דער תלמוד אונטער'ן פארגרעסערונג גלאז

און פארשטייט זיך אז עס איז מיינד באגגלינג וואסערע בהמות דרייען זיך ארום בתוכינו וואס אפלאדירן און שטיצן די 'פרי ספיטש באוועגונג', אן כאפן בכלל וואס דאס מיינט באמת.
און ווען ס'בכלל נישט געווען פרי ספיטש איז טאקע געווען מער איינגעצוימט די הריגות השמדות און גירושין?? פאגראמען יעדע שני וחמישי, כצבאות וכאילות השדה זעמער געווען דאן
 
דער תירוץ וועגן אמאליגע קולטור איז געווען אזא זאך די מנהג העולם ממילא האבן די מיידלעך נישט געפילט אזוי באקריוועדעט ווי היינט צוטאגס, הגם וואס די מציאות איז לכאורה ריכטיג, גריצלט מיר נאכאלס אזא סארט תירוץ, ווייל די אידישע תורה איז ע"פ המסורה דירעקט פון גאט און ס'דארף נישט צו ווערן באאיינפלוסט פון קיין שום קולטורישע מציאות נאר פון וואס גאט ווייסט אז ס'איז ריכטיג, דרכיה דרכי נועם כתיב, ואהבת לרעך כמוך דרש'ענען חז"ל ברור לו מיתה יפה, וואלט לכאורה אויך זיכער געווען ריכטיג צו זאגן ברור לה חיים יפים.

אידישקייט איז פון אנהייב אן געווען א רעליגיע וואס איז געווען אנדערש ווי די אנדערע, ווי המן איז מעיד אין די מגילה 'ודתיהם שונות מכל עם' מיר האבן חוקים ווי פרה אדומה, שעטנז, כלאיים, גידול חזירים, שילוח הקן, וכו' וואס זענען נישט באזירט אויף קיין שום אנדערע וועלטליכע נארמעס פון סיי וועלכע תקופה.
נישט קיין ריכטיגער צוגאנג. די תורה איז נישט געגעבן געווארן אין א וואקום, דער רמב"ם איז מאריך מיט דעם אויף אסאך פלעצער. די תורה איז בפירוש יא צוגעפאסט צו דעם דעמאלטסדיגן מציאות, לויט וויפיל עס איז שייך געווען צו פארלאנגן בימים ההם. אין הקב"ה בא בטרוניא ים בריותיו, און דער אייבערשטער ווייסט וואס ווען און ווי. אז דו קוקסט אריין אין רמב"ם זעהט מען דאס א recurring theme וואס נעמט אריין גאר אסאך מצוות, וויאזוי דער אייבערשטער מאכט בעצם קאמפראמייזעס מיטן אידישן פאלק, צווישן וואס ער וואלט בעצם געוואלט און וואס זיי זענען צוגעוואוינט, און צוביסלעך הייבט ער זיי אויף נענטער צום תכלית האמיתי.

אבער חוץ מזה, ווער האט דיר דען געזאגט וואס דער 'עכטער' אמת'דיגער אומאפהענגיגער מציאות איז? דאס אז דו פארשטייסט היינט אזוי לויט די היינטיגע ידיעות, קולטור און הנחות מיינט נאך גארנישט אז דאס איז ריכטיג. קעיס אין פוינט, פאר טויזנטער יארן האט די וועלט געהאלטן אנדערש פון און למעשה שרייסטו דאך יעצט אז עס איז געווען ראנג.

און בר מן דין ובר מן דין, די תורה זוכט אבוויעסלי צו פארבעסערן די לעבנס צושטאנד פון די געטשעפעטע מיידל, פאר לאמיר זאגן - סאו פאר - 97 פראצענט פון די צייט צווישן קבלת התורה און ביאת המשיח, אין פשוט'ע טרוקענע פאקטישע מציאות'דיגע עולם המעשה איז ולו תהיה לאשה געווען די ריכטיגע לעזונג צו לינדערן די שמערצן פון די מיידל, האלטסטו אז די תורה האט ענדערש געזאלט זאגן אז ער זאל גיין אין תפיסה צי גע'הרג'ט ווערן און זי זאל בלייבן עלנד אליין פאר 3 און א האלב טויזנט יאר ווייל אפשר נאך די ענלייטענמענט וועלן מענטשן שוין נישט האבן קיין אישו'ס דערמיט? (איראניש איז עס היינט צוטאגס ווייטער אנגעקוקט ווי א דעמעזש מצד אחר, מען קוקט אן אזא קינד ווי געשעדיגט מכח די פסיכאלאגישע שאדן און וויסן אז דאס קען איר שטארק שטערן פאר איר שפעטערדיגע פארהייראטן לעבן).

אה... און בעפאר איך פארגעס, סתם פאר ווער עס ווייסט נישט, ולו תהיה לאשה איז א חיוב אויפן רעיפיסט נישט אויף די מיידל, אויב זי וויל נישט זיין חתונה געהאט מיט אים זאגט זי אז ניין, און מיט דעם ענדיגט זיך עס.
 
לעצט רעדאגירט:
און ווען ס'בכלל נישט געווען פרי ספיטש איז טאקע געווען מער איינגעצוימט די הריגות השמדות און גירושין?? פאגראמען יעדע שני וחמישי, כצבאות וכאילות השדה זעמער געווען דאן
אונז האמיר מזל ווי א איד... קעגן אידן איז אלס געווען פרי ספיטש

דערלעבן מיר שוין ענדליך א תקופה וואס די נארמעס - און אפילו געזעצן אין רוב פון - די מערב וועלט דערלויבן נישט קיין אפענע העצעריי קעגן אידן, we finally made it, איז ווייטער נישט גוט.
 
זעהט אויס אז צו טראגן אויף זיך דעם לעיבל "עם הנבחר" קומט מיט א טייערע פרייז טעג😂
 
דער רמב"ם איז מאריך מיט דעם אויף אסאך פלעצער. די תורה איז בפירוש יא צוגעפאסט צו דעם דעמאלטסדיגן מציאות, לויט וויפיל עס איז שייך געווען צו פארלאנגן בימים ההם.
שייך צוצוצייכענען דעם רמב"ם? יישר כח

ס'בלייבט אבער שווער. אויב די תורה איז צוגעפאסט צום קולטור, דאן וואלט געדארפט זיין עפעס א מהלך צו טוישן די הלכות לויט די מציאות פון די דור.

אה... און בעפאר איך פארגעס, סתם פאר ווער עס ווייסט נישט, ולו תהיה לאשה איז א חיוב אויפן רעיפיסט נישט אויף די מיידל, אויב זי וויל נישט זיין חתונה געהאט מיט אים זאגט זי אז ניין, און מיט דעם ענדיגט זיך עס.
אין בית המדרש בלא חידוש, יישר כח (y) כמים כרים...
 
אה... און בעפאר איך פארגעס, סתם פאר ווער עס ווייסט נישט, ולו תהיה לאשה איז א חיוב אויפן רעיפיסט נישט אויף די מיידל, אויב זי וויל נישט זיין חתונה געהאט מיט אים זאגט זי אז ניין, און מיט דעם ענדיגט זיך עס
איז לאמיר זאגן איינער האט מאנס געווען א זעקס יעריג מיידל רח"ל, און זי איז מסכים צו חתונה האבן מיט אים (א קאנסענט פון א זעקס יעריג מיידל..) בלייבט זי פארשקלאפט ביי איר מאנס איר גאנץ לעבן (לא יוכל שלחה כל ימיו), און ער קען דערווייל חתונה האבן מיט נאך צוואנציג פרויען און אין ערגסטן פאל אויב וויל ער פון איר פטור ווערן שטעלט ער איר נישט צו שארה כסותה ועונתה שכופין אותו להוציא (און איך בין נישט באקאנט צו דאן איז אויך דא די דין פון כל ימיו בעמוד והחזר, וואס אויב יא איז דאס א גרעסערע עונש פאר איר ווי פאר אים).

ס'קען זיין אז אין יענעם דור האבן מענטשן נישט געוואוסט בעסערס, אבער דא רעדט מען פון גאט'ס דינים, וואס וואלט געפאדערט מאקסימום רחמנות אין יעדן דור און דערווייל זעה איך נישט קיין מינימום.
 
ס'בלייבט אבער שווער. אויב די תורה איז צוגעפאסט צום קולטור, דאן וואלט געדארפט זיין עפעס א מהלך צו טוישן די הלכות לויט די מציאות פון די דור.
ווער זאגט אז ס'נישטא? הלכות האלטן זיך און איין איוואלוון לויט די מציאות פונעם דור.
 
איז לאמיר זאגן איינער האט מאנס געווען א זעקס יעריג מיידל רח"ל, און זי איז מסכים צו חתונה האבן מיט אים (א קאנסענט פון א זעקס יעריג מיידל..) בלייבט זי פארשקלאפט ביי איר מאנס איר גאנץ לעבן (לא יוכל שלחה כל ימיו), און ער קען דערווייל חתונה האבן מיט נאך צוואנציג פרויען און אין ערגסטן פאל אויב וויל ער פון איר פטור ווערן שטעלט ער איר נישט צו שארה כסותה ועונתה שכופין אותו להוציא (און איך בין נישט באקאנט צו דאן איז אויך דא די דין פון כל ימיו בעמוד והחזר, וואס אויב יא איז דאס א גרעסערע עונש פאר איר ווי פאר אים).

ס'קען זיין אז אין יענעם דור האבן מענטשן נישט געוואוסט בעסערס, אבער דא רעדט מען פון גאט'ס דינים, וואס וואלט געפאדערט מאקסימום רחמנות אין יעדן דור און דערווייל זעה איך נישט קיין מינימום.
עס זעהט אויס ווי דו זוכסט בדווקא צו רעדן נארישקייטן

קודם כל, אויב וויל זי באקומען א גט שפעטער ווער זאגט דיר אז זי קען נישט? לא יוכל לשלחה לויפט אויפן זעלבן שניט ווי לו תהיה לאשה

דאס איז אלעס פראטעקשאנס וואס די תורה האט געגעבן פאר די וויקטים מען זאל איר נישט קענען אביוזן און דערנאך דאמפן (דאס איז אויסער די Deterrent חלק דערפון, אז א מענטש ווייסט ער איז סטאק פארן גאנצן לעבן קען דאס נאך זיין מער אפשרעקנד ווי א צייטווייליגע עונש)

און דו האסט נישט צופיל געפילעוועט אין גמרא אויב דו טראכסט אז די תורה און חז"ל וואלטן צוגעלאזט אזא לופהאל, געב נישט קיין שאר כסות ועונה און פערטיג, קענסט איר אפ'גט'ן.

וויאזוי איז דאס חתונה האבן מיט נאך פרויען א פראבלעם פאר איר? זי איז געדעקט, ער קען איר נישט ארויסווארפן, בעת די אנדערע קומען און גייען יעדעס מאל שהקדיחו תבשילו.

צום דרייסיגסטן מאל, אין יענעם דור האט מען נישט געוואוסט בעסער און דאס איז געווען די בעסטע, מאקסימום רחמנות'דיגער דין צו מאכן דאס בעסטע פון די סיטואַציע פאר די וויקטים.

איך האב פאר דיר א טשעלענדזש: קום אויף מיט א בעסערע לעזונג פאר די תקופה פון 3,200 יאר באלד נאך מתן תורה, דערנאך וועט מען רעדן וועגן די לעצטע 2-300 יאר.

(יעצט שרייבנדיג כאפ איך פארוואס די תורה האט נישט געוואלט געבן קיין מיתות בי"ד פאר א רעיפיסט, נישט ווייל די עבירה איז נישט חמור נאר וויבאלד עס וואלט גארנישט בעסער געמאכט פאר די אומגליקליכע וויקטים, זי וואלט ווייטער געבליבן ארויסגעווארפן אן קיין קרוב אדער גואל, אן דעם וואס איינער זאל פורס כנפיו זיין עליה).
 
און דו האסט נישט צופיל געפילעוועט אין גמרא אויב דו טראכסט אז די תורה און חז"ל וואלטן צוגעלאזט אזא לופהאל, געב נישט קיין שאר כסות ועונה און פערטיג, קענסט איר אפ'גט'ן.
אדרבה, אפשר זיי אזוי גוט און זאג דו מיר וואס די דין וועט דעמאלט זיין.

איך האב פאר דיר א טשעלענדזש: קום אויף מיט א בעסערע לעזונג פאר די תקופה פון 3,200 יאר באלד נאך מתן תורה, דערנאך וועט מען רעדן וועגן די לעצטע 2-300 יאר.
בכלל נישט קיין טשאלענדש, ער זאל איר געבן דריי מיליאן דאלאר (אין דעמאלסדיגע געלטער) כדי שיקפצו עליה, און אויב האט ער נישט זאל ער פארקויפט ווערן אלס קנעכט (אדער אפשר גאר ווערן איר קנעכט).
וויאזוי איז דאס חתונה האבן מיט נאך פרויען א פראבלעם פאר איר?
די משמעות אין מסכת יבמות איז אז א צרה הייסט א צרה ווייל ס'איז א צרה פארן אנדערן פרוי (אפשר וואלט די תורה אים געקענט אסר'ן צו חתונה האבן מיט נאך?).
 
און דער כותב התורה האט למעשה געלעבט דעמאלס, סאו זיין נבואה איז געווען לויט דעמאלס
און איך וואלט געזאגט אז די דעמאלסדיגע אלגעמיינער השקפת החיים איז דאס ריכטיגע... אני הקטן זעי נישט די בענעפיט פון די מאדערענע השקפות, נאר אדרבה כ׳מיין אז מ׳הייבט שוין אָן איינצוזען דעם חורבן, וד״ל.
 
און איך וואלט געזאגט אז די דעמאלסדיגע אלגעמיינער השקפת החיים איז דאס ריכטיגע... אני הקטן זעי נישט די בענעפיט פון די מאדערענע השקפות, נאר אדרבה כ׳מיין אז מ׳הייבט שוין אָן איינצוזען דעם חורבן, וד״ל.
די שטארק רעליגיעזע מוסלעמענער זאגן די זעלבע (און האבן טאקע שאריא געזעצן אין זייערע לענדער וואו מ'פארשטיינערט מענטשן וואס האבן אן אנדערע נייגונג צו געשלעכט ווי וואס מוחמד האט געהאט) ביז זיי,קומען קיין אמעריקע.
 
און איך וואלט געזאגט אז די דעמאלסדיגע אלגעמיינער השקפת החיים איז דאס ריכטיגע... אני הקטן זעי נישט די בענעפיט פון די מאדערענע השקפות, נאר אדרבה כ׳מיין אז מ׳הייבט שוין אָן איינצוזען דעם חורבן, וד״ל.
נישט יעדער איז א מבין. ביטע ערקלער זיך בעסער.
 
נישט יעדער איז א מבין. ביטע ערקלער זיך בעסער.
ס׳איז א קאמפליצירטע נושא, און כ׳בין נישט ספעציעל אויסגעקאכט אין אלע דיטעילס, סוי כ׳על יוצא זיין מיט אביסל מראה מקומות און לינקס:

When did we allow violence against women to be so normalized?

Answer: Around the same time we started pushing the notion that men and women are the same, that sex doesn’t matter, that being a man or a woman is just a state of mind.

פון דא

Women are frustrated and restless in their freedom because feminism, according to Decter, provides little guidance about how to choose. Freed from much housework, she can plan her time and work, but she worries that “she might be doing” something better. Her sex life is free but “without any orderly or persuasive terms, save those she devises for herself, by which to arrive at any decisions about her conduct as a sexual being.” The ability to shape her marriage keeps her “unformed.” The momentous question of whether to have a baby, when, and how many is now in her hands, but “what—at the dictates of what emotion and in accordance with what criteria—constitutes both a proper and an honest answer?” Women have unprecedented freedom but have shown themselves unable to find contentment in its midst.

פון דא

Antifeminism - Wikipedia

איך ווייס אז כ׳ריר עס אן נאר אויפן שפיץ גאפל און איך קאווער נישט דא נאך ענינים וואס האבן זיך דראסטיש געטוישט במשך די דורות. אבער דער ׳געדאנק׳ איז אז אונז מיינען אסאך מאל אז אונז האמיר ״אויפגעטון״ מיטן פארדרייען די ארגינעלע בריאה אבער שפעטער זעט מען דעם חורבן...
 
עס פעלט נישט פרויען וואס שרייבן פארקערט.

איך נעם נישט דוקא קיין מיינונג (כאטש איך בין נוטה פארקערט ווי דיר), אבער אננעמען קאנזערוואטיווע קריסטליכע מיינונגען אלס די אמת דארף עפעס האפט דערצו
 
כאילו

men, who have had freedom for ages, have shown themselves able to find contentment in its midst.

שוין לאנג נישט געליינט אזאלכע נארישע ארגומענטן

דיקטאטורן לדורותיהם האבן גענוצט די זעלבע ארגומענטן מסתמא (נישט אינגאנצן אומגערעכט, היסטאריע און פאקט באווייזט אז פרייהייט איז אווער רעיטעד, מענטשן דארפן ברויט אויפן טיש וכדו', זייערע געברויכן. פרייהייט איז א ווייטע ווייטע סעקאנד)
 
@נפשי פיין און וואויל, אבער פון לאזן דעם פרוי בלייבן א פרוי ביזן צוריקגיין צום אמאליגן סאדיסטישע מהלך לגביהם איז א ווייטע וועג
 
@נפשי פיין און וואויל, אבער פון לאזן דעם פרוי בלייבן א פרוי ביזן צוריקגיין צום אמאליגן סאדיסטישע מהלך לגביהם איז א ווייטע וועג
אונז רעדן נישט דא פון סאדיסטישקייט און אביוז פון מאכט. די פארצייטישע [לעבן׳ס שטייגער און] בליק אויף די נושאים אינאיינעם מיט די תורה פארשריפטן איז לדעתי א זיס לעבן פאר אלע דזשענדערס און עידזשעס ׳אינאיינעם׳, כדכתיב: ׳דרכיה דרכי נועם׳.
 
איך קען נישט די פסיכילאגיע פון פרויען בדרך כלל אזוי גוט אבער בדעתי הענייה איז מיר אמאל איינגעפאלן אז דארט ווי די תורה זאגט אז די קנס פאר אונס איז סתם חמישים זוז (כסף?) לאביה (אדער עפעס אזוי) און ער ברויך חתונה האבן מיט דאס מיידל פאר די רעסט פון זייערע לעבנס איז פשט אזוי:

מ'רעדט פון א גאר אינג מיידל וואס האט זיך באמת פארליבט אין דעם מבוגר (און דאס ווייסן מיר דאך איז א דערהערטער ערשיינונג) אבער היות ער האט איר געדאמפט רופט עס די תורה אהן על שם סופה 'רעיפ'. און דערפאר ברויך ער הייראטן זי ווייל דאס באמת וויל טאקע די מיידל. און הוא הדין יעדער מענטש וואס דאמפט א מיידל נאכ'ן וואוינען מיט איר באגייט א געוויסע בחינה פון 'אונס' - הענס די איסור פון גט'ן א פרוי אין דעם ברית החדשה (זאג איך ריכטיג? כ'האב עס נישט געזעהן אינעווייניג אבער אויך האב איך געהערט). נאר אין מאדערנע צייטן זענען מיר ווייניגער מאראליש געווארן אוואו מיר ערלויבן מענער זיך אפצושאקלען פון זי נאך א 'וואן נייט סטענדס' וואו גארנישט וואלט פאסירט.

כ'ווייס נישט, כ'זאג נאר אזוי..
 
Back
Top