- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 640
- רעאקציע ראטע
- 1,650
- פונקטן
- 213
מנהג בכל בית ישראל אין מברכין חודש תשרי
כמה טעמים זענען גיזאגט גיווארן אויף די מנהג
אז פונקט ביי דעם חודש האיתנים,וואס האט אין
זיך די גרויסע ימים טובים וחגים,איז מען נישט מכריז
א שבת פריער ווי אלע אנדערע חדשים .
עס ווערט גיזאגט,לערבב את השטן ער זאל נישט וויסן , און מען לייגט צו א פסוק בכסא ליום חגנו, אז
דער חודש איז מכוסה ,כאילו ?
דער משנה ברורה זאגט מען דארף נישט קיין הכרזה, ווייל יעדער ווייסט סיי ווי, דער טעם איז דער
היפך פון די פריערדיגע , אבער עס איז שווער פארוואס זאל מען נישט זאגן ,אף על פי כן , וואס קען זיין די הפסד.
יש אומרים ווייל מימות עזרא ואילך לא מצינו אלול
מעובר,ממילא ווייסט יעדער, איז איבעריג צו בענטשן ראש חודש ,איז אויך די זעלבע קושיא, פארוואס נישט?
פארוואס א שינוי פון יעדע חודש?
דער אמת איז אז ביי חודש תשרי,איז דא א פראבלעם,וואס איז גורם אז מען בענטשט נישט
ראש חודש, ווייל ביי יעדע חודש ווי עס איז דא צוויי
טאג ר״ח,איז די ערשטע טאג צו די פריערדיגע חודש
און די צווייטער טאג איז דער ערשטער פון נעקסט חודש ,דאס איז פשט ״ולמחרתו ״ אויף דעם צווייטן
טאג-מחר חודש- הייבט זיך אהן דער חודש.
ראש השנה האלט מען צוויי טעג ראשחודש-ראש השנה- אבער למעשה רעכנט מען דעם חודש פון די ערשטע טאג, קען מען נישט זאגן -ולמחרתו-,זאל מען זאגן אהן -ולמחרתו- וועט עס ארויס ברענגען ,אז די צווייטע טאג איז שוין באמת נישט יום טוב , וועגן דען בענטשט מען נישט חודש תשרי ,
זעהט מען דא , אז א מנהג וואס האט א טעם -עולה על הדעת ומובן-איז ברבות הימים,נעלם גיווארן דער
עיקר סיבה,און עס זענען נתחדש גיווארן כמה טעמים לשבח.
אבער האמת ניתן להאמר .