קודם וועל איך אנהייבן מיט א הודעה ווי איך וועל זיך אידענטיפיצירן מיט אונזער טייערן שבת אחים, איך האב געליינט די וואך א באריכט ווי עטליכע באאמטע זענען געגאנגען באזוכן די אימיגראנטן ארעסטאנטן אין די עלעקטראלאז תפיסה, און שומו שמים וואס זיי האבן דארט געזען, זיי לעבן ערגער ווי בהמות! דאס איז רשעות פון ערגסטן גראד! ווילסט זיי פארשיקן? נאך דערצו אן קיין פראצעס? נניח אז דו ביסט גערעכט (אדער נישט, ס'איז א שווערע דעבאטע), אבער זיי האלטן אונטער אזעלכע אוממענטשליכע אומשטענדן על לא עוול בכפם? אמעריקע מעג זיך שעמען און מען דארף זיי האלטן פאראנטווארטליך דערפאר!
יעצט לאמיר רעדן מער בכלליות. אויף ק"ש האב איך עטליכע מאל געשריבן אז איך קאנסידער זיך אלס א "שביל הזהב" מענטש. עס מוז נישט זיין אמת, אבער איך האלט אזוי אויף מיר... דהיינו, איך האב נישט ליב קיין איין עקסטרעם פונעם ספעקטרום, נאר נעמען די מיטל וועג. און געווענליך איז טאקע דער אמת אזוי, אז אין יעדע שיכט און קרייז זענען דא וואוילע נארמאלע פארשטענדליכע מענטשן, ווי אויך באגאבונדן נידריגע פארשוינען, וועלכע וועלן זיך אפט באהאלטן אונטער וואוילטעטיגע נעמען אדער צוועקן. דאס איז ריכטיג סיי וואו אין דער וועלט, פון אמעריקאנע פאליטיק ביז היימישע חסידישע פאליטיק.
מיין אישו דא מיט שבת אחים איז אז ער זעהט נאר אלע מעלות פון די דעמאקראטן, און אלעס וואס זיי טוען וועט ער באיזה אופן אויסטייטשן לטובה און זיי דן זיין לכף זכות, נאר זיי מיינען די טובה פונעם פאלק, און נאך באמבארדירן מיט אומצאליגע לינקס, (פאלשע) מידיא, און טשעט GPT אויסצוגן, כאילו צו ווייזן אז העם אתו, יעדער איז מסכים צו זיינע באהויפטונגען, און אייסערט זיך גאר אז 70% פון די אמעריקאנע זענען אויף די דעמאקראטישע זייט (איי פארוואס האט טראמפ געווינען די עלעקשאנס? תיקו).
דער פראבלעם איז, אז איך קען פונקט אזוי ברענגען אויסצוגן לטובתם פון די רעפובליקאנער, איך האב אויך יוטוב לינקס מיט AI טשעטס וואס וועט ברענגען ראיות צו די אנדערע זייט.
אלזא, ווער איז גערעכט? לשיטתי - די שביל הזהב שיטה - איז יעדער און קיינער. ביידע האבן מעלות און חסרונות. אבער איך האב ליב ווען מ'שמועסט אויס ביידע זייטן אייניג אן קיין נגיעות אדער בייעס. הרב שבת אחים שטעלט אן א פנים כאילו אלע רעפובליקאנער זענען דא אך ורק חרוב צו לייגן דאס לאנד, אוועקצושיקן מיליאנען אומשולדיגע אימיגראנטן "נאר" ווייל זיי זענען ברוין און ארעם... זיי שניידן אוועק סייענס און סאציאלע פראגראמען ווייל זיי זארגן נישט פאר'ן כלל, די מיליאנען רעפובליקאנער האבן אינזין נאר איין זאך – אז די 400 רייכסטע זאלן באקומען טעקס ברעיקס... און ווען מ'רעדט פון די "ביג ביוטיפל ביל" וועט מען נאר רעדן פון די געציילטע חסרונות, און נישט רעדן פון די אומצאליגע בענעפיטן וואס מיליאנען בירגער, ובכללם טויזענטער אידן בפרט פון די געפלאגטע מיטל קלאס, וועלן פארדינען.
שבת'ל, איך וויל דיר זאגן אזויפיל. איך פארשטיי דיר, פשוט ווייל איך האב ליב צו פארשטיין יעדע מענטש, יעדער איז בארעכטיגט צו זיין אייגענע אפיניאן, און צו טראכטן לויט די שכל וואס דער אייבערשטער (לשיטתך: ביג בענג...) האט אים באשאנקען. אבער א קלוגער מענטש, וואס וויל זעהן דעם אמת, און האט נישט קיין נגיעות, קען ארויס-זומען, נעמען א טרעפל אויף צוריק, און פרובירן זעהן דעם גרעסערן בילד. למשל, זעהן אז צווישן די אימיגראנטן זענען פאראן טויזענטער שווערע פארברעכער וועלכע איז וויכטיג צו דעפארטירן ווי אמשנעלסטן. למשל זעהן אז ביידען האט געמאכט א שוידערליכע mess מיט די אפענע גרעניצן, און נישט יעדן וואס מען דעפארטירט איז צוליב זיין ברוין און ארעם. למשל זעהן אז "רוב" דעמאקראטן האבן צודרייטע ליבעראלע אגענדעס וואס רוב פאלק אינטרעסירט נישט! למשל זעהן אז "רוב" ליבעראלן ווילן חרוב מאכן אמעריקעס ביזנעס ענווייראמענט און עס פארוואנדלען אין א סאציאליסטישע לאנד, וואס די יסודות פון אמעריקע איז געווען דערקעגן! למשל זעהן אז "רוב" ליבעראלן ווילן איינפירן קאמוניסטישע סארט געזעצן אקעגן רעליגיע, פונקט ווי אונטערן אייזערנעם פארהאנג צייטן אין די קאמוניסטישע רוסלאנד. חינוך, חתונה געהאטע לעבן, מאראלן, געזעץ וכדו', איז א זאך וואס "רוב" רעפובליקאנער גלויבן מער דערין און עס איז פון זייערע שטארקע וועליוס, און אזוי קען איך שרייבן און שרייבן.
איך שטרייך אונטער "רוב" ווייל דאס איז דער אמת, נישט אלע רעפובליקאנער מיינען נאר גוטס, און אפילו די וואס מיינען נאר גוטס קען אויך ברענגען פראבלעמען, ווי איבערגעטריבענע פאליציי קראפט, און "רוב" ליבעראלן האבן פאררוקטע אגענדעס אבער איך בין זיכער אז אסאך פון זיי (אינקלודינג דיר, מיט דיין גוט הארץ) מיינען באמת די טובה פונעם פאלק און ווילן העלפן די ארעמע, צוברעכענע שיכטן.
די קונץ איז, צו זעהן ביידע זייטן אייניג. צו באמת קענען אוועקנעמען די אייגענע אגענדעס און פרובירן אויסצוהערן וואס יענער האט צו זאגן, אפשר האט ער א פוינט. אפשר איז יענער כאטש 5% גערעכט. און וויסן אז עס איז אוממעגליך אז איין פארטיי זאל זיין 100% אויסגעהאלטן, ואין אדם צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא. די קונץ איז נישט אז דו זאלסט מיר יעצט ברענגען 50 תגובות מיט לינקס און אויפווייזן אז דו ביסט יא גערעכט און אלע רעפובליקאנער זענען רשעים און פארדארבן. דאס איז סתם געפירקלט און זיך אויסגעגעבן די אייגענע שיטות.
ואסיים בזה,
איך וואונטש דיר אלעס גוטס, ידידי שבת