זאכן וואס איך וויל וויסן

ביזט ליידער הונדערט פראצענט גערעכט
ולוואי אז מוועט פארשטיין אז עס איז גארנישט ספעציעל אין די אויבן אן אידן (בפרט די בנש״ק׳ס) און נישט ווייל זיין טאטע (אדער בעסער געזאגט עלטער זיידע ולפעמים א ביסל ווייטער) איז א דעה זאגער און א חשובער מענטש מיינט אז זיי זענען חשוב׳ער פון אנדעאע מענטשן
 
וואס איז פשט אין די איסור אויף שווארצע טייטס?
נאר רבישע מעגן?
איז דא אן איסור דערויף?
כ'מיין ס'איז פשוט א חילוק וועלעכע מין שווארץ דאס איז.
דיקע שווארצע טייטס איז אסאך בעסער...
דינע איז פראבלעמאטיש..
 
זעהר נייגעריג!!!! פון YouTube זעהט אויס אז אלע cybertrucks זענען שוין צעבראכן
מ'קען נישט גיין מיט דעם off road
וכו' וכו' וכו' כ'ווייס אז ס'איז איבערגעטריבן כ'וויל נאר וויסן ווי שטארק
אויב איינער האט פערסאנעל עקספיריענס
 
אפשר זענען מענטשן דארט עפעס ספעציעל הונגעריג?!:sneaky:
איך זעה האסט פיין געלערענט איו ישיבה, דאס אז ס׳עפענט זיך נייע רעסטאראנטען איז א הוכחה אז דער עולם איז שטארק הונגעריג דארט🤣
 
זעהר נייגעריג!!!! פון YouTube זעהט אויס אז אלע cybertrucks זענען שוין צעבראכן
מ'קען נישט גיין מיט דעם off road
וכו' וכו' וכו' כ'ווייס אז ס'איז איבערגעטריבן כ'וויל נאר וויסן ווי שטארק
אויב איינער האט פערסאנעל עקספיריענס
דארפסט פארשטיין אז יוטיוב ליידט אויף סעלעקשען בייעס, וויבאלד איינער וואס זיין סייבער טראק צוברעכט זיך נישט גייט נישט פאוסטען אז זיין טראק האט זיך נישט צובראכען.
 
דארפסט פארשטיין אז יוטיוב ליידט אויף סעלעקשען בייעס, וויבאלד איינער וואס זיין סייבער טראק צוברעכט זיך נישט גייט נישט פאוסטען אז זיין טראק האט זיך נישט צובראכען.
גערעכט.
דא קומט אבער צו א העיט קעגן די סייבערטראק וואס מ'זעהט נישט געווענליך. אסאך פון דעם ווייס איך אז ס'איז שטותים למשל א קרעש טעסט ווידעא ווי די סייבערטראק קרעש איז געווען א 100% vs די f150 איז נאר געווען א 40% אא''וו מיין שאלה איז נאר וויפיל איז אמת אין וויפיל איז העיט/ קנאה
(איך למשל העיט טעסלא בכלל וועגן די וויגען לעדער)
 
די וויגען לעדער איז פון אין זייט ג'יניעס
אנשטאט זאגן פלעסטיק וואס סאונד ביליג
 
איך וויל פארשטיין פארוואס שרייבן אויף קרעמל (אדער סתם שרייבן) קען זיך פילן ווי געציילטע מינוטן אפי' עס נעמט צומאל אפאר שעה. אבער ליינען א בוך אדער ארטיקל פאר א האלבע שעה פילט זיך ווי אפגעפעניעט א שעה צייט?
 
ווייל שרייבן סטימולירט דיין מח דאס כתב, און ביי לייענען סטימולירט די כתב דיין מח.

ווען די ביסט די מקור, ביסטו אינגאנצן אריין געטוהן פון דיין זייט און די ביסט משפיע לחוץ, די געשמאק איז די ערלויבטע expression, און אזוי ווי א יעדע זאך וואס מ'איז passionate גייט די צייט שנעלער אריבער.

ווען יענער איז די מקור, און די דארפסט דאס יעצט פארדייען איז עס פארקערט, די ארבעט'ס יעצט דורך אריין נעמען יענעמס passion, אפי' אז די ביסט passionate פאר די געדאנק, דאך ביסטו די אריין נעמער און נישט די ארויסגעבער, וואס פילט נישט די זעלבע גוט
 
לעצט רעדאגירט:
ווי איז מישעל אבאמא לעצטענס?
זי איז נישט געווען ביי קארטער'ס לויה און נישט ביי די אינאגארעישאן.
 
Back
Top