שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 242
- רעאקציע ראטע
- 850
- פונקטן
- 113
דער 'פארווערטס' איז געווען אמאל א ריזן אידישע צייטונג אין אמעריקע, וואס איז היינט צוטאגס ליידער שוין פארשפארט, אלץ צייטונג, און דינט בלויז, אלץ קאלעקציע פון צייטליכע אידישע נייעס, ליטעראטור, און קולטור. און א פארעם פון א גרופע-בלאג.
די פארווערטס ווערט מער נישט געדרוקט, עס האט בלויז א וועבזייט, אויף 2 שפראכן, ענגליש און אידיש.
דער פארווערטס האט אמאל געהאט הונדערטע מיליאנען נכסים פון ריעל עסטעיט און א ראדיא סטאנציע. WEVD האט עס געהייסן, מיט שיעורי תורה און פארוויילונג ווי היינט קול מבשר אידיש24.קאם. אבער עס איז היינט נישט איבערגעבליבן מער קיין געלט, זיי שנארן ארום פון גאר רייכע אידן, ווי אונזערע מוסדות התורה, אויפצוהאלטן די 5 6 פוהל-טיים ארבעטער דארטן איצט.
הגם עס איז קיינמאל נישט געווען דירעקט אויסגעשפראכן קעגן ציונות, האט דאס קריטיקירט אפען און שטארק ציונות.
עס איז געווען סאציא'ל דעמאקראטיש, דהיינו ס'האט זיך געזארגט פאר'ן וואולזיין פון אידן. עס האט אוואדאי חוזק געמאכט פון פרומקייט אבער נישט מער פון אונז אין 'קרעמל'. עס האט געהאט תורה קאלום'ס אויך פון רבנים ווי מיר האבן דא ר' @יששכר כץ און אפילו סאטמערע שרייבער צו די זייט פון אזאלכע אפיקורסים ווי באשעוויס זינגער און חיים גראדע ווי דער שפעטערער 'איד' שרייבער קעגן חב''ד והאהרונים, דייטש, מטות'ס עלטסטער ברודער, פארגעסן זיין ערשטער נאמען. מיר האבן דא מרת @שפרה לאווען וואס אירע ווערק ווערן כסדר פובליקירט דארטן אויך.
דער ענגלישער האט זיך געפענט פון דעם וואל סטריט זשורנאל שרייבער סעט ליפסקי.
אבער ליידער היינט צוטאגס, איז דער פארווערטס צייטונג, זייער פרא ציוניסטיש, כאטש עס האט זיך געפענט פרא אימיגראנטן, צו זיך אנעמען פאר די באקריוועדטע; וואס זענען דאן געווען אידן; ווי היינט די אראבער.
דער פרעכטיגער פארווערטס בנין אויף איסט בראדוועי גאס נעבן ר' משה פיינשטיין'ס תפארת ירושלים מוסדות וואס איז היינט א רייכע כינעזע לוקסוסדיגע וואלקן קראצער געביידע.
פרעזידענט זשאן עף. קענעדי מעיין אינעם פארווערטס וואס האט דאן געהאט קרוב צו פיר הונדערט טויזענט לייענער טעגליך. ער האט מסתמא הנאה פון יצחק באשעוויס זינגער'ס אן הספד אויף אים פארדאמנדיג זיין הינריכטונג...
דער פארווערטס איז שוין היינט בלויז נאך א בלאג, אסאך אסאך ארימער ווי 'קרעמל'. אבער זיי האבן פראפעסארן וואס שרייבן דארטן, אפשר מיר האבן אויך, נאר מיר באהאלטן זיך אונטער פען נעמען על פי רוב. אחוץ ר' @יששכר כץ שליט''א, מיט טאקע מרת @שפרה לאווען תליט''א.
Home
ר' אברהם כהנא ז''ל המכונה בלשון חיבה ''עיב'', דער גרינדער און לאנג יעריגער שעף רעדאקטער פונעם פארווערטס.
איך טוה דא אויסדרוקן מיין צער ווייטאג פראטעסט און פיין - אויף וואס ס'איז ליידער געווארן מיט דעם 'פארווערטס'. פאלנע ציונים טראמפיסטן און נארישע רעכטע פארפרומטע אנטי לינקע אקטיוויסטן האסער!
עס איז געגרינדעט געווארן דורך לינקע חברה. אימיגראנטן. ווי היינט זאהראן מאמדאני, דער סאציאליסט ר' אברהםלע כהנא. אבער היינט ווערט דאס געפירט דורך רעכטע חברה. ווייל די געלטער וואס זיי באקומען ליגט ביי די רייכע אידן, וואס זענען אין אלגעמיין זייער רעכט געשטימט און גאר אויסגעשפראכן קעגן אלעס לינקס.
שרה רחל שעכטער גייט א שייטל ווי א פרומע אידענע
יענקל קארנבלו קען א בעסערע ענגליש ווי אמעריקאנע חסידים ווייל ער קומט פון לאנדאן.
שרה רחל שעכטער איז א בעלת תשובה א מאדערן ארטאדאקס פרוי זי איז היינט די רעדאקטארין פונעם אידישן. און דער בעלזער חסיד יענקל קארנבלי איז דער פאליטישער זשורנאליסט פאר'ן ענגלישן.
ס'רוב אידישסטן זענען רוסקיס, וואס זיי זענען זייער רעכט געשטימט, ווי מיר חסידים, וואס מיר זענען על פי רוב זייער נארישע פארטייאישע שווענץ, ווי מענדאליסטן; טראמפיסטן; אהרונים; וציונים. ווייל מיר זענען מחונך, ביידע, אי די רוסישע, און אי חסידים, צו טראכטן זייער שמאל. ברייטאן ביטש וואויט ווי בארא פארק, זייער שטארק פרא רעפובליקענס. מיר זענען אנטי ליבעראלן ווייל מיר זענען אומבאהאלפן. מיר חלומען נאך ווי קליינע קינדער, אז מיר גייען איינמאל ווערן רייך, ווי יואלי לאנדא און לעיזער קעסטנבוים, אבער עס גייט נישט אזוי, רוב מענטשן שטארבן ארים! נאר איינס פון טויזענט ווערט רייך.
ר' עדי מהלא'ל
אבער איין גוטער לינקער שרייבער איז יא דא דארטן, ער הייסט עדי מהלא'; איך האב אים זייער ליב! ער האט ארויסגעגעבן א בוך אויף דעם טאטע פון די אידישיסטן י.ל. פרץ. מענדעלע מוכר ספרים איז דער זיידע, און שלום עליכם איז דאס קינד, דער אייניקל. יישר כוח @שושני פאר'ן מיך פארעכטן איבער די יחוס פון די 3 אבות פון אידישיזם.
Review of Adi Mahalel's The Radical Isaac: I. L. Peretz and the Rise of Jewish Socialism | In geveb
Hundreds of observant Jews launch left-wing group in Manhattan
בייגעלייגטע פיילס
לעצט רעדאגירט: