טינקלקייט
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- נאוו. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 2
- רעאקציע ראטע
- 57
א גוטן. איך שרייב דא אלץ א געוועזענע אלטע בחור, היינט בין איך ביז דערווייל נאכנישט חתונה געהאט, אבער אן אלטע פארזעצטע בחור בין איך שוין נישט.
איך האב עס אפגעלאזט...
געווען איז עס איינמאל אינמיטן קבלת שבת, בין הזמנים, ווען איך האב געמאכט די באשלוס זיך נישט צו לאזן פון די ארומיגע סאסייעטי איינרעדענישן, און אויפהערן צו לאזן אזויפיל טייערע יארן גיין אין דער ערד...
איך בין געווען אלע מיינע יארן אן אזוי-גערופענע נארמאלע בחור. ווען עס איז געקומען אין די יארן פון שידוכים בין איך געפארן קיין מיר ישיבה לערנען, די ערשטע פאָר זמנים איז געווען א מחי', איך האב געהאט מיינע חברים און מען האט געלערנט, ארומגעפארן און הנאה געהאט, אבער צעביסלעך זענען אלע מיינע חברים חתנים געווארן און מען האט באקומען נייע, און דאס אויך פארלוירן, ביז איך האב זיך געטראפן ארומגענומען נאר מיט בחורים וואס זענען אפאר יאר אינגער פון מיך און זענען בכלל נישט אין מיין מצב. עס לערנט זיך שוין נישט, עס פארט זיך שוין נישט, מען ווערט פשוט משוגע פונעם טאג, מען שטייט אויף און מ'ווארט שוין קוים צו ווערן צוריק מיד און קענען גיין שלאפן...
איך האב מיך געפילט ליידיג, גארנישט אויפגעטאן, און געפילט ווי א איבריגע זאך אויף דער וועלט..
עס איז געקומען בין הזמנים און איך האב געטראפן מיינע אלטע חברים אינגעלייט מיט קינדער, זיי קוקן מיך אן ווי א רחמנות, א בחור, נישט ווי מענטש וואס פערצופאל האט נאך נישט חתונה געהאט. איך האב פשוט איינגעזען אז איך בין נישט אינערגעץ, איך האב פשוט נישט קיין סאסייעטי, איך בין ארויסגעפאלן, עס איז נישטא קיין סיסטעם פאר מיר. אבער וואס טוט מען? מען דארף א חתן ווערן, און כדי דאס זאל געשען דארף איך בלייבן א ליידיגגייער אן חברים אן קיין שום פולפילמענט..
עס איז אדורך א זמן נאך א זמן, און איך האב באשלאסן אז גענוג איז גענוג. איך קען מער נישט פארברענען נאך יארן. איך האב געטראפן אן ארבעט ביי עפעס א מאדערנע איד אין די סטעיטס און אפגעלאזט די היימישע קאמיוניטי. איך בין געבליבן פולי חסידיש, אבער מיינע חברים זענען אלע געווען אינגעלייט און א חלק בחורים מאדערנע, און ביי זיי האב איך געהאט די זעלבע רעספעקט ווי א נארמאלע מענטש, קיינעם אינטרעסירט נישט צו איך בין חתונה געהאט אדער סינגל..
מיט די צייט איז בין איך זייער נאנט געווארן מיט א מיידל וואס איז מיין חבר'ס קאזן, און ב"ה די וואך א חתן געווארן...
איך האב אבער איינגעזען איין זאך. עס איז אמת אז איך בין זייער פרייליך מיט מיין שידוך, אבער נישט ממש דאס האט מיר געפעלט פאר דעם. איך בין פרייליך געווארן ווען איך האב אפגעלאזט די אלטע בחורישקייט און געווארן א נארמאלע מענטש!
וואס וויל איך ארויסברענגען??
אז אויב דו ביסט אן אלטע בחור, לאז דיך נישט שפייען פון דיין אייגענע קאמיונעטי...
מען האט דיך אויסגעשפיגן?? נעם עס אן באהבה...
נעם דיין לעבן אין די הענט אריין און טו צום זאך...
הצלחה רבה!!