שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 409
- רעאקציע ראטע
- 1,435
- פונקטן
- 213
הרב פראפעסאר רבי עומר בר טוב שליט"א איז קודם געווען א זשענאסייד והאלאקאוסט פראפעסאר אין ארץ ישראל, אינעם בר אילן אוניווערסיטעט, דערנאך אין ראטגערס אין ניו זשערסי, און איצט אין בראון אוניווערסיטעט אין ראוד איילענד.
הרב עומר בר טוב שטודירט און לערנט איבער האלאקאוסטס און זשענאסיידס, דהיינו פעלקער מארדן און פארטיליגונג.
הרב בר טוב האט אויך אפגעדינט אין צה"ל, אבער היינט איז ער אן איזראעלי יורד, וואס דינט איצט אלץ זשענאסייד פראפעסאר אין אמעריקע, אויף אלעס איבער האלאקאוסטס און דזשענאסיידס היסטאריעס, פון אנדערע לענדער, נישט נאר דייטשלאנד אויף די אידן, נאר אנדערע פעלקער מארדן אויכט, ווי באסניע און ראוואנדע וכו'
אבער איצט איז דאס איזראעל אויף די "נעיטיוו" אראבער, דהיינו די פאלעסטינער.
הרב בר טוב האט אפגעשריבן פאריגע וואך דינסטאג א לענגערן ארטיקל פאר'ן 'ניו יארק טיימס', ווי ער ווייזט אויף, קליפ און קלאר, אז איזראעל מאכט איצט "זשענאסייד", דהיינו פאלקן מארד, אויף די ארטיגע פאלעסטינער.
וויבאלד דאס איז פארשלאסן פון לייענען אונטער א "פעי-וואהל", וועל איך דאס קאפירן אהער צו קרעמל, ווארט אויף ווארט, אז אונז ארימע אידן וואס האבן נישט קיין געלט צו אבאנירן פאר'ן 'טיימס', זאלן דאס אויך קענען לייענען.
די 'טיימס' גיט רשות דאס צו קאפירן פאר אנדערע ארויס פון זייער וועב-סייט, אויב איך מאך נישט קיין געלט דערפון.
און כ'מאך נישט קיין געלט דערפון, כאטש טייל קרעמלער טענה'ן, אז איך מאך יא געלט, פון איראן דורך נטורי קרתא, פאר'ן שרייבן דא דעם אמת כלפי ציונות... הלוואי!... ואמן!...
איך וועל דאס לייגן די ענגליש טעקסט אין דעם קומענדיגן פאוסט צו דעם שנירל, פשוט ווייל די רעכטס אויף לינקס טעקסט, שפרינגט מיר לויט דעם אידישן אויסלייג דא אין דעם פאוסט. און יענץ איז דאך אויף ענגליש וואס דירעקטירט די טעקסט לינקס אויף רעכטס.