צניעות, קליידער, ביי אינגלעך

אבער היינטיגע צייטן, איז דאס ווארט 'חסידיש' געווארן א טערם וואס מ'ניצט אויף איינער וואס איז פארקערט פון מאדערן! ס'געווארן א לעוועל פון 'פרומקייט'!
איז וואס מיינט דאס א מאדערנע-חסיד׳שע, לשיטתך עס איז א תרתי דסתרי.
וואס יא היינטיגע צייטן, חסיד׳יש / ליטוויש / חרדים (ווי אזוי מען רופט דא אין א״י) האט גארנישט מיט פרומקייט מיט אידישקייט עס האט מיט איין זאך ווי דרייסטו זיך ווער זענען דיין חברים אא״ו אזוי מיין איך
אין פלעצער ווי עס וואוינען פונקט אזוינע ערליכע יודן נישט חסידיש ווי חסידיש, ווי למשל אין בני ברק, וואס דארט זענען יא דא עכטע ערליכע ליטווישע יודן, וואס זענען זאך אזוי פרום ווי די פרומסטע חסידישע יודן, בין איך נייגעריק צי דארט ניצט מען אויך דער שפראך.
יא, אין די מקומות נוצט מען אויך די שפראך, יא חסיד׳יש נישט חסיד׳יש.
 
ביי חסידים האט מען דירעקט נישט גערעדט איבער קליידער. די עיקר איז פנימיות. אז קליידער האבן ממש אזא שטארקע השפעה דאן פעלט יסודות פון דער וואס ווערט נשפע.
מאנכע כאפן נישט די קאנצעפט.
אמת, מען האט נישט געמאכט קיין אישו פון די קליידער, בפרט ביי מענער.
דאס איז אבער נאר אזוי לאנג גוט ווילאנג 'קיינער' מאכט נישט קיין אישו דערפון, נישט די עלטערן, נישט דאס קינד, דעמאלס מאכן די מוסדות אויך נישט קיין אישו.
אבער טאמער הייבן די עלטערן אן אריינצולייגן אן עבודה אין די קליידונג, די מארקעטערס זענען מפיץ דעם דבר הבגד בערי מאנסי ובחוצות בארא פארק, און מען הייבט זיי אן צו פוצן און צו מעטשן, דאן דארף מען האבן טענות אויף די וואס האבן אריינגעברענגט די קאנצעפט פון קליידער ביי חסידים. די מוסדות פרובירן שוין נאר אפצושטעלן דעם פלייץ און מחדש זיין ימינו כקדם אז יונגלעך זאלן נישט גיין מיט סטייליש בגדים, נאר פשוט'ע צניעות'דיגע קליידער.
 
הערטס אויף זיין וואן טרעק מיינדעד!! קיינער ווערט נישט געטריגערט פון נארישע טייט הויזן!!!
ס'פשוט א עכטע גויאישע וועג פון זיך אנטוהן!! זייער זייער פראסט!! און אז דו ווילסט לעבן ווי א גוי, שיק דיינע קינדער אין פובליק סקול!!
שיקן אין א חסידישע חדר און ווערן בייז אז מ'לאזט נישט דיין קינד זיך אנטוהן ווי א גוי, בוסטו א משוגענער!!!
איך ווייס נישט, מיין אינגל איז שוין אפאר מאל געגאנגען און חדר מיט חסידישע הויזן, נאר ס'געווען אביסל אויסגעוואקסן לויט די חדר שטייט זיך, און די מנהל איז געווען זייער הארש צי אים, א כתה ב' אינגל, די הערסט??? כתה ב'!! אז ס'איז נישט חסידיש.. ער זאל בשום אין אופן קומען מיט עס מער,
מ'טערארזירט מיט צעטלעך יעדע פאר וואכן, קאם אן,

ס'נישט קיין פראסט פראבלעם, אנשטאט ארויסציווארפן חזרים, נעמט מען ארויס די פראסט קארד
 
בקרוב וועלן מענער דארפן גיין מיט סקורטס אז די רבנים/עסקנים זאלן נישט קומען לידי הרהור...
די הלכה אין שולחן ערוך איז אז מענער דארפן גיין סקירטס וועגען צניעות.
 
למעשה אז עס זענען נאר דא צו באקומען געי מלמדים (די גראדע אפלייען דאך נישט פאר די דזשאב) מוז מען דאך עפעס טון זיי צו האלטן אין די ראמען.
האסט א בעסערע עצה?
😆 א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז יעדע ווישער מלמד איז געי ווארים געלט מאכט מען נישט ……

דרך אגב האלט עס שוין אזוי ווייט א צווייטער האט מיר פארציילט אז אין זיינ יונגלס כתה איז א מלמד ארומגעגאנגען פיעלען יעדענס פיס אויב די הויזען איז אויסגעהאלטען…..
 
Back
Top