Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
במחילת כבודך, מיין פילינג איז אז ס'איז נישט ריכטיג צו שרייבן וועלכע ניקים זענען נעימלעס.עס זענען דא עטליכע NAMELESS אין קאװעשטיבל. ניקס װעלכע האבן אױסגעמעקט זײערע פענע נעמען בשעת װען קאװעשטיבל האט זיך פארמאכט. צװישן זײ:
@יאנקל
@אבטולמוס
@ריכטיג
@גראדעמעכעלע
@מאך זיכער
װער ס'געדענקט נאך װערט מכובד צוצולײגן.
און א מגלה ניקים וואס האט געוואר געווארן דורך גרובלען האט זיי מגלה געווען 'נאר צו זיינע חברים'
) סיי וועלכע מענשאָן און טעג פון די אויבנדערמאנטע ניקס אויסגעריסן?
4) נאך 25% פון די סייט אפגעשלאסן און אַאוּט אָף וויאָוּ לצמיתות?
אויב אזוי איז דיין בליק אויף גילוי בין איך באמת צופרידן אז כ'האב זיך נישט באקענט מיט דיר.אה, איך האב דאס פארזעהן. נו, אױפדעם האב איך דאך געזאגט אז זײ האבן נישט גענוג אובאכט געגעבן נישט צופארצײלן אפי' פאר אײנעם אױך נישט. איך פארשטײ אז ס'איז נישט זײער שולד געװען וכו' וכו' אבער דאס איז פאקט. אהנע הרגשים גערעדט.
כ'מיין אז געוויסע האבן געוואלט א גאנצע מחיקה עד הסוף. נאר די ק"ש פארוואלטונג האט געזאגט אז ק"ש האט רעכט איבער די שריפטן און זיי דארפן עס נישט פארמעקן.איך גלײב אז די ניקים פון װעמען מען רעדט װילן דאך אױך נישט אז מען זאל זײערע הודעות גענצליך אױסמעקן. זײ װילן האבן האבן דעם קײק גאנץ און עס אױכעט עסן.
איך פארשטײ נישט פון װאנעט דו האסט געצױגן א מסקנא אז איך נעם אָן גילוי לײכט. בכלל נישט. נאר איך האלט אז גײן װאנדאליזירן א פובליק פארום צוליב א יחיד'ס מיסטײק אױף א מעוות שלא יכול לתקון איז אַן עװלה. אז צו אײנעם איז געשעהן גילוי, שפארט מען אפ די ניק, מען װארפט ארױס דעם מגלה און מען פאנגט אָן פונדאסנײ. װאס איז דאס פארמעקן דײנע פריעדיגע הודעות אדער ניק-נײמס? װאס זענען אנדערע שולדיג?אויב אזוי איז דיין בליק אויף גילוי בין איך באמת צופרידן אז כ'האב זיך נישט באקענט מיט דיר.
װײל זײ האבן דאס נישט לכתחילה געשריבן בעילום שם. װער האט דעם בעל הק"ש א רעכט געגיבן צו פארמעקן זײערע ניקס אױף זײער בקשה?און בעיקר כ'פארשטיי נישט דעם לאגיק פארוואס אויב זיי וואלטן יא געוואלט זייערע הודעות זאל בלייבן בעילם שם זאל דאס בארעכטיגן מ'זאל שמירן איבער זייערע ניקים.
נאך א מזל זײ האבן נישט פארלאנגט מען זאל מײנע הודעות אױכעט אױסמעקן..כ'מיין אז געוויסע האבן געוואלט א גאנצע מחיקה עד הסוף. נאר די ק"ש פארוואלטונג האט געזאגט אז ק"ש האט רעכט איבער די שריפטן און זיי דארפן עס נישט פארמעקן.
הודעות װאס זענען פּאַרט פון שמועס שטײען נישט אפגעטײלט פארזיך אלײנס. זײ פארמירן פארט פון א האָוּל, פון א קאמפאזיציע. מען קען אױף זײ נישט קוקן אין אײסאָלײשְן. איך האלט אײנמאל ער האט עס געשיקט, אלס חלק פון א דיסקוסיע, האט ער טאקע מער נישט א פולקאמע רעכט איבער זײן הודעה.און דו טענהסט אז די רעכט איז גאר דיינס אלץ ליינער אז היות א שרייבער האט דיר מהנה געווען פאר א שטיק צייט מיטן שרייבן - טאר ער אפי' נישט בעהטן מ'זאל מעקן?!
אז דו פרעגסט מיר, איך האלט טאקע אז דאס איז אַן עװלה. מען װאלט עס געדארפט שטעלן פאר א װאָוּט. אבער װאס װײס איך.אין קרעמל קענען די וועטעראנען אלעמאל מעקן.
איך האב איין נאכט אינמיטן א דעיט זיך אפגעשטעלט און אויסגעמעקט אלע הודעות פון א ניק וואס האט געהאט א גילוי עמערדשענסי און געבעהטן מ'זאל אלעס מעקן.