- זיך איינגעשריבן
- מאי 22, 2024
- מעסעדזשעס
- 221
- רעאקציע ראטע
- 1,136
- פונקטן
- 223
שוין א לאנגע צייט וואס איך קווענקל זיך צי יא שרייבן אדער נישט שרייבן... ווער זאגט אז עס איז בכלל א פראבלעם...
איך ווייס עכט נישט געהעריג וויאזוי עס אנצורופן... צי סאושעל ענקזייעטי, לאו סעלף עסטים, אפשר אינטראווערטיזם...
מיין פראבלעם אין הארטע ווערטער איז, אז איך האב א מורא'דיגע שוועריגקייט און פחד אנצוקניפן נייע קשרים, מאכן פרישע רילעישאנשיפס מיט מענטשן.
איך קען זיין איין סארט מענטש צווישן מיין טייט סירקל פון משפחה און נאנטע ידידים, פירן די קופקע, סאושעל, הומאריסטיש, לאוד... די רגע איך שפאציר אבער ארויס אין די פרעמד, מאך איך איין ווי אן איינגעגעסן קרעפל...
איין תקופה האב איך ביי מיר געטראכט, אז די סיבה פארוואס איך קאנעקט נישט מיט קיינעם איז צוליב וואס איך בין זייער אויפגעקלערט און איך פארנעם פשוט נישט די פארמאכטקייט פון אנדערע (בעל גאווה אלערט...), אבער איך האב אנגעהויבן זען אז ממש פשוט'ע רילעישאנשיפס, ווי מיט שכנים און קוזינס, קומט מיר אן שווער צו האבן, ממילא קען נישט זיין אז דאס איז גאווה...
איך וואוין שוין אויף א גאס א שיינע פאר יאר און ממש איך טויש נישט אויס קיין ווארט מיט קיינעם, חוץ אמאל-אמאל... און בעצם זענען דא מאנכע וואס איך וואלט געקענט באשטיין יא צו האבן א שייכות מיט זיי, אבער יעדע מאל איך קום נאנט צו זיי באפאלט מיר אזא נאסע שווייס, וואס פארמירט אז א הערמעטישע שלאס זאל צומאכן מיין זעהל און נישט ארויסלאזן קיין שום געפילן פון הקרבה אדער דערנענטערשאפט.
נאט טא ברעג, אבער איך בין א זייער געשמאקער מענטש, מלא ידיעות און מער צו די קלוגע אויפגעקלערטע זייט, מיט גאנץ כמעשה'דיגן הומאר... און די מענטשן אין מיין גאר אינערליכן סירקל, ווי משפחה און יוגנט-פריינט, אדער נאנטע ארבעט-שותפים, ענדזשויען מיך גאר שטארק און זוכן צו פארברענגען מיט מיר... און איך האב אויכעט שטארק הנאה פון די רילעישאנשיפ מיט זיי...
סאו, דאס אליין ווארפט אראפ די גאנצע הנחה וואס איך האב אמאל געוואלט טראכטן, אז איך בין אן אינטראווערט, אדער אז איך האב נישט די מינימאלע סאציאלע סקילס, ווייל איך האב דאס קלאר יא... און איך וויל קלאר יא האבן קשרים מיט מענטשן און זיין סאושעל. דער פראבלעם איז פשוט אנצוקניפן נייע קשרים, און עס האלט מיך צוריק צו מאכן פארשריט אין לעבן... מיין לעבן פילט אסאך מאל אזוי בארינג, מיט די זעלבע פאר מענטשן פאר די לעצטע צוויי יאר... דא-דארט קומט איינער צו, אבער בכלליות איז מיין אלגעמיינע סאושעל סירקל גאר קליין און ארים.
מיין ביזנעס וואלט ווען געקענט שטיין פילפאכיג בעסער ווען איך האב ווען אביסל גרעסערע ביצים... מיין גרעסטע שרעק אין לעבן איז צו עפענען א קאנווערסעישאן אדער אפילו בלויז באגריסן אן אומבאקאנטן; עס איז ממש ווי א בלאקעדזש וואס איך האב...
אסאך מאל טראכט איך, זאל יענער צוקומען און מאכן דעם קשר, אבער דא איז דער פראבלעם, אז צוליב מיין בלאקעדזש און ענקזייעטי, גיב איך ארויס אזא פארמאכטקייט וואס ארומיגע קענען שפירן אין די לופט, ווי כאילו איך גיב עטיטוד... אבער בעצם ווילעך נישט דאס... איך האף איינער פארשטייט מיך. ממילא מיינען מענטשן אז איך בין נישט אינטערעסירט אין קיינעם...
און עס רייסט ביים הארץ צוזעענדיג וויפיל קלענערע חכמים, קלענערע בעלי כשרונות, קענען זיך ארומדרייען און איינקלאפן מיט יעדעם, און ביי מיר איז דער גאנצע חוש פארהארטעוועט...
איך קום מיך נישט בלויז אויסרעדן... איך קום דא צו מיינע ידידים צו טרעפן א סאלושען. אפשר קען איך טרעפן ענליכע וואס זענען אין דעם זעלבן מצב... איך וויל קודם אידענטיפיצירן דעם פראבלעם, און קענען אנרופן ביים נאמען, און זען וואס קען מיך ארויסשלעפן פון דעם זומפ...
געטראכט אפשר אייוואסקע? אפשר מופן צו אינגאנצן א נייע געגנט און אנהייבן פון פריש...
איי, איינער גייט מיר זאגן: וואס הייסט? שטיי אויף מארגן צופרי און הייב אן זיין א סאושעל באטערפליי... גריס יעדעם, מאך נייע פרענדס, טשעק אריין אין יעדע קופקע... לאל, הלוואי קען איך דאס טון, עס איז ממש ווי א הימלישער כח האלט מיך צוריק...
צי קומט עס פון לאו סעלף עסטים? איך גלייב נישט... איך האב א פיינע ווייב, געלט בריוח ב"ה... גוטע כשרונות... סאו, נעה... אפשר טראומע פון די יוגנט?? גיי ווייס... איך בין פויל אריינצוקריכן דארטן...
איך האף אז איך האב מיר עטוואס קלאר ארויסגעברענגט... שיק.