צניעות, קליידער, ביי אינגלעך

אבער היינטיגע צייטן, איז דאס ווארט 'חסידיש' געווארן א טערם וואס מ'ניצט אויף איינער וואס איז פארקערט פון מאדערן! ס'געווארן א לעוועל פון 'פרומקייט'!
איז וואס מיינט דאס א מאדערנע-חסיד׳שע, לשיטתך עס איז א תרתי דסתרי.
וואס יא היינטיגע צייטן, חסיד׳יש / ליטוויש / חרדים (ווי אזוי מען רופט דא אין א״י) האט גארנישט מיט פרומקייט מיט אידישקייט עס האט מיט איין זאך ווי דרייסטו זיך ווער זענען דיין חברים אא״ו אזוי מיין איך
אין פלעצער ווי עס וואוינען פונקט אזוינע ערליכע יודן נישט חסידיש ווי חסידיש, ווי למשל אין בני ברק, וואס דארט זענען יא דא עכטע ערליכע ליטווישע יודן, וואס זענען זאך אזוי פרום ווי די פרומסטע חסידישע יודן, בין איך נייגעריק צי דארט ניצט מען אויך דער שפראך.
יא, אין די מקומות נוצט מען אויך די שפראך, יא חסיד׳יש נישט חסיד׳יש.
 
ביי חסידים האט מען דירעקט נישט גערעדט איבער קליידער. די עיקר איז פנימיות. אז קליידער האבן ממש אזא שטארקע השפעה דאן פעלט יסודות פון דער וואס ווערט נשפע.
מאנכע כאפן נישט די קאנצעפט.
אמת, מען האט נישט געמאכט קיין אישו פון די קליידער, בפרט ביי מענער.
דאס איז אבער נאר אזוי לאנג גוט ווילאנג 'קיינער' מאכט נישט קיין אישו דערפון, נישט די עלטערן, נישט דאס קינד, דעמאלס מאכן די מוסדות אויך נישט קיין אישו.
אבער טאמער הייבן די עלטערן אן אריינצולייגן אן עבודה אין די קליידונג, די מארקעטערס זענען מפיץ דעם דבר הבגד בערי מאנסי ובחוצות בארא פארק, און מען הייבט זיי אן צו פוצן און צו מעטשן, דאן דארף מען האבן טענות אויף די וואס האבן אריינגעברענגט די קאנצעפט פון קליידער ביי חסידים. די מוסדות פרובירן שוין נאר אפצושטעלן דעם פלייץ און מחדש זיין ימינו כקדם אז יונגלעך זאלן נישט גיין מיט סטייליש בגדים, נאר פשוט'ע צניעות'דיגע קליידער.
 
הערטס אויף זיין וואן טרעק מיינדעד!! קיינער ווערט נישט געטריגערט פון נארישע טייט הויזן!!!
ס'פשוט א עכטע גויאישע וועג פון זיך אנטוהן!! זייער זייער פראסט!! און אז דו ווילסט לעבן ווי א גוי, שיק דיינע קינדער אין פובליק סקול!!
שיקן אין א חסידישע חדר און ווערן בייז אז מ'לאזט נישט דיין קינד זיך אנטוהן ווי א גוי, בוסטו א משוגענער!!!
איך ווייס נישט, מיין אינגל איז שוין אפאר מאל געגאנגען און חדר מיט חסידישע הויזן, נאר ס'געווען אביסל אויסגעוואקסן לויט די חדר שטייט זיך, און די מנהל איז געווען זייער הארש צי אים, א כתה ב' אינגל, די הערסט??? כתה ב'!! אז ס'איז נישט חסידיש.. ער זאל בשום אין אופן קומען מיט עס מער,
מ'טערארזירט מיט צעטלעך יעדע פאר וואכן, קאם אן,

ס'נישט קיין פראסט פראבלעם, אנשטאט ארויסציווארפן חזרים, נעמט מען ארויס די פראסט קארד
 
בקרוב וועלן מענער דארפן גיין מיט סקורטס אז די רבנים/עסקנים זאלן נישט קומען לידי הרהור...
די הלכה אין שולחן ערוך איז אז מענער דארפן גיין סקירטס וועגען צניעות.
 
למעשה אז עס זענען נאר דא צו באקומען געי מלמדים (די גראדע אפלייען דאך נישט פאר די דזשאב) מוז מען דאך עפעס טון זיי צו האלטן אין די ראמען.
האסט א בעסערע עצה?
😆 א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז יעדע ווישער מלמד איז געי ווארים געלט מאכט מען נישט ……

דרך אגב האלט עס שוין אזוי ווייט א צווייטער האט מיר פארציילט אז אין זיינ יונגלס כתה איז א מלמד ארומגעגאנגען פיעלען יעדענס פיס אויב די הויזען איז אויסגעהאלטען…..
 
ADAXKWr.webp
tgp9sdi.webp
 
אין א וועג איז דאס א מעלה, ווייל דער עולם הייבט אן ווערן מער און מער פעד אפ פון די עקסטרעמיסטן און די גאנצע טאליבאנער הנהגה וואס פירן די היימישע סיסטעם.

אפילו די וואס זענען פרא-סיסטעם הייבן אן איינזעהן אז עס ווערט ערגער אין ערגער מיט די תקנות און קאפריזן, און אז זיי זוכן בלויז צו דערביטערן אונזער לעבנס.

סא צו ענק מנובלים, קיעפ גאואינג, נאך א ביסל קענען ענק עפענען אייגענע מוסדות פאר ענקער קליקע, דארט וועט עטס קענען צווינגען אנצוטון הידזשאבס אפילו פאר זכרים, אזוי זאלן די קראנקע מלמדים נישט ווערן צוהיצט פון אויפגעדעקטע רויע פלייש.
 
כתבתי זאת בקאווע שטיבל ע"ה
די פארגאנגענע מאנטאג נאכט איז געווען א טעלע קאנפערענץ פאר אלע פרויען אין וויליאמסבורג, פאררופן דורך אלע תלמוד תורה'ס אין וויליאמסבורג.
מען האט אויפגעפאדערט די פרויען צו אריינרופן א נומער צען אזייגער און וואס מיינט איר האט מען דארט גערעדט? איבער די פרישע פירצה פון מלבישים ביי אינגלעך...

עטליכע (מענער) רעדנער האבן אויפגעקעלערט די פרויען אז די מצב ביי די קינדער איז ממש געפערליך, מען האט געמאכט אן "אויפוואכונג" און געמאלדן די גראנדיעזע פלענער פון א נייע מהלך ווי יעדע בגד וואס מען קויפט אין געשעפט וועט דארפן האבן א הכשר!

איך קען דא אריינשטעלן אן עמאודשי וואס ברויזט פאר צארן, אדער איינס וואס רייסט זיך פאר געלעכטער, אדער די בארימטע עמאודשי פון א בערגל אפפאל. אבער נישט דאס ליבע ברודער איז וואס איך וויל. זיך רעגן און לצנות מאכן פון עטליכע ראסטיגע בהמות מיט שמאלע מוחות איז עפעס פון וואס אונז אלע זענען שוין מיד. ס'איז עפעס גאר טיפערס וואס צושטורעמט דאס הארץ און רויבט צו מיין מנוחה.

מען האט דארט צוזאמגערעדט כל מיני הוילקייטן צו מעורר זיין די חשוב'ע פרויען אויף דעם 'קריטישן' נושא. פיין און וואויל, אבער ס'איז געווען איין שורה פון די גאנצע נאכט וואס האט מיר דערשראקן ביזן גרונד און מיר צושאקלט ביז העפטיגע הארץ קלאפעניש.

ארויסצוברענגען די פראבלעם פון די 'היינטיגע' קליידער ביי אינגלעך האט איינער פון די בעלי דרשנים געזאגט אזוי: "ס'איז ליידער דא מענטשן וואס לאקערען אויף קינדער. זיי זאגן קלאר, אז די קינדער וואס גייען אנגעטון 'אזוי' ציט זיי זייער שטארק און ס'רייצט זיי אן! פארוואס האבן מאמעס נישט קיין שכל, און שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"

אזוי שאקירט ווי איר זיצט יעצט, אזוי בין איך געבליבן זיצן ווען מיין ווייב האט מיר דעם דבר טיפשות נאכגעזאגט. א טרער האט זיך מיר געשטעלט אין אויג און דאס ווייב מיינער האט שוין געקלערט אז איך הייב אן ווערן עמאושענעל פון דעם בהמה'ס דרשה...

פארשטייט זיך אז יענער האט צוגעלייגט אז ער טוט ח"ו נישט בארעכטיגן די דאזיגע מענטשן, אבער פארט דארפן מיר טן אלעס אז ס'זאל נישט קומען דערצו... בלא בלא בלא

איך וועל זיך נישט באציען יעצט צו דעם זינלאזן טענה, נאר ליבערשט זיך פארטיפן אין די חורבן וואס איך זע ווי עס שפילט זיך אפ פארנט פון מיינע אויגן, און דאס איז וואס רירט מיר דאס הארץ. איך וויין פאר די קומענדיגע דורות וואס גייען ליידן פון דעם שוטה'ס ווערטער. דאס האט מיר טאקע באוואויגן צו שרייבן צו אייך און ארויסגעבן מיין שרעק.

וואלט איך שוין געווען גענוג גרויס, וואלט איך געעפענט אן אשכול מיט'ן נאמען: איך גלייב אין עוועלושען (בלויז פאר קליקבעיט...)

דא שפילט זיך אפ אן עוועלאושן פון "צניעות פאר אינגלעך". אז מען טוט אביסל דורך די עוועלושן פון "הלכות צניעות", קען מען טאקע זען אז לויט ווי אזוי זאכן גייען, גייט מען איין טאג האלטן מיט די אינגלעך גענוי ווי מען האלט היינט מיט פרויען.

אט איז וואס איך זע:
מודעות און אלע גאסן אז אינגלעך זאל נישט גיין מיט קיין שרייעדיגע קאלירן און שמאלע געפאסטע וכו' ווייל מען קען מכשיל זיין אנדערע...
אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין גאס און זיכער נישט שמיסן און ארומלאכן הויך ווייל ס'איז אומאיידל און קען ציען אן אויג...

אוי, ס'איז ביטער.
 
למעשה אז עס זענען נאר דא צו באקומען געי מלמדים (די גראדע אפלייען דאך נישט פאר די דזשאב) מוז מען דאך עפעס טון זיי צו האלטן אין די ראמען.
האסט א בעסערע עצה?
געטראכט די זעלבע, אויב נאר די סארט ווערן מלמדים דאן מאכט סענס די מערכה

‐-------

איך טראכט יעצט אז עפשער האלטן די בעל מערכה אז אויב וועלן די קינדער אנהייבן גיין מיט ברייטע הויזן וועלן אנדערע סארט מענטשן אנהייבן אפלייען פאר א דשאב צו ווערן א מלמד, און יענע סארט איז עפשער בעסער אדער האט עפעס א בענעפיט פאר זיי אויב זיי ווערן מלמדים... למשל עפשער האבן זיי זיך דערזען אז עס איז נישט דא גענוג געי מענטשן במילא האבן זיי א שארטידש אבער אויב גייען זיי סווישטשען מארקעטינג און אנהייבן אפלייען פאר לאמיר זאגן לעסביענס וועט די נומערן פון אוועלעבל מלמדים ארויפשיסן...

איך ווייס אז דאס איז א מאדנע וועג פון טראכטן אבער ווער ווייסט צו עס ליגט נישט עפעס אמת דערין...🤔
 
  • פנים קרים
רעאקציעס: Yesh
לבושי כבוד געט א גאראנטי אז ווער עס טראגט די קליידער גייט נישט ווערן מאלעסטעט?
 
לבושי כבוד געט א גאראנטי אז ווער עס טראגט די קליידער גייט נישט ווערן מאלעסטעט?
ניין זיי גיבן א גארנטי אז ווער עס קויפט זייער סחורה מאכט זיכער אז די גאנצע מארקעט זאל זיין קאנטראלירט דורך צוויי גרויסע פירמעס...
 
איך קען נישט כאפן וואס זיי גייען טוהן אין דריי יאר ארום ווען זיי גייען זעהן אז נישט די קליידער איז די פראבלעם, נאר די מוח איז די פראבלעם.

די חזירים דארף מען פארשיקן, נישט די הויזן
 
מען וועט מאכען גיידליינס פאר די אינטער וועש\הויזן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אלע פארפירערס זאלן זיך בארואיגן און אנהייבן אדורכטראכטן אן קיין נגיעות: עס איז נישט נארמאל ווי אזוי מאמעס טוען אן זייערע קינדער!

לדעתי, אויב מען מאכט אזא גרויסן אויסוואל וואס מען קען יא אנטון פאר די קינדער, און די בגדים זענען זייער לייטיש, שיין, און פון גוטע סחורה, דאן אדרבה.

און דאס וואס מאנכע שרייען אז די מארקעט וועט ווערן קאנטראלירט ביי צוויי גרויסע קאמפאניס — נאכן קוקן אין די בראשור און פרעגן איינעם פון די וואס זענען עוסק דערין, זעט מיר אויס אז מען ארבעט מיט אלע קאמפאניס וואס ווילן זיך צושטעלן דערצו. מען איז נישט דא צו "בעקן" קיין איין קאמפאני מער ווי א צווייטן. איך זע דא כמעט אלע העמדער פון אלע היימישע קאמפאניס, און עס זעט מיר אויס ווי צוביסלעך גייט מען צו מער און מער קאמפאניס, א"כ תבוא עליהם ברכה!
 
אלע פארפירער'ס זאלן זיך בארואיגן!
און אנהייבן אדורכטראכטן אן קיין נגיעות,
עס איז נישט נארמאל, ווי אזוי מאמעס טוען אהן זייערע קינדער!
איך לדעתי אויב מען מאכט אזא גרויסע אויסוואל וו
וואס איז דיין פאק אין ביזנעס אז יענער גייט אנגעטון אין דיינע אויגן 'נישט נארמאל'?

ווער האט דיר געפרעגט?
 
למעשה אז עס זענען נאר דא צו באקומען געי מלמדים (די גראדע אפלייען דאך נישט פאר די דזשאב) מוז מען דאך עפעס טון זיי צו האלטן אין די ראמען.
האסט א בעסערע עצה?
געפעלט מיר די גאנצע ספין פון 'לאקערער'ס'...

איינעם גייט אן אז קינדער ווערן מעלעסטעט??


ס'קומט צו קאנטראלן נעמט מען ארויס די מעלעסטעישן קארטל...גיוו מי עי ברעיק
 
וואס איז דיין פאק אין ביזנעס אז יענער גייט אנגעטון אין דיינע אויגן 'נישט נארמאל'?

ווער האט דיר געפרעגט?
איך פארשטיי גראדע די צד וואס פארלאנגט אז מען זאל נישט אנטוהן שמאלע הויזן (צי איך בין גרייט דערפאר איז א עקסטערע שמועס)

אבער די וועג וויאזוי דאס גייט צו איז זיכער נישט די גוטע וועג, אנשטאט מאכן א תקנה אז דו מוזט קויפן פון די פירמע, דארפסטו אויסלערנען אלע מאמעס/טאטעס וואס איז די פראבלעם להלכה צו גיין אנגעטאן טייט און זאל יעדער - ווען ער קויפט איין פאר די קינדער - אליינס באשליסן ביים סעלעקטן הויזן אויב עס איז אויסגעהאלטן.

די סיבה פארוואס מען טוט נישט די פאריגע עצה איז ווייל דער פראבלעם איז אסאך טיפער ווי מען מיינט עס איז... וואס דאס איז אז קיינער קערט נישט וואס די הלכה זאגט, סיי די פרויען און סיי די מענער ווילן אנטוהן די קינדער שמאלע הויזן אז זיי זאלן אויסזען שיין, און שוין.

(יעדער טענה'ט אז די סטארס זענען שולדיג פארן פושן די טייט הויזן אבער באמת האט עס נישט מיט זיי, די סיבה זיי פארקויפן עס איז ווייל די עולם דארף עס, ווען מען קויפט אליינס איין אין גוישע סטארס קויפן רוב מענטשן אויך טייטע הויזן פאר די קינדער, די אידישע סטארס זענען פלעין דא זיך צוצושטעלן צו די קונדן, און זיי זעען אז דער עולם זוכט אזא פראדוקט פארקויפט מען עס)

די עכטע פראבלעם איז, אז אין דזשענערל איז דא א ריזיגע פראצענט פון מענטשן וואס קומען ארויס פון אונזער מוסדות'ער אן קיין טעם אין אידישקייט, מען האט פארפעלט צו לערנען די ריכטיגע וועג וועגן אידישקייט און אז עס איז געשמאק צי זיין א איד, מיט אלע מעלות וואס אונז זענען בעסער פון די גויים, במילא קומט אויס אז ווען מען זאל פרעגן א רענדאם יונגערמאן אויב ווען ער באקומט יעצט די אפציע צו נאכאמאל געבוירן ווערן און די קענסט טשוזען אויב א גוי אדער א יוד וואס ווילסטו זיין, וואלטן זייער אסאך געענטפערט א גוי.

און דאס, מיינע פריינד, איז דער פראבלעם וואס די חרדישע קרייזן האבן אין יעדע זאך וואס קומט צו אידישקייט און איז שווער צו איינהאלטן, פאר זייער א גרויסע פראצענט גייט נישט אן וואס עס שטייט אין שולחן ערוך, דער עולם וויל לעבן פריי.
 
די עכטע פראבלעם איז, אז אין דזשענערל איז דא א ריזיגע פראצענט פון מענטשן וואס קומען ארויס פון אונזער מוסדות'ער אן קיין טעם אין אידישקייט, מען האט פארפעלט צו לערנען די ריכטיגע וועג וועגן אידישקייט און אז עס איז געשמאק צי זיין א איד, מיט אלע מעלות וואס אונז זענען בעסער פון די גויים, במילא קומט אויס אז ווען מען זאל פרעגן א רענדאם יונגערמאן אויב ווען ער באקומט יעצט די אפציע צו נאכאמאל געבוירן ווערן און די קענסט טשוזען אויב א גוי אדער א יוד וואס ווילסטו זיין, וואלטן זייער אסאך געענטפערט א גוי.
איר זענט אביסל גערעכט,
און ב"ה אין דעם איז אויך דא א גרויסע אויפוואכונג, ב"ה!
דהיינו אז די מוסדות האבן אנגעהויבן לערנען מיט די קינדער יסודות הדת, ווי אויך ווערן זאכן אראפגעלייגט סאך געשמאקער, און מיט מער טעם און הסברה.
 
אלע א"ג פראבלעמען זענען סתם ספינס. מ'מעג לכתחילה גיין שמאלע הויזן, א קינד זיכער, מעלעסטערס איז ווייטער א ספין. קיינעם גייט עס נישט אן און ס'האט נישט ווי שיין די קינד זעט אויס.

ס'געפעלט דיר נישט יענעמ'ס סטייל, אדער דו האלסט אז יענער איז צופיל פארנומען מיט חיצוניות, גיי קיש דיר. ס'האט גארנישט צו טון מיט דיר.
 
Back
Top