בד"ה כ"ק אדמו"ר רבי זיידל מ'קרעטשניף סיגוט זצ"ל

ס'וואלט טאקע געווען אינטרעסאנט צו וויסן פון וועלכע חתונה מ'רעדט וכו'.

ס'זעט מיר אויס אז ער רעדט צו נפתלי משה ווייס (זיין מאמע הייסט טאקע פריידא ציפורה), דער היינטיגער פורים רב אין קרית יואל, פון די גרויסע עסקנים פאר ר' אהרן אין די מחלוקת יארן.
ער רעדט דא נאך אלס רב (און זיין ברודער רופט ער בני ברק, וואס האט געוואוינט דארט ביז נאך זיין טאטעס פטירה), סאו מ'רעדט דא נאך בחייו פונעם ברך משה (דער ברך משה איז אוועק א חודש פאר דעם קרעטשניפער רבי ז"ל, אין ספירה טעג וואס איז נישטא קיין חתונה - כ"ו ניסן תשס"ו - ט"ז אייר תשס"ו) נאך וואס די בלאט האט זיך געגרינדעט, דאס הייסט צווישן תש"ס און ס"ו.
יעצט, מ'רעדט לכאורה פון א קינד אדער (עלטסטע) אייניקל פון ר' אהרן (ווייל די אויפרוף און די שבע ברכות איז אין קרית יואל), וואס די צד הכלה וואוינט לכאורה אין מאנסי (ווייל ער וואונדערט זיך אז שבת שבע ברכות איז נישט אין מאנסי).

סאו איינער וואס איז אביסל עלטער ווי מיר, דארף דאס קענען צאמשטעלן.

אויב איז מיין חשבון ריכטיג, רעדט מען דא אדער פון די חתונה פון ר' אהרן'ס זון ר' יואל, וואס איז געווארן א איידעם ביים בערטשער פון קרית יואל, אדער פון די חתונה פון ר' אהרן'ס אינגסטע טאכטער מרגלית, וואס האט חתונה געהאט צו ר' יוסף רוקח, א זון פון ר' יואל רוקח פון מאנסי. יעצט, ווער קען אויסטרעפן ווען זענען געווען די חתונות?
ביי די אינגסטע טאכטער האט שוין דער ברך משה נישט געלעבט, סא מרעדט פין ר' יואל,

מזאגט אז די פאון קאלל האט ער געמאכט פין זיין טאטעס שטוב, און די גבאים פלעגן רעקארדירן אלע פאון קאללס, און זיי האבן עס פארשפרייט,
 
פונעם ריקארדינג הערט מען שוין די קלינגען ביים אנפאנג, זעט מען אז עס איז ארויסקומען פון יענע זייט און נישט פון נפתלי משהס זייט
 
אזוי ווי אין די אייוועלט שנירל ברענגט איינער אותות ומופתים פון ר' זיידל, און בפרט ביים ליינען קוויטלעך, וואס שוין בחייו איז געווען באוואוסט וויאזוי ער האט ארומגעחוש'ט מיט מענטשן ביי די קוויטלעך, און אונזערע דורות הבאים וועלן נאך אפלערנען אייוועלט, און זעהן די שיינע מעשיות, וועלן זיי זיין זיכער אז ר' זיידל איז געווען א קליינער בע"ש חס מלהזכיר, וועל איך דא פארציילן בקצרה, דריי מעשיות וואס איך האב געהערט (אדער מיטגעהאלטן) דריי פארשידענע מאל.

מעשה א'
אלס בחור איז ר' זיידל אנגעקומען צו די שטאט וואו איך האב געוואוינט, זיינע חסידים זענען ארומגעגאנגען פראפאגאנדירן אז ער קען אלעס זעהן אין די קוויטלעך וכו', כדרכם של בחורי חמד האט זיך די ישיבה איבערגעדרייט צו ס'איז יא אמת צו נישט. איין נאכט זענען אפאר בחורים אריבערגעגאנגען צו די אכסניא און זיי זענען אריינגעגאנגען מיט א קוויטל, מיין נאנטער חבר איז אויך אריין געגאנגען, און ער איז ארויסגעקומען ווייס ווי די וואנט, זאגנדיג אז דער רבי האט געזען זאכן וואס קיינער ווייסט נישט (!), און זייט דעמאלטס איז ער געווארן א פארקויפטער חסיד פון ר' זיידל.
איך האב גלייך געשמעקט פון וואס מ'רעדט, אבער מיין חבר האט בשו"א מיר נישט געוואלט זאגן וואס ער האט געזען. אפאר יאר איז אריבער און מיין חבר איז אביסל עלטער געווארן, האט ער אליינס פארשטאנען די חוזק פון ר' זיידל'ס "אפענע אויגן", און ער האט מיר שוין אליין געזאגט, אז סך הכל האט אים ר' זיידל געפרעגט צו ער מוטשעט זיך אין עניני קדושה.... א תמימות'דיגער בחור'ל וואס האלט אז קיינער ווייסט נישט וואס זיינע פראבלעמען זענען, און ער האט פראבלעמען וואס קיינער האט נישט, פארשטייט זיך אז ער איז געווארן פארקויפט פאר ר' זיידל.

לענ"ד א רבי וואס דרייט פאר יונגע בחורים (בערך 14) די קאפ מיט אזעלכע מעשי מרמה, און דורכדעם פרובירט ער זיי אריינצוכאפן אין זיין לאך, איז נישט מער ווי א שארלאטאן און א בלאפער.

מעשה ב'
א עלטערער חבר מיינער שוין מיט א שטוב מיט קינדער איז אריין צו ר' זיידל, נאכדעם האב איך אים געפרעגט צו ער האט עפעס געזען דארט, האט ער מיר געזאגט אז דער רבי האט אים אנגעפאנגען צו פרעגן אויף דער קינד אויף יענער קינד, כאילו צו כאפן עפעס א פיש מיט א פראבלעם. איין קינד האט ער געהאט וואס ער האט זיך געמוטשעט, די קינד איז געווען דער איינציגסטער קינד וואס ר' זיידל האט זיך נישט אויף אים נאכגעפרעגט.

מעשה ג'
א בחור אין ישי"ג אין ירושלים איז אריין צום רבי'ן מיט א קוויטל, און דער רבי האט אים געזאגט אז ער זעהט אז ער פארפאסט אמאל זמן קרי"ש, ער איז נישט מעביר סדרה יעדע וואך, וכו' וכו', אלע בחור'ישע עבירות, דער בחור האט זיך אנגערופן מיט גרויס (געמאכטע) התפעלות, וואו! דער רבי זעהט אלעס. זאגט אים ר' זיידל, אבער איך בעט דיר פארצייל עס נישט פאר קיינעם, איך האב נישט קיין כח אלע בחורים זאלן יעצט קומען מיט קוויטלעך...

ואידך פירושא זיל גמור.​
 
אה יעצט ווייס איך שוין פארוואס דער ווייסע טויבן דרייען זיך ביי דער פענסטער פין דער רבי ...
 
מען פלעגט זאגן אז ער זעהט אלעס אין תהלים
 
די דורכגעפאלענע מופת...
IMG-20250903-WA0542.webp
 
וואס איז געווען עפעס א שלעגעריי ביים לויה ווי צו באערדיגען , איינער מיט פרטים ?
 
Back
Top