ און צייט קען מען נישט צוטיילן בלי סוף.
View: https://www.youtube.com/watch?v=mwOwwS0Ft2U
 
איך בין נאך אביסל מסופק אין דעם געדאנק, ווייל עס איז נישט שייך באמת צוזאגן אז פלאץ איז צוזאמגעשטעלט פון חלקים וואס מ'קען נישט צוטיילן. ווייל אויף דעם שטעלט זיך די שאלה טוען די חלקים אויפנעמען פלאץ אדער נישט? אויב יא, פארוואס זאל מען עס נישט קענען צוטיילן? און אויב נישט, וויאזוי קענען אסאך חלקים וואס נעמען נישט אויף קיין פלאץ אויפנעמען פלאץ ווען זיי זענען צוזאמען? 0+0=0!

אבער ער זאגט אביסל מיט א טוויסט, די אלע פלעצער נעמען אויף פלאץ, אבער זיי זענען אזוי ווי פיקסעלס, און מ'קען זיך נישט רוקן האלב פון די פלאץ אויפאמאל. דאס מאכט עס אביסל גרינגער פון איין זייט, אבער למעשה איז די פלאץ פון די אומצוטיילטע שטיקל אינפיניט? מעגליך אז יא, אבער דאס האט נישט קיין השפעה אויף מאושען וואס גייט פון איין שטיקל צו די אנדערע.
 
א שיינע שמועס איבער זענא'ס פאראדאקס, ער טענה'ט (מיט רעכט) אז די געדאנק פון אן Infinite Series טוט בכלל נישט פארענטפערן די פאראדאקס, נאר די מהלך איז וואס איך האב דערמאנט אויבן אז פלאץ און צייט קען מען נישט צוטיילן בלי סוף.
View: https://www.youtube.com/watch?v=mwOwwS0Ft2U

יישר כח פארן אים צוצייכענען, ער איז זייער קלאר, הגם מ'קען עס ווייטער דעבאטירן אזויווי דו ברענגסט שוין ארויס.
 
מאטעמאטיש קען מען לכאו' אלעס צוטיילן אויף אינפינעט חלקים (דעסימעלס), די שאלה איז מער איבער די רילעישאנשיפ צווישן מאטעמאטיקס און פיזיקס לגבי דעם.
וואס מיינט דאס אז 'א פיקסל' קען מען נישט צוטיילן? מאטעמאטיש קען מען דאך יא..
מעגליך אז מקום און זמן זענען נישט קיין עכטע זאכן?! מעגליך זיי זענען נאר די צוזאמשטעל פון הונדערטע פאטאנס וכדו'..

איך ווייס נישט פונקטליך וואס איך רעד און וואו איך טרעט אריין, אבער עפעס וויל איך זאגן...
 
וואס מיינט דאס אז 'א פיקסל' קען מען נישט צוטיילן? מאטעמאטיש קען מען דאך יא..
מ'קען עס צוטיילן מאטעמאטיש, אבער דו קענסט דיך נישט ריקן א האלבע פיקסל. דאס איז א יוניט וואס מ'קען נישט צוטיילן פיזיש.
 
וואס מיינט אבער 'ריקן'? פארוואס און וויאזוי איז דא א לימיט צו וויפיל מ'קען דאס טון?
פארוואס? פונקט ווי אויף א קאמפיוטער ווען עפעס ריקט זיך מיינט עס אז עס ריקט זיך פון איין פיקסעל צו די אנדערע און עס גייט נישט קיין האלבע פיקסעל.
וויאזוי? דאס איז א שאלה וואס בלייבט אויסצוגעפינען.
 
די פראבלעם פון צוטיילן פלאץ אויף 'שטיקלעך' אדער פיקסעלס איז זענא'ס אנדערע פאראדאקס מיט די פייל וואס פליעט, דהיינו אין יעדער 'פרעים' פון צייט שטייט די פייל אויף איין פלאץ און נאר אויף איין פלאץ, סאו ווען פונקטליך פליעט די פייל?
 
איך האב קיינמאל נישט פארשטאמען די פאראדאקס, הא גופא מיינט זיך ריקן דהיינו זיך טוישן פון איין פיקסל צו די אנדערע. פונקטליך וויאזוי דיין ווידיא ריקט זיך.

אין אנדערע ווערטער, יעדע פיקסעל פון צייט איז קארעלעיטעד מיט א פיקסעל פון פלאץ. און ווען די נעקסטע פיקסעל פון צייט האט אן אנדערע פלאץ האט זיך עס געריקט.
 
אין אנדערע ווערטער, יעדע פיקסעל פון צייט איז קארעלעיטעד מיט א פיקסעל פון פלאץ. און ווען די נעקסטע פיקסעל פון צייט האט אן אנדערע פלאץ האט זיך עס געריקט.
אה, גערעכט. די פאראדאקס ווערט גראדע פארענטפערט אזוי.

די שאלה איז נאר וואס געשעהט 'צווישן' די יוניטס פון צייט, צו אלעס שפרינגט ארויס און צוריק אריין אין עקזיסטענץ אין זייער נייע פלאץ? אזא סארט quantum fluctuation איידיע (נישט אז כ'ווייס וואס ס'מיינט, אבער וואטעווער)
 
די מנין וואו איך האב געדאווענט היינט שחרית האט זיך געשטעלט 8:00 שארף.
איך בין אריינגעקומען 8:15 - אינמיטן פסוקי דזמרא.

לאמיר זאגן איך דאווען פונקט 2/3 שנעלער ווי די עולם, דהיינו מיר נעמט נאר 20 מינוט צו זאגן וואס פאר זיי נעמט פונקט א האלבע שעה.

8:30 - האלטן זיי א האלבע שעה אריין, און לויטן חשבון וועל איך אנקומען צו דעם פלאץ 8:35 (20 מינוט פון ווען איך האב אנגעהויבן).

8:35 - איך בין טאקע אנגעקומען צו יענער פלאץ, אבער זיי האלטן שוין יעצט מיט 5 מינוט פאראויס - וואס וועט מיר נעמען נאך בערך 3 מינוט צו גרייכן.

8:38 - איך האב דעגרייכט יענער פלאץ, אבער זיי זענען שוין ווידער מיט א 3 מינוט פאראויס. וחוזר חלילה.

איז בכלל מעגליך איך זאל זיי אמאל דעגרייכן?
לכאו' גייען זיי אייביג האלטן מיט א פראקציע פאראויס פון מיר, וואס איך וועל דארפן נאכיאגן איינמאל איך האב געענדיגט נאכיאגן די פריערדיגע..

_____________

לאמיר אביסל טוישן די מעשה:

אנשטאט 8:15, קום איך אריין 8:10.

ע"פ חשבון וועל איך האלטן צוזאמען מיט די עולם 8:30 - ווייל וואס זיי זאגן אין א האלבע שעה נעמט פאר מיר פונקט 20 מינוט.

אלעס איז הערליך. נישט אזוי?!

איין מינוט!
לאמיר אבזערווירן וואס האט זיך אפגעשפילט 8:20.

זיי האלטן 20 מינוט אריין - וואס פאר מיר דארף ע"פ חשבון נעמען 13.3333 מינוט נאכצויאגן, דאס מיינט אז נאר 8:23 גיי איך זיך טרעפן וואו זיי האבן געהאלטן 8:20.

און איר זעט שוין וואו דאס פארט..

8:23 האב איך א פרישע 3 מינוט נאכצו-יאגן, און אזוי ביז אויס...
דאס איז ביוטיפעל אין קאלעדזש. אין ריעל לייף, 8:30 האלט איך שוין סך ווייטער ווי דער בעל תפילה...
 
דאס איז ביוטיפעל אין קאלעדזש. אין ריעל לייף, 8:30 האלט איך שוין סך ווייטער ווי דער בעל תפילה...

'אבער פארוואס?'

וויאזוי איז דאס טאקע מעגליך? איך ווייס אז עס געשעט אין ביהמ"ד, די שאלה איז וויאזוי.
 
'אבער פארוואס?'

וויאזוי איז דאס טאקע מעגליך? איך ווייס אז עס געשעט אין ביהמ"ד, די שאלה איז וויאזוי.
צייט באשטייט פון פיצינקע חלקים באקאנט אלס 'פלענק טיים', (די צייט וואס עס נעמט פאר ליכטיגקייט צו פארן די קלענסטע שטח וואס איז שייך, פון וואסארא 'שטח' רעדט מען דא? לאמיר אויפבלאזן אן אטאם צו די גרויסקייט פונעם כדור הארץ, וועט די פלענק שטח זיין א פראקציע פון די דיקעקייט פון א האר אנטקעגן דעם אטאם! און די צייט וואס עס נעמט פאר ליכטיגקייט צו דורכלויפן דעם שטח אט דאס איז די באשטאנדטייל פון צייט).
(עס ווענדט זיך אויך אינעם כח המשיכה, דאס איז א חלק פון איינשטיינ'ס רעלאטיוויטי טעאריע, און לו יצוייר אז אן עליען קען אונז אבזערווירן פון אן אנדערע שטערן, וועט אונזער צייט זיין אנדערש פאר אים ווי עס איז פאר אונז.)

עכ"פ וויבאלד צייט האט א באשטאנדטייל, איז עס א דבר שיש בו סוף און דו וועסט עס איבערהיפן.
 
Back
Top