- זיך איינגעשריבן
- יולי 3, 2024
- מעסעדזשעס
- 183
- רעאקציע ראטע
- 688
- פונקטן
- 123
קודם כל ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט, אין די רויטע סטעיטס איז ערגער די תפיסות און די יוסטיץ סיסטעם, צווייטנס, לאמיר זאגן אז די דעמאקראטישע סטעיטס זענען פונקט אזוי צוריקגעבליבן מיט די תפיסות, דאס מיינט נישט אז זיי זענען די זעלבע פארטיי, די דעמאקראטן שיקן נישט אראפ טויזענטער אגענטן אין יעדע גרויסע שטאט אין אמעריקע און ארעסטירן אומשולדיגע מענטשן, אָן קיין שום קרימינאל רעקארד, און שיקן צו די ערגסטע תפיסות אויף די וועלט ווייל זיי זענען ברוין און ארים! די דעמאקראטן נעמען נישט צו קיין פודסטעמפס און מעדיקעד פון ארימע מענטשען און געבן ריזיגע טעקס ברעיקס פאר ביליאנערן!!! רוב דעמאקראטן זענען כאטש קעגן פרייוויטייזן די תפיסות, און די רעפובליקאנער נישט. רוב דעמאקראטן זענען כאטש פאר police and prison reform.איין זאך אבער גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
איינער וואס ווייסן אביסל וואס עס קומט פאר אין תפיסות....שומו שמים! די גאנצע קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם איז דורכגעפוילט פון קאפ ביז פוס.
די מצב איז נישט בעסער נישט אין דעמאקראטישע סטעיטס נישט רעפובליקאנע. נישט אונטער דעמאקראטישע פרעזידענטן, נישט רעפובליקאנע. טראמפ האט אביסל געהאלפן מיט דעם פוירסט סטעפ עקט אבער עס איז ווייט נישט גענוג.
רוב פאליסיס פון די דעמאקראטן האט די שטיצע פון בערך 70 פראצענט אמעריקאנער פאר די לעצטע דרייסיג יאר, ווי גאן קאנטראל, געי רייטס, מאריוואנא, טעקסעס, ענווייראמענט, אימיגרעישן, סאשועל פראגראמען וכו' וכו' - ביטע קוק עס אויף!
ניין! די דעמאקראטישע פאליסיס און די רעפובליקאנער פאליסיס זענען הימל און ערד!!! אפילו לאמיר זאגן ביידע פון זייערע תפיסות זענען די זעלבע, מיינט דאס אז די דעמאקראטן דארפן זיך פארבעסערן אין איין תחום, משא"כ רובא דרובא פון רעפובליקאנער פאליסיס איז קעגן די ווילן פון רוב מענטשן אין אמעריקע!!!