צומאכן אייוועלט

זאלן פילטערס בלאקן אידישע וועבזייטלעך?

  • יא

    Votes: 19 39.6%
  • ניין

    Votes: 27 56.3%
  • אנדערע: זיי מסביר

    Votes: 2 4.2%

  • Total voters
    48
דו האסט עס אליינס געשריבן האב איך מורא...
איך האב מיר געשפירט ווי כאילו איך וואלט עס געמאכט, אבער קוקט אויס ס'דא נאך גוטע פענעס... מיר האבן נאך אזעלכע וואס קענען שארף שיסן
 
And you know what לאז אפ די רבנים ווי זענען דעי אלע קנאים וואס האבן געמאכט א מחאה אויף יעדע קליינע זאך ווי די פרעס טראק און גל פז איינער געדענקט?...
איך געדענק...

זייט ס'האט זיך אנגעהויבן די מערכה פון די אנטי אינטערנעט מענטשן קעגן "היימישע" זייטלעך, האלט איך יעדן טאג מער און מער אז זיי זענען גערעכט.
מ'דארף צומאכן אייוועלט, אידטיש, Yiddish24 א בליק לייוו, וכו' וכו'
פאר א פשוט'ע סיבה, פרומע אנטי סמארט פאון אידן/כולל אינגעלייט האבן נישט קיין Skin in the game צו זיי גייט גארנישט געשען אויב מ'נעמט אַוועק יעדנ'ס סמארט פאון זיי גייען ווייטער האבן זייער אייוועלט אידטיש Yiddish24 א בליק לייוו וכו' ווי צו זיצן נאך כולל
לאמיר זעהן ווען מ'נעמט אַוועק דיין אונטערהאלטונג וויאזוי די וועסט רעאגירן
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן זיצן אויף יוטוב אבער די פארפאסט נישט קיין איין גוגל דרייוו לינק אין די "שמייכל" פארום
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן קוקן מאוויס אבער די וועסט נישט פארפאסן קיין איין נייע פלעי אדער וולאג ח"ו
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן האבן א שוואכע פילטער וואס לאזט אדורך יוטוב אבער לאמיך זעהן וואס געשעהט ווען משומר פארשפארט איינע פון דיינע אונטערהאלטונג וועבזייטלעך, דיין פילטער וועט פליען שנעלער ווי א גאליציאנער נאך א פעני
פאר איך ענטפער, א נארישע שאלה איז דא א קלער דערפון ביי אייוועלט אדער סתם דו מאכסט א טריפי שמועס? לאל
איך ליין שוין נישט דארט מער

אינטערנט איז נאך אסור? הער אויף
 
מיין מאמע פלעגט זאגן, אז רבינו הקדוש האט געהאלטן אז א פושע ישראל איז ערגער ווי א גוי...
אויב איינער איז עמטליך א ראש פתוח, און קוקט אלעס [כמעט...], ניחא. אבער עושה מעשה זמרי, ומבקש שכר כפינחס?

אין שול ביסטו א שיעור זאגער, א מחנך, א ברייטע הוט ווי א פריוואטע עירפארט... און פיאות צענדליגע טפחים.
מ'קען זיך טועה זיין אז דא שטייט א געשטעל פון די ראשונים, און אונטערן שלייער איז ער א יושב בטל ומשחק באייוועלט...

ממילא והוקע אותם שרייען אלע פאשקעווילן.
 
1744325684319.png
 
עושה מעשה זמרי, ומבקש שכר כפינחס?

אין שול ביסטו א שיעור זאגער, א מחנך, א ברייטע הוט ווי א פריוואטע עירפארט... און פיאות צענדליגע טפחים.
מ'קען זיך טועה זיין אז דא שטייט א געשטעל פון די ראשונים, און אונטערן שלייער איז ער א יושב בטל ומשחק באייוועלט...
ליידער [ב"ה] איז זיכער דא אזעלעכע, וואס די היציגע נייגער און שלעסער אויף די טוילעט טירן ערלויבן זיי אריינצוקוקן ביי די גוי, אבער ווען זיי קומען ארויס און וואשן זיך די הענט לעבן זיי א צווייטע רעאלעטי, מיט די האפענונג אז מען קען ביידע אנהאלטן מיט א נאמנות, און ביי אסאך פון זיי ארבעט עס טאקע, זיי לעבן א ערליכע פרומע לעבן און און פאר זיך האט ער זיינע נסיונות וואס ער איז מסכים צו שילן דערמיט [מיט זיינע אייגענ גבולים]...
 
ראיתי בני עליה והמה מועטים - זאג די גמרא

און נישט נאר מועטים, נאר זייער זייער ווייניג. רובם זענען שתי פנים
 
מיין מאמע פלעגט זאגן, אז רבינו הקדוש האט געהאלטן אז א פושע ישראל איז ערגער ווי א גוי...
אויב איינער איז עמטליך א ראש פתוח, און קוקט אלעס [כמעט...], ניחא. אבער עושה מעשה זמרי, ומבקש שכר כפינחס?

אין שול ביסטו א שיעור זאגער, א מחנך, א ברייטע הוט ווי א פריוואטע עירפארט... און פיאות צענדליגע טפחים.
מ'קען זיך טועה זיין אז דא שטייט א געשטעל פון די ראשונים, און אונטערן שלייער איז ער א יושב בטל ומשחק באייוועלט...

ממילא והוקע אותם שרייען אלע פאשקעווילן.
דאס ענטפערט מיין שאלה? צו סתם דו רעדסט זיך אויס די הארץ
 
דו פרעגסט אויב אייוועלט האט קלער צו פארמאכן? און מדינת ישראל האט יא א קלער צו פארמאכן?
אז מ'איז זיי מפרסם לשמצה, איז דא האפענונג אז ס'וועט שנעלער גיין מטה מטה ישלשו..
 
פאר איך ענטפער, א נארישע שאלה איז דא א קלער דערפון ביי אייוועלט אדער סתם דו מאכסט א טריפי שמועס? לאל
איך ליין שוין נישט דארט מער

אינטערנט איז נאך אסור? הער אויף
בכלל נישט קיין קלער ווי ווייט איך ווייס
דאס איז סתם צו ארויסגעבן מיינע געפילן אויף די היפאקריטיע אביסל
 
מיין מאמע פלעגט זאגן, אז רבינו הקדוש האט געהאלטן אז א פושע ישראל איז ערגער ווי א גוי...
אויב איינער איז עמטליך א ראש פתוח, און קוקט אלעס [כמעט...], ניחא. אבער עושה מעשה זמרי, ומבקש שכר כפינחס?

אין שול ביסטו א שיעור זאגער, א מחנך, א ברייטע הוט ווי א פריוואטע עירפארט... און פיאות צענדליגע טפחים.
מ'קען זיך טועה זיין אז דא שטייט א געשטעל פון די ראשונים, און אונטערן שלייער איז ער א יושב בטל ומשחק באייוועלט...

ממילא והוקע אותם שרייען אלע פאשקעווילן.
און וואס איז מיט די וואס זיצן אין קרעמל?
 
סארא פראגע... קרעמל איז דאך געבלאקט ביי משומר

ווידעראום עולם הביצים, ווייס איך אויף הונדערט פראצענט זיכער, אז די זעלבע וואס פארשפרייטן און מאכן דאס גאנצע מערכה קעגן אינטערנעט, און דאס גאנצע אפיס פון משומר בכלל, זענען אויף אייוועלט, יעדע ליידיגע מינוט וואס זיי האבן.

כ'קען נישט זאגן אז אלע ממש, אבער 99 פראצענט פון זיי זיכער.

אין דעם איז נכלל, מגידי שיעורים, מנהלים, ראשי החברות, גדולי מחנכים, 'גדולי' רבנים, וועד הצניעות, אזעלכע וואס זענען יושבים ראשונה ביי רוב היימישע מסיבות און אסיפות און כינוסים ביי כלל ישראל.

[אדמורים קען איך נאר געציילטע וואס זענען אמאל געווען דערויף, היינט ווייס נישט]

ממילא, וואס האסטו געפרעגט????? וואס איז מיט די וואס זיצן אין קרעמל?
זיי זענען נישט קיין שתי פנים, זיי ווייסן ''ביי זיך'' כאטשיג, אז זיי האבן זיך מתיר געווען, און נישט ווי יענע הייליגע גלחים, וואס האלטן 'זיך' באמת לאמיתו ווי ריין און הייליג, עד כדי צו געבן ברכות און צוזאגעכטצער, קוויטל נעמען און פסק'נען חומרי ההלכות בקודש ועניני טהרה.

גענוג געזאגט.
 
וואס וואונדערסטו זיך אזוי, אזוי קוקט אויס א טאליבאנע קולט, די גרעסטע פורן קוקערס האקן אויף מיע קהאליפא מיטן הידזשאב און אימאנישע טראגע.

ווער האקט נאך אויף רבנים אין 2025... ליין איין ביכל אדער קוק איין ווידיא איבער א קולט וועסטו איינזעהן וואס חרדיזים איז. כ'ווייס ס'ציפט צו הערן איך מאך נישט די פאקטן. ס'איז וואס ס'איז.

איף האף איך מיט מיינע ווערטער בין גענוג גראב און פרעך חלילה נישט צו זיין א שתי פעיסער
 
אבער כ'האב געזאגט 99 פראצענט, ווייל ס'איז דאך דא יודען וואס זענען באמת ערליך, און היטן זיך טאקע אפ, סיי בין אדם לחברו, נישט וויי טון, און סיי בין אדם למקום, אז זיי ווייסן ווי זיי שטייען. זיי פאפען זיך נישט.
טאקע ווייניג, פון א קהילה פון טויזענט האסטו א קליינע פראצענט, אבער זיי זענען שקול כנגד כל הפרומאקעס שנקראים גאטס פאליציי...
א יוד וואס איז באליבט ביי אלע, איז א צייכן אז ער לערנט תורה לשמה, און דווקא פון אים זאג די משנה, ונהנין ממנו עצה ותושיה, נישט איינער וואס האט א פראבלעם וועגן די גאס, און פאליטיק און די איבריגע נאנסענס.
 
Back
Top