מיין ברידער דערציילט מיר היינט, אז אלס בחור איז די סיגוט'ער דעווען אמאל אין ב"ב, און מהאט געבעטן פון אפאר בחורים פון ישיבה ווי מיין ברידער האט געלערנט, מען זאל קומען משלים זיין א מנין פאר'ן רבי'ן.
דערציילט ער אז איינע פון די בחורים איז געווען א ריז, עד כדי וואס יעדע דאנערשטאג צו נאכט'ס פלעג'ט די בחור קויפן א טאץ קוגל, צווי חלות מיט צווי פעקלעך קרעקער"ס, א באטל קאקא קאלא, ענדיגן די גאנצע און בלייבן אונגעריג.
נאך מנחה זענען די בחורים אריבער ביים רבי'ן נעמען לעקעך און בראפן, און מיין ברידער לייגט צו אז מעיד אני עלי שמים וארץ אז די רבי איז געווען פארטיפט אינעם טעלער און האט נישט ארויס געקוקט פון טעלער, און ווען דעם ריזיגע בחור איז אריבער האט עם די רבי געגעבן א גרויסע שטיקל לעקעך אז עס איז געווען ראוי להתכבד בה.