מיין עקספיריענס :
די טרעפסט דא אידיש רעדנדע מענטשן, וואס ווען די זעסט זיי און שול, מיינסטו אז זיי זענען קלאר און אידישקייט....
זיי שפאצירן מיט זייערע ווייבער אויפן גאס, מיינסטו אז זיי זענען העפי מיט זייער חתונה געהאטע לעבן..
איך בין נאך גאנץ ניי דא, אבער איך בין שנעל געוואר געווארן אז איטס נאט די קעיס ביי די עוורעדזש פערסאן,
איך ווייס אז קרעמל איז נישט גאנץ כלל ישראל, ניטאמאל א פיפטעל,
אבער איך זעה לויט די ריספאנסעס אז
די עולם דא אין קרעמל רעפעזענט די חלק פון כלל ישראל וואס קוקן קוקן זיי אויס ווי אייוועלט אידן, אבער אינעוויניג האבן זיי זייער אסאך קשיות... אין זיי באגראבן עס נישט אזוי ווי די אייוועלט אידן... אינז לעכצן נאכן אמת...
דעי חלל טוט קרעמל ערפילן!
איך האלט באמת, אויב איך גיי מאכן א סארוועי אויף אייוועלט, ווי די וואוטס גייען זיין 100% קאנפאדענשל,
אין פאר מ'געבט אפ די שטימע מיז האבן געטרינקן א 6 7 קאפ'ס פון וויסקי,
די קשיות גייען זיין ווי פאלגנט:
- די ביסט באמת פרייליך צי זיין א איד?
- די פילסט עפעס א מורא'דיגע פאלפילמענט/שמחה/אהבה מיט דיין חתונה געהאטע לעבן?
90% גייט ענפערן ניין! די איבריגע 10% האט די וויסקי נישט אריינגעקיקט!
א גרויסן שכח פאר די דאזיגע וואס האבן געפענט דעים פלעטפארם