צומישטע מחשבות, אין צושלאגענע רעיונות איבער מיין פרעזענליכע סאושעל ענקזייעטי והמסתעף..

משתוקק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 22, 2024
מעסעדזשעס
224
רעאקציע ראטע
1,155
פונקטן
223
שוין א לאנגע צייט וואס איך קווענקל זיך צי יא שרייבן אדער נישט שרייבן... ווער זאגט אז עס איז בכלל א פראבלעם...

איך ווייס עכט נישט געהעריג וויאזוי עס אנצורופן... צי סאושעל ענקזייעטי, לאו סעלף עסטים, אפשר אינטראווערטיזם...

מיין פראבלעם אין הארטע ווערטער איז, אז איך האב א מורא'דיגע שוועריגקייט און פחד אנצוקניפן נייע קשרים, מאכן פרישע רילעישאנשיפס מיט מענטשן.

איך קען זיין איין סארט מענטש צווישן מיין טייט סירקל פון משפחה און נאנטע ידידים, פירן די קופקע, סאושעל, הומאריסטיש, לאוד... די רגע איך שפאציר אבער ארויס אין די פרעמד, מאך איך איין ווי אן איינגעגעסן קרעפל...

איין תקופה האב איך ביי מיר געטראכט, אז די סיבה פארוואס איך קאנעקט נישט מיט קיינעם איז צוליב וואס איך בין זייער אויפגעקלערט און איך פארנעם פשוט נישט די פארמאכטקייט פון אנדערע (בעל גאווה אלערט...), אבער איך האב אנגעהויבן זען אז ממש פשוט'ע רילעישאנשיפס, ווי מיט שכנים און קוזינס, קומט מיר אן שווער צו האבן, ממילא קען נישט זיין אז דאס איז גאווה...

איך וואוין שוין אויף א גאס א שיינע פאר יאר און ממש איך טויש נישט אויס קיין ווארט מיט קיינעם, חוץ אמאל-אמאל... און בעצם זענען דא מאנכע וואס איך וואלט געקענט באשטיין יא צו האבן א שייכות מיט זיי, אבער יעדע מאל איך קום נאנט צו זיי באפאלט מיר אזא נאסע שווייס, וואס פארמירט אז א הערמעטישע שלאס זאל צומאכן מיין זעהל און נישט ארויסלאזן קיין שום געפילן פון הקרבה אדער דערנענטערשאפט.

נאט טא ברעג, אבער איך בין א זייער געשמאקער מענטש, מלא ידיעות און מער צו די קלוגע אויפגעקלערטע זייט, מיט גאנץ כמעשה'דיגן הומאר... און די מענטשן אין מיין גאר אינערליכן סירקל, ווי משפחה און יוגנט-פריינט, אדער נאנטע ארבעט-שותפים, ענדזשויען מיך גאר שטארק און זוכן צו פארברענגען מיט מיר... און איך האב אויכעט שטארק הנאה פון די רילעישאנשיפ מיט זיי...

סאו, דאס אליין ווארפט אראפ די גאנצע הנחה וואס איך האב אמאל געוואלט טראכטן, אז איך בין אן אינטראווערט, אדער אז איך האב נישט די מינימאלע סאציאלע סקילס, ווייל איך האב דאס קלאר יא... און איך וויל קלאר יא האבן קשרים מיט מענטשן און זיין סאושעל. דער פראבלעם איז פשוט אנצוקניפן נייע קשרים, און עס האלט מיך צוריק צו מאכן פארשריט אין לעבן... מיין לעבן פילט אסאך מאל אזוי בארינג, מיט די זעלבע פאר מענטשן פאר די לעצטע צוויי יאר... דא-דארט קומט איינער צו, אבער בכלליות איז מיין אלגעמיינע סאושעל סירקל גאר קליין און ארים.

מיין ביזנעס וואלט ווען געקענט שטיין פילפאכיג בעסער ווען איך האב ווען אביסל גרעסערע ביצים... מיין גרעסטע שרעק אין לעבן איז צו עפענען א קאנווערסעישאן אדער אפילו בלויז באגריסן אן אומבאקאנטן; עס איז ממש ווי א בלאקעדזש וואס איך האב...

אסאך מאל טראכט איך, זאל יענער צוקומען און מאכן דעם קשר, אבער דא איז דער פראבלעם, אז צוליב מיין בלאקעדזש און ענקזייעטי, גיב איך ארויס אזא פארמאכטקייט וואס ארומיגע קענען שפירן אין די לופט, ווי כאילו איך גיב עטיטוד... אבער בעצם ווילעך נישט דאס... איך האף איינער פארשטייט מיך. ממילא מיינען מענטשן אז איך בין נישט אינטערעסירט אין קיינעם...

און עס רייסט ביים הארץ צוזעענדיג וויפיל קלענערע חכמים, קלענערע בעלי כשרונות, קענען זיך ארומדרייען און איינקלאפן מיט יעדעם, און ביי מיר איז דער גאנצע חוש פארהארטעוועט...

איך קום מיך נישט בלויז אויסרעדן... איך קום דא צו מיינע ידידים צו טרעפן א סאלושען. אפשר קען איך טרעפן ענליכע וואס זענען אין דעם זעלבן מצב... איך וויל קודם אידענטיפיצירן דעם פראבלעם, און קענען אנרופן ביים נאמען, און זען וואס קען מיך ארויסשלעפן פון דעם זומפ...

געטראכט אפשר אייוואסקע? אפשר מופן צו אינגאנצן א נייע געגנט און אנהייבן פון פריש...

איי, איינער גייט מיר זאגן: וואס הייסט? שטיי אויף מארגן צופרי און הייב אן זיין א סאושעל באטערפליי... גריס יעדעם, מאך נייע פרענדס, טשעק אריין אין יעדע קופקע... לאל, הלוואי קען איך דאס טון, עס איז ממש ווי א הימלישער כח האלט מיך צוריק...

צי קומט עס פון לאו סעלף עסטים? איך גלייב נישט... איך האב א פיינע ווייב, געלט בריוח ב"ה... גוטע כשרונות... סאו, נעה... אפשר טראומע פון די יוגנט?? גיי ווייס... איך בין פויל אריינצוקריכן דארטן...

איך האף אז איך האב מיר עטוואס קלאר ארויסגעברענגט... שיק.
 
נישט אז מ'קען דיאגנאזירן אזוי אויף קרעמל, אבער ס'שיינט צו זיין רעגולער סאושעל ענקזייאיטי. מיליאנען מענטשן ליידן פון דעם.

האסט נישט פרובירט נאך צו גיין צו א טעראפיסט?
 
הוי יויש מיין הארץ איז מיט דיך...

ליידער שער איך די זעלבע פראבלעם איך בין און א תפיסה
איך גיי שוין כמעט נישט און שיל ווייל איך האלט נישט אויס זיך ארום צי דרייען מיט א שלאס אויף מיין מויל און זעען יעדער חיץ מיך זיך אינדשויען

שוין געטרייט טערפי עס האט נישט עכט געהאלפן
 
נישט אז מ'קען דיאגנאזירן אזוי אויף קרעמל, אבער ס'שיינט צו זיין רעגולער סאושעל ענקזייאיטי. מיליאנען מענטשן ליידן פון דעם.

האסט נישט פרובירט נאך צו גיין צו א טעראפיסט?
שוין גערעדט צו א טעראפיסט דערוועגן א לאנגע צייט צירוק...

נישט ציפול געהאלפן חוץ די validation אין דאס מאכן פילן גוט אויפן מינוט...

איז דא עפעס האפענונג מיט טעראפיע?

איך קען באשטיין צו הערן אויב איינער האט עקספיריענס.
 
קודם עס קומט זיך דיר אסאך פארן שרייבען עס איז זייער שווער צו שרייבען עפעס מיט וואס מען סטראגלט

איך האב מיך זייער געמוטשעט מיט דעם אפשר נאך מער ווי די שרייבסט ...
און איך האב זיך אסאך גערוקט
פאר מער קענסטו קומען אין אישי...
 
Just don't give a shit!
 
Easier said than done

-----

אדער איז דא געווירצן וואס מען קען נעמען וואס טוישט איבער די נאטור צו א שיטלאזע יומען ביאינג...
מיין טערעפי וואלט געווען וואס באדערט דיר באמת?

לאמיר דיר פרעגן פילסטו סעלף עסטיעם געניג ?

ממה נפשך אויב דו האסט די סעלף עסטיעם , דעמאלטס הא גופא מאכט דיך נישט געבן קיין שיט פארוואס זאלסטו יא געבן?

און אז דו האסט נישט קיין סעלף עסטיעם דארפסטו ארבעטן דערויף און דעמאלטס וועסטו ווייטער נישט געבן קיין שיט!
 
איך מיין אז עס האט נישט מיט סעלף עסטים.

איך בין זייער צופרידן פין מיר אין פין די מענטאל סטעיט ווי איך שטיי.
אין איך בין נישט א סעלף העיטער.
איך בין נישט דעפרעסט.
איך לייד נישט אויף סעלף דאובט, ocd וכו'.

נאר איך פרוביר צו פארשטיין וואס באמת ליגט דא דערינטער.
 
פארוואס טראכסטו אז סהאט נישט מיט סעלף עסטיעם אז מען האט סעלף עסטיעם איז נישט דא קיין שרעק אזוי מיין איך עניוועיז אסאך הצלחה
 
איך איידענטיפיי מיר זייער שטארק מיט דיר, איך בין א סעילסמאן, איך קען זיך מיט גאר אסאך מענטשן

אבער סאומהאו, פיל איך זייער אסאך מאל א בלאקעזש צו אנהייבן א שמועס מיט א סטרעינזשער

ווען איך זאג עס פאר מענטשן גלייבן זיי נישט וואס זיי הערן, ווייל איך האב אזויפיל קאנטעקטן, איך ווינדער זיך אויך אבער אזוי איז עס

איך גיי אסאך מאל צו א געוויסע קופקע פון מענטשן וואס זענען אביסל עלטער פון מיר, איך הער מיך שיין צו און איך האב א פחד זיך צו עפענען דאס מויל דארט

אין אנדערע סעטינגס בין איך מער באקוועם, איך ווייס נישט וואס טריגערט עס

מיין פחד איז געווענטלעך ביי מענטשן וואס זענען עלטער אדער מער סוקסעספול סאו טו ספיעק
 
אפשר טראומע פון די יוגנט?? גיי ווייס... איך בין פויל אריינצוקריכן דארטן...
נישט פויל. ס'איז שרעקעדיג צו זעהן און פיהלן זאכן וואס קוקן אויס ווי זיי וועלן אויסליידיגן דיין שטוב פון אלעס גוטס וואס דו האסט.

מ'דארף נישט אריינקריכן און איבער טראכטן, מ'דארף זיך פלעין לאזן פיהלן אהן דשאדשמענט, מיטן פיהלן ווערט עס אויסגעהיילט.
 
וואו, @משתוקק
איך קען זיך פולי אידענטיפייען מיט דיין פראבלעם
מיין לייף איז א בלעסט, איך בין נישט דייעגנאזט מיט עניטינג.
ווען איך בין אין מיין אינער סירקל, בעיניך איין טיפ מענטש, אבער ווען איך גיי ארויס אין די פרעמד, ווער איך עפעס א פארמאכטן פיקל.

איך וואלט עס אנגערופן ביישנות, נאטהינג ראנג, דשאסט אביסל (אסאך) שעמעדיג
 
איך וואלט געקענט שרייבן די מעססעדש א אפאר יאר צירוק
ביז איך האב אפגעמאכט אז איך געב נישט קיין דעקל פאר קיינעם און איך רעד וואס און די וועלט איך האלט ביים רעדן און צו וועמען איך וויל רעדן און עס אינטירסירט מיך נישט צו יענער גייט מיך אנקוקען ווי אראפגעפאלן פון מארס! אדער נישט, איך בין גוט מיט מיך אליין אויך סאו יא...
די צווייטע נקודה וואס איך טוה איז אז איך טראכט בכלל נישט וועגן מיך ווען עס הייבט אן בין און גרויסע טראבל איך ווער הייס און קאלט מיינע ביינער פארהארטעוועט און מען ריקט זיך ווי א בהמה מען פרובירט צו אנשטעלן א נארמאלע פנים אבער מען ווייסט נישט ווי אזוי
די רגע וואס איך פארגעס פון @טראמפייטער ווער איך רואיג!
די דריטע נקודה איז אז איך טראכט פון יענעם פון א אינדערויסן דיגע בליק אז איך וויל יענעם מאכן פילן גוט, זאל עס זיין א גוט מארגן אדער וואטעווער און מען האט הנאה ווי אזוי די שמיעס גייט צוגיין

דאס איז און קארצן איך בין ווייט ווייט פון אינגאנצן באמת ארויסצוקריכן פון דעם אבער ווען איך בין געווען הייפערפאוקסט אויף מיך און טראכטן וואס קען איך יענעם זאגן בין איך געווען און און דער ערד די רגע וואס עס גייט מיך נישט אן מער האט זיך די פראבלעם געגעבן א 360 דעגרי טשענזש לטובה!!
 
אבער די סיבה פון דעם קומט פון נישט גענוג מחשיב זיין זיך
איך עגרי מיט דעם

ווי מקען עס זעהן, איז ווען די עפראטשט את קופקע אין פאליש פון עלטערע אינגערלייט פון דיר, וועסטו לכאורה האבן די עקזייענטי, משאכ ווען סאיז א קופקע פון אינגערע פון דיר, וועט עס זיין שוואכער...
 
שוין א לאנגע צייט וואס איך קווענקל זיך צי יא שרייבן אדער נישט שרייבן... ווער זאגט אז עס איז בכלל א פראבלעם...

איך ווייס עכט נישט געהעריג וויאזוי עס אנצורופן... צי סאושעל ענקזייעטי, לאו סעלף עסטים, אפשר אינטראווערטיזם...

מיין פראבלעם אין הארטע ווערטער איז, אז איך האב א מורא'דיגע שוועריגקייט און פחד אנצוקניפן נייע קשרים, מאכן פרישע רילעישאנשיפס מיט מענטשן.

איך קען זיין איין סארט מענטש צווישן מיין טייט סירקל פון משפחה און נאנטע ידידים, פירן די קופקע, סאושעל, הומאריסטיש, לאוד... די רגע איך שפאציר אבער ארויס אין די פרעמד, מאך איך איין ווי אן איינגעגעסן קרעפל...

איין תקופה האב איך ביי מיר געטראכט, אז די סיבה פארוואס איך קאנעקט נישט מיט קיינעם איז צוליב וואס איך בין זייער אויפגעקלערט און איך פארנעם פשוט נישט די פארמאכטקייט פון אנדערע (בעל גאווה אלערט...), אבער איך האב אנגעהויבן זען אז ממש פשוט'ע רילעישאנשיפס, ווי מיט שכנים און קוזינס, קומט מיר אן שווער צו האבן, ממילא קען נישט זיין אז דאס איז גאווה...

איך וואוין שוין אויף א גאס א שיינע פאר יאר און ממש איך טויש נישט אויס קיין ווארט מיט קיינעם, חוץ אמאל-אמאל... און בעצם זענען דא מאנכע וואס איך וואלט געקענט באשטיין יא צו האבן א שייכות מיט זיי, אבער יעדע מאל איך קום נאנט צו זיי באפאלט מיר אזא נאסע שווייס, וואס פארמירט אז א הערמעטישע שלאס זאל צומאכן מיין זעהל און נישט ארויסלאזן קיין שום געפילן פון הקרבה אדער דערנענטערשאפט.

נאט טא ברעג, אבער איך בין א זייער געשמאקער מענטש, מלא ידיעות און מער צו די קלוגע אויפגעקלערטע זייט, מיט גאנץ כמעשה'דיגן הומאר... און די מענטשן אין מיין גאר אינערליכן סירקל, ווי משפחה און יוגנט-פריינט, אדער נאנטע ארבעט-שותפים, ענדזשויען מיך גאר שטארק און זוכן צו פארברענגען מיט מיר... און איך האב אויכעט שטארק הנאה פון די רילעישאנשיפ מיט זיי...

סאו, דאס אליין ווארפט אראפ די גאנצע הנחה וואס איך האב אמאל געוואלט טראכטן, אז איך בין אן אינטראווערט, אדער אז איך האב נישט די מינימאלע סאציאלע סקילס, ווייל איך האב דאס קלאר יא... און איך וויל קלאר יא האבן קשרים מיט מענטשן און זיין סאושעל. דער פראבלעם איז פשוט אנצוקניפן נייע קשרים, און עס האלט מיך צוריק צו מאכן פארשריט אין לעבן... מיין לעבן פילט אסאך מאל אזוי בארינג, מיט די זעלבע פאר מענטשן פאר די לעצטע צוויי יאר... דא-דארט קומט איינער צו, אבער בכלליות איז מיין אלגעמיינע סאושעל סירקל גאר קליין און ארים.

מיין ביזנעס וואלט ווען געקענט שטיין פילפאכיג בעסער ווען איך האב ווען אביסל גרעסערע ביצים... מיין גרעסטע שרעק אין לעבן איז צו עפענען א קאנווערסעישאן אדער אפילו בלויז באגריסן אן אומבאקאנטן; עס איז ממש ווי א בלאקעדזש וואס איך האב...

אסאך מאל טראכט איך, זאל יענער צוקומען און מאכן דעם קשר, אבער דא איז דער פראבלעם, אז צוליב מיין בלאקעדזש און ענקזייעטי, גיב איך ארויס אזא פארמאכטקייט וואס ארומיגע קענען שפירן אין די לופט, ווי כאילו איך גיב עטיטוד... אבער בעצם ווילעך נישט דאס... איך האף איינער פארשטייט מיך. ממילא מיינען מענטשן אז איך בין נישט אינטערעסירט אין קיינעם...

און עס רייסט ביים הארץ צוזעענדיג וויפיל קלענערע חכמים, קלענערע בעלי כשרונות, קענען זיך ארומדרייען און איינקלאפן מיט יעדעם, און ביי מיר איז דער גאנצע חוש פארהארטעוועט...

איך קום מיך נישט בלויז אויסרעדן... איך קום דא צו מיינע ידידים צו טרעפן א סאלושען. אפשר קען איך טרעפן ענליכע וואס זענען אין דעם זעלבן מצב... איך וויל קודם אידענטיפיצירן דעם פראבלעם, און קענען אנרופן ביים נאמען, און זען וואס קען מיך ארויסשלעפן פון דעם זומפ...

געטראכט אפשר אייוואסקע? אפשר מופן צו אינגאנצן א נייע געגנט און אנהייבן פון פריש...

איי, איינער גייט מיר זאגן: וואס הייסט? שטיי אויף מארגן צופרי און הייב אן זיין א סאושעל באטערפליי... גריס יעדעם, מאך נייע פרענדס, טשעק אריין אין יעדע קופקע... לאל, הלוואי קען איך דאס טון, עס איז ממש ווי א הימלישער כח האלט מיך צוריק...

צי קומט עס פון לאו סעלף עסטים? איך גלייב נישט... איך האב א פיינע ווייב, געלט בריוח ב"ה... גוטע כשרונות... סאו, נעה... אפשר טראומע פון די יוגנט?? גיי ווייס... איך בין פויל אריינצוקריכן דארטן...

איך האף אז איך האב מיר עטוואס קלאר ארויסגעברענגט... שיק.
באמערק וואס דו זאגסט: צווישן דיינע נאנטע מענטשן ביסטו "געשמאק, מלא ידיעות, כמעשה'דיג הומאר, און די מענטשן ענדזשויען דיך שטארק." אבער מיט פרעמדע? "קאלטע שווייס" און "הערמעטישע שלאס וואס מאכט צו די זעהל."
דאס איז נישט אינטראווערט. דאס איז נישט חוסר סאציאלע סקילס. דאס איז עפעס ספעציפיש וואס פאסירט אן די גרעניץ צווישן באקאנט און אומבאקאנט.

שטעל זיך פאר אז דו שטייסט נעבן דיין שכן, און דו ווילסט גרוסן. נישט דיינע טראכטן - דיינע געפילן. וואו אין גוף פילסטו דעם שלאס וואס מאכט צו? וואס זאגט דער געפיל? פון וואס באשיצט ער דיר?

ווייל דאס איז נישט א "פראבלעם" - דאס איז א טייל פון דיר וואס האט א וויכטיגע ראלע. ער האלט דיך צוריק פון עפעס. די פראגע איז: פון וואס?

און יענע "פוילקייט" אריינצוקריכן אין די יוגנט זכרונות? דאס איז קיין פוילקייט. דאס איז שרעק. עפעס דארטן וויל נישט געזעהן ווערן. און איך האב א חוש אז דארט ליגט דער שליסל - נישט אין "סאציאל סקילס" נאר אין עפעס טיפערס וועגן ווי דו האסט געלערנט זיך צו שטעלן אין די וועלט, צו האלטן קליין טיף אינעווייניג, און נישט שפירן באקוועם צו זאגן וואס מ'שפירט, און אויפנעמען פלאץ, and to take the stage. כדי צו זיין מער סעיף.

גיי צו טעראפי נישט צו פיקסן, נאר צו פארשיין די זאך וואס האלט דיך צוריק, און פארשטיין פון וואס דאס באשיצט. מיט די ריכטיגע קענסטו לערנען וואס ליגט אונטערן שלאס. און צוריק ארויפברענגען די פולע זעלבסט ווערד (עסטים) און זיך ערלויבן צו אויפנעמען פלאץ.

אז ס'העלפט נישט? איז ער נישט די ריכטיגע, גיי צו א צווייטן.
 
איך וואלט געקענט שרייבן די מעססעדש א אפאר יאר צירוק
ביז איך האב אפגעמאכט אז איך געב נישט קיין דעקל פאר קיינעם און איך רעד וואס און די וועלט איך האלט ביים רעדן און צו וועמען איך וויל רעדן און עס אינטירסירט מיך נישט צו יענער גייט מיך אנקוקען ווי אראפגעפאלן פון מארס! אדער נישט, איך בין גוט מיט מיך אליין אויך סאו יא...
די צווייטע נקודה וואס איך טוה איז אז איך טראכט בכלל נישט וועגן מיך ווען עס הייבט אן בין און גרויסע טראבל איך ווער הייס און קאלט מיינע ביינער פארהארטעוועט און מען ריקט זיך ווי א בהמה מען פרובירט צו אנשטעלן א נארמאלע פנים אבער מען ווייסט נישט ווי אזוי
די רגע וואס איך פארגעס פון @טראמפייטער ווער איך רואיג!
די דריטע נקודה איז אז איך טראכט פון יענעם פון א אינדערויסן דיגע בליק אז איך וויל יענעם מאכן פילן גוט, זאל עס זיין א גוט מארגן אדער וואטעווער און מען האט הנאה ווי אזוי די שמיעס גייט צוגיין

דאס איז און קארצן איך בין ווייט ווייט פון אינגאנצן באמת ארויסצוקריכן פון דעם אבער ווען איך בין געווען הייפערפאוקסט אויף מיך און טראכטן וואס קען איך יענעם זאגן בין איך געווען און און דער ערד די רגע וואס עס גייט מיך נישט אן מער האט זיך די פראבלעם געגעבן א 360 דעגרי טשענזש לטובה!!
וואוו שכוייח.

דאס איז גאר טיפע שטארקע נקודות.

איך דארף דאס נעמען אין איבער'חזר'ן אפאר מאל א חודש.

אבער די שורה: "ביז איך האב אפגעמאכט איך גיב נישט קיין דעקל" איז בערך ווי א בלינדער זאגט, ביז איך האב אפגעמאכט איך גיב נישט קיין דעקל אין איך האב מיר גענומען זעהן...

מען דארף נאר זעהן וויאזוי מען קומט אן דערצו...
 
Back
Top