אַנְשֵׁי קֹדֶשׁ תִּהְיוּן לִי!!!

שומו שמייעם

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 23, 2025
מעסעדזשעס
154
רעאקציע ראטע
804
פונקטן
113
יעדער קען די ווארט פון די קאצקער, אויף די פסוק, 'ואנשי קודש תהיון לי', דער אייבערשטער זאגט כ'דארף הייליגע 'מענטשען', זיי הייליג, אבער זיי 'א מענטש'.
פאר סיי וועלכע סיבה, שטעלט זיך ארויס אז אונזער היינטיגע 'פארפרומ'טע וועלט (פרו"ם, פיל רשעות ווייניג מצוות: ראפשיצער רב זי"ע) איז זייער געשלאגן מיט דעהם, און כמה וכמה אספעקטן, און איך הייב אן מיט #1

קאמיוניקירן מיט פרויען אויף א 'נארמאלע' וועג:

דערציילט מיר מיין חבר אז ער גייט אוועקפארן פאר שבת ציזאמען מיט זיין אינגערע ברודער, מיט וועם ער איז גאר נאנט, ער קוקט ארויס אויף א נעקסט לעוועל געט אוועי!
טרעף איך איהם נאך שבת, "נא, יענקל וויאזוי איז געווען? הנאה געהאט?"
"פרעג בעסער נישט.... ס'געווען חורבן....." א שאד געווען יעדע דאלער..... אזא מין אפקומעניש געווען.....
"וואס הייסט?!" הייב איך ברעמען.
מיין ברודער קומט אן פרייטאג, כ'האב קוים געקענט ווארטן איהם צי זעהן, כ'בין געווען אזוי עקסיידעט! ער קומט אריין, כ'וויל צילויפן צי איהם ----עה עה עה באמס!, זיין ווייב -מיין שוועגערין שטייט דארט מיט איהם מיט די גארמענט בעג אין די הענט..... און..... די גאנצע באלאן האט געקראכט, כ'האב געמורמעלט צי מיין ברידער, א גוטן... העלא... מיט א שעמעדיגע מינע.... און די רעסט איז היסטערי..... פון דא איז די גאנצע שבת טאן געווען אזוי אונטער די נאז.... (איינער פארשטייט דא וואס איך מיין?...) די קאנווערסעשאנ'ס אזוי פארמאל....
ווער רעדט נאך ווען איך האב אריינגעבאמט (נישט ממש, נאר געקומען אקעגן....) אין מיין שוועגערין אין די האלוועי....... אוי איך וויל מיך נאך יעצט באגראבן.....
די גולת הכותרת איז געווען ביי די סעודה ווען זי ריפט זיך אן צי מיין ברידער "מושי, פרעג יענקי אויב ער דארף.....) און איך זיץ דאך צוויי אינטשעס אוועק.....

באשעפער זיסע פארוואס קענען אונז נישט האבן א נארמאלע קאמיוניקעישאן, מ'האט אונז אריינגעלייגט פשוט פאטעטעס אין קאפ!!!!! אונז זענען פשוט דעמעדשט!!!

א צווייטער פארציילט מיר אז ער איז אוועקגעגאנגען צי זיין שוואגער (שווער'ס איידעם) אויף שבת, ער האט אים געגעבן זיין הויז, ער קומט אן דאנערשטאג נאכט, און זיין שוועגערין עפענט די טיר... ער שלעפט זיך אריין זיין זעק און פעק, אן א ווארט פאר די בעלת הבית.... א גוטן, ש'כח.... גארנישט, אפי' נישט אוועקקוקנדיג
"כ'האב מיך געפילט ווי אזא פערד..... זיי געבן מיר אוועק די הויז אויף שבת, אבער איך דארף אריינקומען כאדם העושה בתוך שלו, נישט קיין דאנק, גארנישט, ווייל עס גייט קעגן אונזער פראטאקאלן......"

פארשטייט זיך כל אחד כפום שעורא דילי', אבער אונז זענען אלע געשלאגן מיט דעהם, און דאס דארף זיך טוישן!!!! ס'דאכט זיך מיר אז די עלטערע דור, האט געהעריג פארברענגט מיט זייערע שוועגערינס, עס איז א איינגעגסענע זאך פון אונזער דור....

עס איז דא א נארמאלע וועג פון רעדן, פון קאמיונעקירן, מיט פרויען..... און אונז האבן דאס נישט!

דאס איז א קלאסישע דוגמא, פון זיין הייליג און זיין אן אומ-מענטש!!!!

המשך יבא
 
דער חינוך איז היינט אזוי, אז די ג'ענדערס זענען טאטאל אפגעזונדערט, וואס איז גורם אז עס איז נישטא קיין אינטעראקציע צווישן די יונגל זייט מיט די מיידל זייט, ממילא דארף מען זיך נישט פארשטערן דעם וואקאציע, ווייל קען מען דען אנדערש עקספעקטן?

מען קאנצעטרירט די סאושעל, יעדער עקסטער, די מענער און די פרויען, עס איז דא גענוג וואס צו גאסיפן,
נאכדעם קען מען עס איבערגיין מיט די פרוי פריוואט פאר קאנווערסעישן און קלאוסנעס.
מען מוז נישט זעהן א פראבלעם אין דעם.
רוב מענער פון אונזער ענווייראמענט זענען נישט געטרעינט ווי אזוי צו רעדן מיט עטיקעט צו א פרוי.
 
ס'איז דער פראבלעם פון דער מתחיל. איך האב אפאר קרובים/שכינים וואס כ'האב אנגעהויבן קאמיוניקירן מיט זיי געהעריג און זיי האבן ריספאנדעד זייער פאזיטיוו און כ'שמועס מיט זיי נארמאל.
 
ס'איז דער פראבלעם פון דער מתחיל. איך האב אפאר קרובים/שכינים וואס כ'האב אנגעהויבן קאמיוניקירן מיט זיי געהעריג און זיי האבן ריספאנדעד זייער פאזיטיוו און כ'שמועס מיט זיי נארמאל.
ווענדט זיך וועלכע געגנט. אין פאמאנע קענסטו עס מתמה טון, אין ווילי נישט.
 
אינעם ביכל אויף ר' יצחק טובי' ווייס גאב''ד העדה החרדית שטייט א הייליגע מעשה
איינער האט אים געזאגט אז מען זאל מאכן א תקנה אז ווען א פרוי קומט צום דיין אינעם בית הוראה זאל זיין א וואנט מיט פיצעלע פענסטער אזוי זאל דער רב רעדן מיט פרויען און נישט חלילה נכשל ווערן מיט ראיות אסורות.
דער רב ז''ל האט געענפערט אז א רב וואס קען נישט רעדן מיט קיין פרויען האט נישט וואס צו זיין א רב!
 
איך געדענק נאך ווען רעדן מיט פרויען איז געווען נארמאל.
אלס בחור האב איך אמאל געהאט זיער א פרומע תקופה איך האב באגעגנט מיין עלטער מומע, זי האט מיך געגריסט, איך האב געענפערט בשפה רפה. זי האט גערופן מיין טאטע, מיין טאטע האט מיך דעמאלס געגעבן א פסק אז פרומקייט וואס פירט צו אומענטשליכקייט איז נישט פרומקייט נאר עפעס אנדערש.
איך מיין אז די עקסטרעמע אפטיילונג צווישן די דזשענדערס האט איוואלווד צוזאמען מיט די פרומקייט נישט צו רעדן ענגליש. קיין הסבר האב איך נישט.
 
רוב מענער פון אונזער ענווייראמענט זענען נישט געטרעינט ווי אזוי צו רעדן מיט עטיקעט צו א פרוי.
אהא...! און וואס איז מיט מענער פון די אנדערע ענווייראמענט? ווען טרעינט מען זיי?
אויטאמאטיש אז עס איז דא אזא שארפע סעגרעגאציע ווערט מען נישט געטרעינט. מען דארף נישט טרעינען א זאך וואס איז נאטורליך, חוץ אויב דו ביסט עס עוקר מן השורש בעפאר.
עס דארף זיין הרחקות צווישן מענער און פרויען, אבער דאס וואס די פרומע חסידים טוען היינט איז ממש אקעגן ציוויליזאציע, און לדעתי אויך אקעגן דעם רצון ה'.
 
הוא אשר דברתי, אז די מציאות אז מען וואקסט אויף טאטאל אפגעזונדערט צווישן די געשלעכטן, אפילו נאך די שעות פון שולע, דעוועלאפט זיך נישט די אביליטי צו פראפערלי קאמיוניקעיטן צו די אנדערע געשלעכט, אין די סאושעל אינטערעקשנס זענען לימיטעד צווישן פרויען עקסטער און מענער עקסטער.

צו איז דאס די רצון ה' איז שווער צו וויסן , עס איז נישט געוועהן אזוי אפגעזונדערט אין דעם עבר, אבער אז דאס איז די מציאות, וואס איז די דראה-בעק?
 
עס איז נישט נאר די מענער, עס זענען די ווייבלעך אויך. ס'זענען דא שוואגערס און שוועגערינס וואס רעדן היימיש. ווען מ'לערנט די מיידלעך אז זיי זענען שולדיג וואס מענער זינדיגן ווערן זיי זייער עסטרעינזשט פון מענער, און פילן זיך זייער פרעמד און שעמעדיג. אויב וועסטו זיין געשטראנדעט מיט דיין שוועגערין אויף א אינזל אויף אפאר וואכן וועסטו נישט ווערן היימיש מיט איר? זיכער אז יא. נאר מ'דארף לערנען די מענער און די ווייבער ווי איין אין ווי אויס.
 
מען מוז נישט זעהן א פראבלעם אין דעם.
אמער.. ס'מאכט אומבאקוועם פאר געוויסע מענער וואס ווילן זיך אויפפירן ווי נארמאלע מענטשן נאר זיי האבן נישט די טאלס, אזוי ווי @שומו שמייעם האט ארויסגעברענגט.
 
די גאנצע שעמעוודיגקייט איז א באג אין קאפ. ער פילט זיך א גאנץ שבת ווי פערד... האו עבאוט דו הייבסט אן קאמיוניקירן ווי א נארמאלע מענטש?

די באג קומט פון די אייגענע מח וואס לויפט אז אויב גיי איך איר אנקוקן גייט זי טראכטן... גיי איך ווערן רויט...
מען דארף עס פלעין איבערקומען, און מ'רעדט נישט דא פון שמועסן כאילו א חבר אין כולל. דזשאסט העלאו, גוט מארגן, קענסט מיר יענץ ארויפשיקן, טענקס פאר די אינוויטעשן וכו'.
 
מען דארף עס פלעין איבערקומען, און מ'רעדט נישט דא פון שמועסן כאילו א חבר אין כולל. דזשאסט העלאו, גוט מארגן, קענסט מיר יענץ ארויפשיקן, טענקס פאר די אינוויטעשן וכו'.
זאגסט אז מ'קען ארבעטן אויף זיך? גוט מארגן אמעריקע..
מ'קען זיך אויך לערנען ענגליש נאך די חתונה.. סא אמער, פארוואס רעדט מען זיך אפ אויף אינזער חינוך..?

פארוואס אבער דארף בכלל זיין א באג טו בעגין וויט?

אין בכלל, א גרויס חלק פון די פראבלעם ליגט ביי די פרויען וואס מיינען אז זאגן א ווארט פאר א פרעמדע מאן איז פון די שלש שבועות..
 
זאגסט אז מ'קען ארבעטן אויף זיך? גוט מארגן אמעריקע..
מ'קען זיך אויך לערנען ענגליש נאך די חתונה.. סא אמער, פארוואס רעדט מען זיך אפ אויף אינזער חינוך..?
אממממ. איך האב פארשטאנען אז דא זיכט מען עצות זיך צו טוישן, נישט געכאפט אז דאס איז נאך א קרעכץ אויף די סיסטעם.

סארי..
 
אממממ. איך האב פארשטאנען אז דא זיכט מען עצות זיך צו טוישן, נישט געכאפט אז דאס איז נאך א קרעכץ אויף די סיסטעם.

סארי..
אמממ. יא.. א עצה איז גאר א גוטע זאך.. אבער מ'דארף קודם זיין קלאר מיט די פראבלעם!

אין די פראבלעם איז נישט אז א באג האט אריינגעשטורעמט מיט א חוצפה אין יענעמס קאפ..

אונז זענען נארמאלע מענטשן, גוטע מענטשן, און פארשטענדליכע מענטשן,

נאר פאר סאם אד ריזען, וואס איז זייער וויכטיג אויסציפיגערן פון וואו ס'שטאמט, (איך ווייס נישט 100% פון וואו, אדרבה, אויב איינער האט גוטע חינוך טיפס ווי אזוי איך קען מאכן ס'זאל נישט אריבערגיין צו מיינע קינדער וויל איך זייער שטארק הערן) קומט אונז אן שווער צו רעדן די בעיסיקס מיט א פרעמדע פרוי ווי 'שכח' 'א גוטן'.

יעצט איינמאל מען ווייסט די פראבלעם, קען מען רעדן פון עצות.

יעצט, וואס איז זיכער נישט קיין עצה פאר א מענטש וואס קומט זיך שואל עצה זיין, איז די פאלגענדע:
האו עבאוט די הייבסט אן קאמיוניקירן ווי א נארמאלע מענטש?
מען דארף עס פלעין איבערקומען
 
ספיקינג פון מענטשליכקייט, ווער איך שרעקליך נערוועז פון מענטשן וואס מאכן תורה שיעורים ביי א קרוב'ס חתונה,

סיריעסלי? ממש די גייסט אויסגיין אויב די לערנסט נישט? איך רעדט שוין נישט ווי קריפי ס'קוקט אויס,

אבער ווי איז דיין מענערס? ס'עפעס דיין שול דא? איינער מאכט א שמחה דא, אין פריי דיך די העק מיט מיט זיין שמחה!!

 
Back
Top