- זיך איינגעשריבן
- יולי 3, 2024
- מעסעדזשעס
- 180
- רעאקציע ראטע
- 674
- פונקטן
- 123
קודם כל ביסטו נישט אינגאנצען גערעכט, אין די רויטע סטעיטס איז ערגער די תפיסות און די יוסטיץ סיסטעם, צווייטענס, לאמיר זאגן אז די דעמאקראטישע סטעיטס זענען פונקט אזוי צוריקגעבליבן מיט די תפיסות, דאס מיינט נישט אז זיי זענען די זעלבע פארטיי, די דעמאקראטן שיקן נישט אראפ טויזענטער אגענטס אין יעדע גרויסע שטאט אין אמעריקע און ארעסטירן אומשולדיגע מענטשען, אָן קיין שום קרימינאל רעקארד און שיקן צו די ערגסטע תפיסות אויף די וועלט ווייל זיי זענען ברוין און ארים! די דעמאקראטן נעמען נישט צו קיין פודסטעמפס און מעדיקעד פון ארימע מענטשען און געבן ריזיגע טעקס ברעיקס פאר ביליאנערן!!! רוב דעמאקראטן זענען כאטש קעגן פרייוויטייזן די תפיסות, און די רעפובליקאנער נישט. רוב דעמאקראטן זענען כאטש פאר police and prison reform.איך שרייבן שוין לאנג אז דעמאקראטן און רעפובליקאנער זענען בעצם די זעלבע יענעע נאר אנדערש געשלייערט.
ארויס ווארפן אומשולדיגע ספאנישע איז רשעות און דא לאזן ספאנישע רוצחים און רעיפיסטן איז די זעלבע רשעות.
איין זאך אבער גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
איינער וואס ווייסן אביסל וואס עס קומט פאר אין תפיסות....שומו שמים! די גאנצע קרימינאלע יוסיף סיסטעם'' איז דורכגעפוילט פון קאפ ביז פוס. אריינגערעכענט דאס אז די רעפובליקאנער האבן נישט קיין פראבלעם אז א מענטש וואס איז ארעסטירט אויף א קליינע קלאגע און ער קען פשוט נישט אויפקומען מיט הונדערט דאללאר בעיל דארף אפשימליען יארן ביז ער ווערט , א סך מאל, באפרייט. און אריינגערעכענט אז לינקע לאזן ארויס רוצחים און רעיפיסטן אויף די גאסן אן קיין שום סעיפגארדס.
אין תפיסה אליין איז גהינם אויף די וועלט. א מענטש וואס איז נישט ווייאלענט. סה''כ אביסל געדרייט מיט אינשורענס וכדומה, אין רוב וועלט באקומט ער פראבעישן אדער א שטראף פראפארשינעיט צו זיין קריים. דא קען מען אים אריינשליידערן אין תפיסה פאר צענדליגער יארן פאר שטותים!
א פראסעקיוטער וועלכער מאכט אויף באווייזן, איז נישט דא א געהעריגער וועג אים אנצוקלאגן! די קאנוויקשאן ראטע איז באלד הונדערט פראצענט! הישמע כזאת? און אויב איינער קומט יא ארויס אומשולדיג, מיינט איר אז די רעגירונג גייט אים פארגיטיגן פארן צוגרינד לייגן דורכאויס די פראצעסס? עה! די פראסעקיוטערס וועלן פילע מאל זוכן פרישע סחורה אויף דעם פרייגעשפראכענעם!
אין די תפיסות לעבט מען גהינם אויף די וועלט. ווי אזוי איז א לאך אפילו לעגאל? צוואנגס ארבעט? באצאלן פעניס פאר דע ארעסטאנטן, וועלכע זיי קענען נאר נוצן צו קויפן פון די זעלבע קאמפעני, פאר פארריקטע פרייזן? די ווארדענס פירן די תפיסות צוזאמען מיט קרימינאלע גענגס, זיי לאזן די גענג פירער אפיציעל פירן דעם ווערטשאפט! אויב איינער ווערט קראנק קען ער ווארטן וואן פאר מעדיקעל העלפ ווייל דער דאקטאר קומט נישט ביז נאך צען טעג. הישמע כזאת?! הזאת אמעריקא?!
איך האב געהערט פון אן ארעסטאנט אז אין יעדע תפיסה ווי ער איז אנגעקומען האט מען אים אריינגעשטעלט אינעם לאך ביים אנקומען ווייל ''זיי האבן נישט געהאט א בעט!''
די מצב איז נישט בעסער נישט אין דעמאקראטישע סטעיטס נישט רעפובליקאנע. נישט אונטער דעמאקראטישע פרעזידענטן, נישט רעפובליקאנע
. טראמפ האט אביסל געהאלפן מיט דעם פוירסט סטעפ עקט אבער עס איז ווייט נישט גענוג.
רוב פאליסיס פון די דעמאקראטן האט די שטיצע פון בערך 70 פראצענט אמעריקאנער פאר די לעצטע דרייסיג יאר, ווי גאן קאנטראל, געי רייטס, מאריוואנע, טעקסעס, ענווייערמענט, אימיגרעישן, סאשועל פראגראמען וכו׳ וכו׳ - ביטע קוק עס אויף!
ניין! די דעמאקראטישע פאליסיס און די רעפובליקאנער פאליסיס זענען הימעל און ערד!!! אפילו לאמיר זאגן ביידע פון זייערע תפיסות זענען די זעלבע. דאס מיינט אז די דעמאקראטן דארפן זיך פארבעסערן אין איין תחום, משא״כ רובא דרובא פון רעפובליקאנער פאליסיס איז קעגן די ווילן פון רוב מענטשען אין אמעריקע!!!
לעצט רעדאגירט: