רבי שמואל ניימאן שליט"א

ליצנות אין א זייט, חייבי כריתות דא באציהט זיך אן קיין ספק צו קולות אין הל' נדה, און איך בין נייגעריג וועלכע קולות.
 
געוואלדיג!

(ביטע לייגן אין ריכטיגע שנירל אויב איז דאס נישט אין ריכטיגן פלאץ.)

איך האב שוין לאנג געטראכט אז לויט די ליטערארישע טייטש שטימט מער צו זאגן אז די אריגינעלע באדייט פון כרת האט געמיינט דאס ארויסווארפן פונעם סיסטעם (צום ווייניגסטענס אין טייל פעלער);

ונכרתה הנפש ההיא מעמיה
ונכרתה הנפש ההיא מעדת ישראל
ונכרתה הנפש ההיא מקרב ישראל

שפעטער איז געווארן דעוועלאפט די באדייט פון שטארבן יונג;

מֵת בַּחֲמִשִּׁים שָׁנָה — זוֹ הִיא מִיתַת כָּרֵת. (מועד קטן כח.)
רַב יוֹסֵף כִּי הֲוָה בַּר שִׁיתִּין, עֲבַד לְהוּ יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנַן, אָמַר: נְפַקִי לִי מִכָּרֵת. אָמַר לֵיהּ אַבָּיֵי: נְהִי דִּנְפַק לֵיהּ מָר מִכָּרֵת דִּשְׁנֵי, מִכָּרֵת דְּיוֹמֵי מִי נָפֵיק מָר? אֲמַר לֵיהּ: נְקוֹט לָךְ מִיהָא פַּלְגָא בִּידָךְ. (שם)

און נאך שפעטער די רמב"ם און רמב"ן זייענדיג באאיינפלוסט פון פילאסאפיע רעדן ארום איבער די השארת הנפש חלק דערפון.

רמב"ן ויקרא יח:כט.
רמב"ם משנה תורה, הלכות תשובה ח:א

אדרבה אויב איך בין נישט גערעכט בין איך גרייט צו הערן.
פארשטייט זיך אז דאס איז די פשט.
אין די תנ"ך ווערט קיין איין מאל נישט דערמאנט עפעס פון עולם הבא, אדער השארת הנפש וכו׳.
 
אוודאי אזוי

די שאלה איז צו מ'רעדט פון פארשניידן פון קהל (ארויסווארפן פון די מוסדות) אדער ס'איז א שיינע לשון פאר טויטן.
 
פארשטייט זיך אז דאס איז די פשט.
אין די תנ"ך ווערט קיין איין מאל נישט דערמאנט עפעס פון עולם הבא, אדער השארת הנפש וכו׳.
לגבי השארת הנפש איז נישט אזוי פשוט.

ריטשארד שטיינער פון YU האט א גאנצע מאנעגראף אויף וואס נפש מיינט אין מקרא, און ער ענדיגט צו:
In the light of all this evidence, it is no longer possible to insist that the Hebrew was unable to conceive of a disembodied nefesh.
If anything, the opposite now appears to be true. The evidence suggests that a belief in the existence of disembodied souls was part of the common religious heritage of the peoples of the ancient Near East

זעה דא Dropbox
 
איך האב הנאה פון ר׳ וועטענשטיין ער גייט צי ר׳ שמואל ניימאן׳ס חנוכת הבית, ער געט ארויס א קול קורא אקעגן די קול קורא׳ס אקעגן זכו, ער איז פיין ער איז א דיין מיט באליס, מען דארף נאך אזאלכע.
עס איז א סטראטעגישע טעות מצידו, ער וויל געבן א הכשר אויף זכו, פיין האט עס שוין א הכשר און מען קען שוין נישט האבן קיין טענות. אבער אז ער גייט געבן שטיצע פאר ר' שמואל ניימאן נעמט ער זיך ארויס מן הכלל פון אלגעמיינע געווענליכע רבנים, און ער שטעלט זיך אריין אין א געוויסע באקס.

פונקט אזויווי הרב דערבארעמדיגער - און הרב ניימאן אליינס - איז נישט קיין מאסגעבנדער מאן דאמר ווען (נניח) אלע רבנים קומען ארויס קעגן אים, ווייל על זה אנו דנין טאקע, יעצט ווען הרב וועטנשטיין שטעלט זיך אריין אין די מחנה איז עס אפשר גענוג צו מאכן מענטשן טראכטן אז עס איז דברים בגו און נישט סתם 2 יונגערע דיינים וואס מען קען גרינגערהייט אוועק מאכן, פארט ווערט עס באטראכט ווי א מחלוקה צווישן דיינים/ רבנים וואס רוב רובם, 95 פראצענט, פונעם עולם הרבני האלט אז עס איז שרעקליך, בעת א קליינער מיעוט, ווי רעספעקטירט זיי זאלן נאר נישט זיין, איז מחולק.
 
ליצנות אין א זייט, חייבי כריתות דא באציהט זיך אן קיין ספק צו קולות אין הל' נדה, און איך בין נייגעריג וועלכע קולות.
איך האב געהערט דעמאלטס, אז פרויען וואס האבן געהאט אלע מינע OCD שאלות האט ער באראיגט אז סאיז גוט און זיי זענען ריין.
 
איך האב געהערט דעמאלטס, אז פרויען וואס האבן געהאט אלע מינע OCD שאלות האט ער באראיגט אז סאיז גוט און זיי זענען ריין.
אפגעהיטן זאל מען ווערן! אזעלכע שקאצעריי 🙈
ווי וואגט זיך א איד מיט א אידיש הארץ צו פארגרינגערן דאס לעבן פאר אידישע פרויען און פסק׳ענען לויט הלכה און נישט מיט קיין רשעות צוצולייגן משוגעת׳ן וואס פארביטערט זייער לעבן- ס׳קען דאך חלילה גורם זיין צו mixed dancing
 
איך האב געהערט דעמאלטס, אז פרויען וואס האבן געהאט אלע מינע OCD שאלות האט ער באראיגט אז סאיז גוט און זיי זענען ריין.

זעהט אויס אז זיין עוולה איז געווען, ער האט זיך מטפּל געווען און געהאלפן צעבראכענע אידן וואס האבן געהאט פראבלעמען מיט OCD און ער האט זיך מתייחס געווען אינעם ענין פון מענטל העלט, בעפאר די וויליאמסבורגע רבנים/עסקנים האבן אנגעהויבן צו דאס ערווענען, ערשט לעצטנס, ברבים...

והכלל כולו יצא אויף אנדערע נושאים אויכעט, בעפאר עס ווערט עפעס אפיציעל עקסעפטעט, איז דאס אפגעפרעגטע זאך אפי' במקום פקוח נפש!
 
איך האב ציטרוי אין רבנים, זיי ווייסן וואס ס'טוט זיך און פון זייער זייט אלס רבנים זעען זיי די פראבלעם סאך גרעסער ווי אונז

ווען איין אדער צוויי רבנים זעען א פראבלעם און דו קומסט מיר זאגן אז זיי האבן זיך טועה געווען, קען איך הערן, אבער דא רעדט מען פון אלע רבנים!
דעמאלטס וואס זיכסטו דא?
 
יעדער האט דא וואס צו זוכן,
קרעמל איז נישט קיין פלאץ פאר איין געוויסע סארט און שוין, ס'איז פאר יעדן איינעם.
איז וועלמיר מסבר'ן קלארער
ער זאגט אז עפעס וואס "אלע" רבנים אסר'ן איז יש דברים בגוי, אויב אזוי דארף ער זיי אויך פאלגען לגבי אינטערנעט לשם פלעדזשור


פון מיין זייט איז ער ווערי וועלקאם, נישט דאס האב איך געמיינט
 
ער זאגט אז יש דברים בגוי,
ער האלט טאקע אזוי, אבער דאס אז אין די היינטיגע וועלט איז שווער אן אינטערנעט אפילו שלא לצורך פרנסה איז נישט קיין סתירה.
 
אפילו אויב "נפש" מיינט אן אייביגער זעל, מיז נאך נישט זיין אז לפי השקפת התנ"ך איז דא "שכר ועונש" נאכן שטארבן.
גערעכט.

עס האט פארשטייט זיך נישט געמיינט די 'פלעטאניק', גריכישע קאנסעפשען אויף די 'זעהל'.
דאס איז שפעטער אריינגעקומען ווען די רעליגיע איז 'העלעניזירט' געווארן אינטער די 'גרעקא רוימען פיריאד', און בעיקר פארמירט געווארן אין קריסטליכע טעאלאגיע, און ערשט נאכדעם צוריק אריין אין חז"ל וכו'...

דאס אז די גמרא פיהלט פאר וויכטיג צו שרייבן בלעטער אויף בלעטער (סנהדרין, פרק חלק)
צו אויפווייזן פון אריינגעקוועטשטע (אמת צו נישט) פשטים אז ס'איז דא תחיית המתים (מיינענדיג דעמאלט בפשטות די איידיע פון Resurrection of the dead) געט דיר צו פארשטיין ווי שטארק עס האט אויסגעפעלט פארזיכערן פאר זיך און פאר אנדערע אז עס איז באמת א אידישע קאנצעפט.
 
לעצט רעדאגירט:
יעדער מיט שכל אין קאפ פארשטייט אז אויב 30 רבנים האבן גע'חתמ'ט איז געווען 'עפעס', נישט ווייל זיי האבן געהאט ביינאכט א שלעכטע חלום, יעצט איז נאר די שאלה צי די 'עפעס' איז געפערליך אדער נישט, שמועות האבן דעמאלטס געזאגט אז מ'איז ארומגעגאנגען מיט שטיקלעך רעקארדינגס פון זיינע שיעורים
 
יעדער מיט שכל אין קאפ פארשטייט אז אויב 30 רבנים האבן גע'חתמ'ט איז געווען 'עפעס', נישט ווייל זיי האבן געהאט ביינאכט א שלעכטע חלום, יעצט איז נאר די שאלה צי די 'עפעס' איז געפערליך אדער נישט, שמועות האבן דעמאלטס געזאגט אז מ'איז ארומגעגאנגען מיט שטיקלעך רעקארדינגס פון זיינע שיעורים
בכלל נישט
הרב נתן קמינצקי האט אין זיין דרשה The Making of a Ban דאס זייער שיין צונומען, עיי"ש ותמצא נחת
 
געהערט אז ער פלעגט פסקענן בדיקות דורכן שיקן א פיקטשער...

כ'ווייס נישט ווי קראנט דאס איז.
 
Back
Top