איך מיין די אהרוינים טרייבן ווייט איבער די כח און פאוער פון משה גבאי, כדי צו קענען אראפשלינגען האלב סאטמאר אוועקשפאצירן פון זייער רבי, און זיך מחזק זיין מיט די וואס זענען געבליבן.
איך בין צו אינג צו געדענקען, אבער פון וויפיל איך האב געהערט (פון דרויסנדיגע מענטשן, נישט דוקא סאטמארער), איז די מציאות פונקט פארקערט, קיינער האט נישט געחלומ'ט אז ר' זלמן לייב וועט האבן עפעס.
נאכמער, אנפאנג די מחלוקה תשנ"ט - ס' האט טאקע ר' זלמן לייב גארנישט געהאט, קוים עטוואס צענדליגע משפחות, נאר מיט די צייט האבן זיך נאך און נאך משפחות צוגעשארט, בפרט די וואס זענען שוין געווען ברוגז אלע יארן אויפן ברך משה אדער ר' אהרן.
ס'קען זיין אז ס'איז נישט אמת, אבער אזוי האב איך פארשטאנען.