זאכן וואס איך וויל וויסן

די ניק @הויעך ברייט איז א באט? איך מיין ס'איז נישטא כמעט קיין איין תגובה אין קרעמל וואס ס'איז נישט געווארן געלייקט דורך אים...
 
די ניק @הויעך ברייט איז א באט? איך מיין ס'איז נישטא כמעט קיין איין תגובה אין קרעמל וואס ס'איז נישט געווארן געלייקט דורך אים...
זוך אין די אלטע שנירלעך וועסטו טרעפן.
וזאת למודעי, איך בין א געהעריגע מענטש.

מיינע חברים פלעגן מיר טאקע זאגן אז איך פיר מיך אויף ווי א ראבאט... 😉

#א_לייק_קאסט_נישט_קיין_געלט_
 
וואס האלט די אידישע האמאסעקסואלע געמיינדע וכו' איבער די תורה, מינינג; ווי אזוי מאכן זיי דאס מיטשטימען על פי תורה,
רעכענען זיי זיך בכלל מיט דעם, אדער איז דאס עפעס א חלק וואס זיי איגנארירן?
 
לעצט רעדאגירט:
וויאזוי זאגט א atheist פאר איינעם אין א צרה די דאזיגע, די באשעפער זאל העלפן זאלסט אויפגעראכטן ווערן
 
נאור נרקיס ווינטשט 'המדע יצילוך'

דער איז א פארביסענער חילוני, ער האט זיך געשמד צי די אטעיסטישע רעליגיע, און ער איז ארויף אויף א ג׳יהאד קריג אפצישמדן כלל ישראל, ער האלט אז מען דארף בענען רעליגיע אין ארץ ישראל.
מען דארף געדענקן אז פונקט ווי די פרומע האבן עקסטרעמע משוגעים האבן די א. ג. אויפגעקלערטע אויכט אזאלכע.
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אבער איינער ווייסט ווי איך קען רענטן א קאר אין א''י אינטער21 איך האב לייסענס פאר ווייניגער ווי 1 יאר
 
איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אבער איינער ווייסט ווי איך קען רענטן א קאר אין א''י אינטער21 איך האב לייסענס פאר ווייניגער ווי 1 יאר
דיין פראבלעם איז נישט די עידש סאיז אז די האסט נישט לייסענס פאר לפחות א יאר
 
דיין פראבלעם איז נישט די עידש סאיז אז די האסט נישט לייסענס פאר לפחות א יאר
אבער סדא גענוג מירע בחורום וכדמו להם וואס פארדינגען פאר סיי וועם כל זמן מען צאלט פארשטייט זיך קעש
 
@שמייכעל , װאס מײנט אהרוני מקרי? מקרי = ער װערט אהנגערופן? מקריה = פון דער שטעטל? מקרי = ער זעהט קרי בײנאכט? װאס אין גאד'ס נעים, מײנט עס?
 
לעצט רעדאגירט:
פארוואס האט מען א נאטורליכע עקל אין איבל צו מייז אין ראטען אבער נישט צו קעץ סקווירלס אדער רעביט׳ס
 
דאכט זיך אז ס'איז מחמת עוואלוציע ווייל די מייז און ראטן פלעגן טראגן און ברענגן די קרענק....

דאכט זיך די קעץ זענען געווארן 'דאמעסטיקעיטעד' טאקע ווייל זיי עסן די מייז און ראטן.
 
על דעת אז איך בין גערעכט מיט די הסבר, איז בכלל נישט קיין פראגע פארוואס ס'איז געבליבן. פיל מיט זאכן איז אונז נאך געבליבן וואס קומט שוין נישט צוניץ. ס'גייט נישט אוועק פון איין מינוט צום צווייטן.

דעס גאנצע פארשטאנד צו וויירוסעס אד"ג איז נישט צו אלט, במילא איז עס געווען וויכטיג ביז ממש לעצטנס. אפשר אפי' נאך אלס אין געוויסע ערטער אויפן וועלט.

***

עדיט.

זעה דא אז איך בין נישט אינגאנצן גערעכט, נאר ס'איז היינט צוטאגס טאקע א פאביע איינגעפלאנצט דורך עלטערן ביהעיוויור (מן הסתם ווייל היסטאריש האט עס געהאט צוטון מיט קרענק.)

ס'איז אבער נישט ביאלאגיש. אויב וועט קיינער ארום דעם קינד נישט ווייזן מורא פון מייז, וועט דער קינד בפשטות נישט האבן די פאביע.

דא האסטו די באקאנטע ליטל אלבערט עקפערימענט וואס ווערט אפט דערמאנט אין לעקציעס אויף פסיכאלאגיע. די שטודיע אליין איז אפגעפרעגט היינט צוטאגס אבער די נקודה איבער די פאביע פון מייז שיינט צו זיין אמת
Little Albert experiment - Wikipedia
 
זייער אינטרעסאנט! סאו ס׳איז משמע לויט Mary Cover Jones שטודיע, אז מען קען אוועק נעמען שרעק (איבל ?) פון מייז, מיט עקספאוזשער טעראפי
 
Back
Top